היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מקורות אויף די זאלונישע היידפארק נייעסן

מקורות אויף די זאלונישע היידפארק נייעסן

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2766219

FiveBoro » 12/3/2010 05:00

דורכבלעטערנדיג היינט דער בלאט, האט זיך מיר ארויסגעשטעלט די קלארע קראנטקייט פון די זאליס דאהי אין היידפארק, און ווי ווייט יעדע זאך ווערט אדורכגעזופט בעפארן שרייבן זיכער צו מאכן אז עס איז נישט פארמישט דערין קיין סוס-כלשהו שקר..

האב איך מחליט געווען צו עפענען א אשכול וואס וועט דינען דעם צוועק, און כסדר ברענגען די קראנטע מקורות וואס מ'געפינט.

און דא זענען די ערשטע צוויי פון זיי:

1) די יו-טוירן וואס דער בלאט האט געמאכט אין די סידור קידושין מערכה: (נפל)
[בילד – נישט אפגעהיט]

2) די אפשפארונג פון ישיבת אור תורה אין מאנטריאל (נוטראלער)
[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי fiveboro ב- 12/03/2010 05:20:37

שלמה_יאנקל » 12/3/2010 05:36

עס דערמאנט מיר פון די בריוו און דער בלאט אז די ארונים קענען פארקויפן זיצן און ראדני און א וואך שפעטער א קליינע מעלדונג אז זיי קענן נישט.
 אויך דערמאנט דאס פון די בריוו און בלאט אז די ריכטער האט געזאגט אז אלע ארונים זענען ערלויבט אריינצוגיין צום ברך משה זי"ע.
אויך דערמאנט עס מיר פון א העדליין אויפן דעקל פון בלאט (אויפן זעלבן פלאץ פון "מזל טוב אמעריקע...) עס איז בלויז א פראגע פון צייט ביז די ארונים וועלן קענען אריינגיין און ראדני וואס צוליב "פאליטישע דריק" האט זיך עס פארשלעפט.
אויך דערמאנט עס מיר פון די פראפאגאדירענדע בלאט אז אלעף שמאס איז אפגעשיבט געווארן.
די ליסטע גייט זייער לאנג איך וועל עס איבערלאזן פאר אנדערע

סאטמארפלעק » 12/3/2010 06:14

פשי! האַ! אפגעפרעגט די בלאט מיטן בלאט...

סעננדר » 12/3/2010 06:30

שלמה יאנקל, יעצט גייט בארא שוין עפענען א דריטע אשכול פאר דיך...
 

FiveBoro » 12/3/2010 06:59

ביטע אנטשולדיגן, אבער, איך האב נישט פארשטאנען קיין איינע פון אייערע תגובות. (א חוץ אויב די ציהל איז "די לעצטע ווארט").

לא_לנו » 12/3/2010 07:24

פייפער-בארא, האסט נישט פארשטאנען קיין איינע פון די תגובות?
הא?
זיי וויסן אז קיינער האט נישט פארשטאנען דיין תגובה!
וועמען פארקויספטו לאקשן מיט ברענגן א בלאט וואס זאגט אנדערש ווי נפל?

FiveBoro » 12/3/2010 07:30

שוואכע קאפ.

יא, איך האב אפגעפרעגט וואס נפל האט געזאגט "אויפ'ן בלאט" מיט א "בלאט".

דער_אקס » 12/3/2010 15:37

די זאגסט וועגן די צוריקצו וואס די ארונים האבן געמאכט וועגן די חתונה זאל אין ק"י זאג נאר הערט מען שוין אויף די טעל # די דריטע חתונה יא אדער ניין?

סאטמארפלעק » 12/3/2010 19:20

פייפער וואס גייט פאר מיט דיר? רעד נאך א ביסל און איך מוז זאגן אז די ביזט מטומטם געווארן מיט מוסקאווי פלייש.
די ווייסט ווי אזוי די קוקסט אויס? ווי איינער וואס זאגט אז ס'קען נישט זיין אז פאר פורים האט געשנייט ווייל דער הימל איז דאך היינט אזוי בלוי....דער בלאט איז אזוי פראדיקטעבל ווי די וועטער, ווי קענסטו אפפרעגן א בלאט פון איין וואך מיט א בלאט פון די צווייטע וואך?

FiveBoro » 12/3/2010 22:03

פלעק, גוט. כ'הער דיין תשובה, פאריגע וואך איז "יא" געווען א יוטוירן, אבער די וואך איז געווארן א דעבעליו-טיורן און די מערכה איז  "צוריק" אין שוואונק.

וועל איך פרובירן אפירצוזוכן א קאפי פונעם בלאט פון "פאריגע וואך" וואו עס איז אויך געווען דער עד.

===

אקס: ניין.

סאטמארפלעק » 12/3/2010 22:15

גוט לאמיך וויסן ווען די טרעפסט עס, ביזדערווייל קענסטו דיך איינהאלטן פון ענטפערן? בכלל, אפשר נעמסטו דיך אינטער צופיל זאכן אויף א מאל, האלסט חשבון וויפיל זאכן האסטיך שוין אינטערגענומען אפירצוזוכן?

FiveBoro » 12/3/2010 22:22

נאט אייך:

[בילד – נישט אפגעהיט]

מוגדל:

[בילד – נישט אפגעהיט]

סאטמארפלעק » 12/3/2010 22:34

און ווי אזוי איז דעס אייגענטליך אפגעפרעגט????

 quote]U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.  

1.   דער בלאט האט אויפגעהערט מפרסם זיין די נעמען פון די כלה'ס. אנשטאד עדווערטייזן זיי נאר די נעמען פון די רבנים מסדרי הקידושין.
2.   די פנקס האטליין האט אפגעפייגערט עס האלט שוין ביים דריטן טעלעפון נומער אבער די דריטע חתונה האבן זיי נאכנישט "אנגעיאגט" אריינצולייגן, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי האבן זיי ארויפגעלייגט תיכף נאך די חופה. 

[/quote]

סאטמארפלעק » 12/3/2010 22:37

כ'מיין די קענסט שוין פארמאכן דיין "זאלונים שקרים" אשכול, אז די ווילסט אטענשאן, עפען אן "אהרונים שקרים" אשכול אנשטאט, דיין ארבייט וועט זיין אסאך גרינגער, און אסאך אסאך בעסערע סחורה.

תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 12/03/2010 22:37:27



תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 12/03/2010 22:37:47

אמיגא » 12/3/2010 22:39

יוש ביזטו גוט. "אנבעליוועבל". און מיר שוטים האבן זיך איינגערעדט אז קיין נפש חי וועט קיינמאל נישט געוואויר ווערן פון וואנעט מיר נעמען אונזערע שקרים. חבל!
האמת ניתן להאמר, אז איך האב שוין ביי מיר געהאט באשלאסן אז מיט דעם פייוו-בארא, טענה איך מיך נישט. 
אמאל האב איך געמיינט אז ער איז א משהו אינטעליגענטער - אדער פשוט א טראפעלע עלטער - ווי די איבריגע ארוינים/חלה-דעקלעך דא אויפ'ן פארק, ווי צבש"פ 1גערעכטער וכדו'.
למעשה ברבות הימים האט זיך ארויסגעשטעלט אז חלה-דעקל בלייבט חלה-דעקל, און זיין בהמישקייט ווייזט זיך ארויס פון יעדן ווארט זיינעם. עס איז פשוט א בושה צו שטיין מיט אים אין ווארט.

שטעלט אייך פאר, ווען א קליינער קעיזשעי מתיבתא-ראצער שטעלט זיך אפ נעבן אייך אין גאס און וויל אנהייבן דעבאטירן, צי די ארוינישע ישיבה מיט די ניין אהאלב בחורים האט זיך שוין צוגעשפארט צי ס'האלט ביים שוועל פון צושפארן; צי אין בלאט איז יא געווען א עד צי נישט, וואלט איר אים אפילו אנגעקוקט? זיכער אז נישט! איר וואלט זיך אוועקגעדרייט מיט אפשיי.
טא, וואלט איך געראטן דעם ציבור חברים ס'זעלבע צו טון מיט דעם דריי-קאפ פייוו-בארא.

ער וויל פרעטענדירן זיינע בויך-ווייטאג צום ציבור? זאל ער עס טון ביי זיך אין בעקערי פארום בכבוד גדול. - דארט וועט ער באלד ווערן א הירא איבערנאכט, און ווער רעדט נאך אויב וועט ער שרייבן
 רעבעזיכרוינעלבראכע, וועלן זיינע סטאקס שטייגן ביז מיליאן.

טא, ביי דעם בלייבט עס? פון היינט-און-ווייטער, יעדע תגובה פון פייוו-בארא ווערט געענטפערט מיט: א טאטאלע שטיל-שווייגענישט.

ישר כחכם ושבתא טבא

FiveBoro » 12/3/2010 22:46

אמיגא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פון היינט-און-ווייטער, יעדע תגובה פון פייוו-בארא ווערט געענטפערט מיט: א טאטאלע שטיל-שווייגענישט.


פון מיין זייט: דיל געשלאסן!

סאטמארפלעק » 12/3/2010 22:49

אמיגא: ביזטו נישט אפשר דער מיט וועם איך האב גערעדט דעם וואך אין בית המדרש? (נאר א ווערטעל) יענער האט מיר פונקט נעכטן אויפמערקזאם געמאכט, אז איך וואלט מיך זיכער געשעמט צו שטיין אין ווארט פנים בפנים מיט דעם וועם איך רעד דא אויף היידפארק. האב איך אים געזאגט אז ער איז גערעכט, כדאי איך זאל נישט ווערן אנטוישט ווען איך ענטפער סיי וועלכע אהרוני, שטעל איך מיך פאר ווי איך רעד צו זיין רעבי'ן אליינס....

דאס איז שוין געזאגט פאר דעם קליגסטן אהרוני, אבער לגבי פייפער ביזטו גערעכט, ער איז שוין זייער אויסגעמיטשעט מען דארף אים געבן אביסל מנוחה ער זאל זיך קענען אפרוען.


תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 12/03/2010 22:50:09

אמיגא » 12/3/2010 22:58

יא, צוגעטראפן איך בין עס געווען.

איך האב מיך גראדע אביסל געשעמט צו שטיין אין ווארט מיט דיר, נאכדעם וואס דו ביזט אזוי שטאלץ מיט דעם סאטמארן פלעק דיינעם, און דו ווערסט גארנישט נשפע פון די נייע פרייהייט-ווינטן.....

סאטמארפלעק » 14/3/2010 03:55

אמיגא, כ'מאך מיט דיר א דיעל, איך וועל מיך ריפן סאטמארפלעק אויף היידפארק, און די קענסט דיך רופן סאטמארפלעק אין בית המדרש [בילד – נישט אפגעהיט]

הערטס_צו » 14/3/2010 06:40

מיר אלע דא זענען אויסערגעווענליך צופרידן מיט'ן קשר וואס דער אמיגא מיט'ן פלעקער האבן אנגעקניפט...
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואס איז פשט פון די צוויי קינדער וואס שפילן ארום דא?!?!