היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » תושבי ק"י זאגן ברוך הבא פאר די סוער גערוך

תושבי ק"י זאגן ברוך הבא פאר די סוער גערוך

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2766153

דער_אקס » 11/3/2010 23:01

די תושבי ק"י ספיציעל דע וואס ארבייטן אין ביזנעס סענטער אין די וואס האבן זייער דירה אין די געגענט פין די בית השחיטה אין די סוער פלענט זאגן א הערצליכן ברוך הבא פאר די שרעקליכע גערוך וואס די שעכט הויז שטעלט אהער מיט די געטרייע הילף פין הרה"ח מאיר הירש אין ר' אלעזר גרובער אין די שיק ינגעל אין שעכט הויז ר' יואל ווייס
 
איך בין  לעצטענס געווען דארט א ביינאכט צייט אין רח"ל דע גערוך טרעף איך איינעם פין יענע געגנט זאגט ער מיר אז יא סאיז שוין דא אין די גרויסן יעדע נאכט גענדיגט מ'קען מער נישט אויף מאכן א פענסטער אדער וואקן שטאט אויף די גאס אין יענע געגענט סאיז נאר אינטרסאנט צי די גראסערי אין די געגענט וועט עס אויך שפירן אויף זייערע סעלס וואס יעדער ווייסט איז די גראסערי די אייגעטום פין מאיר הירש אין אלעזר גרובער זאלן דא וואס קויפן דארט אין די גערוך שטערט זיי זאלן זיי לאזן הערן זייער מיינונג פאר די אנפירערס פין די גראסערי 

יעצט ערענס גערעדט וואס טיען דע וואס האבן דארט א דירה דערצי?


תוקן על ידי דער_אקס ב- 11/03/2010 23:05:12

א_בני_יואל » 14/3/2010 20:18

איך האב געזען אין די הקריה א שטיק צייט צירוק אז מפרעכט עס שוין נא וואס פארפירסטו אויף אלטע זאכן

ווער_איז » 16/3/2010 20:59

איך זע אין די אלטע פאורם אחים אנחנו איז דא פארום דערוועגן מיט אינפארמעשן דא האט איר לינק

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2705606&forum_id=20420

ווער_איז » 16/3/2010 21:04

דא האט איר די אינפארמעשן אויב ווילט איר טיען צי די זאך

http://www.dec.ny.gov/

דא האט איר די טעל #
 1-800-847-7332


דעס איז די אימעל אדרעס
r5dsptch@gw.dec.state.ny.us
ניצט די קעפעל Report an environmental violation

 די לאקעל העלט דיפארטמענט די # איז 845-291-2332

די אימעל פין בית השחיטה מ......
http://www.kjpoultry.com/index.html


KJ » 16/3/2010 21:14

ווי איך הער פון די רוחניות'דיגע פארטרעטער פון די בית השחיטה, אז זיי גייען מברר זיין פון וואס די געפערליכע בית השחיטה שטונק קומט, אבער דערווייל קען ווייטער עסן אן קיין שום פקפוק, ויאכלו 'ענבים' וישבעו.

FiveBoro » 16/3/2010 22:27

ענקער אויסגעשפילטע פרישקייט איז ממש צום באוויינען...

יעדן טאג א נייע דורכגעפאלענע מערכה.

ווי האלט עס מיט די קעי דשעי שומרים? וואו האלט עס מיט די "שמוציגע" פאסט (דשורנאל/בולעטין)?

ווער_איז » 16/3/2010 22:34

ביסטו א ק"י'ער יא אדער ניין אויב נישט רעד נישט אריין דא

אין די נייע מערכה יעדען טאג געב נאר א קיק אריין אין ענקער בעקערי פארום ווי טיט זיך מיט די לעבער מיט די ווייץ מיט .... די קענסט זעען אויף די לינק צי אחים אנחנו ווי אלט די פראבלעם איז אויב סאיז א נייע

אין די פאסט ב"ה די וואך איז שוין פאר א חלק ק"י נישט אנגעקימען דע צייטונגען


לויט דיר פארוואס פארבירט די אויסגעשפילטע סמארט שאפערס מיט מאכן 2 בולעטין'ס איינס פאר ארונים אין אינס פאר איך ווייס נישט וועם אפאר אויסגעשפילטע מענטשן


תוקן על ידי ווער_איז ב- 16/03/2010 22:35:32

FiveBoro » 16/3/2010 23:20

איך בין נישט קיין קרית יואל'ער, איך נעם אבער די רעכטן אריינצורעדן סיי וואו...

לגבי די מערכות מיין איך נישט דאס "ערפינדן פראבלעמען", האסט שלעכט פארשטאנען, איך מיין די מערכה וואס דו ווילסט אנדרייען, ווי ברענגען לינקס צו שיקן אימעיל'ס צו די גאווערנער, ווי כאילו "מיר קענען טוהן שריט!", איין טאג איז עס אז מגייט ארעסטירן, איין טאג איז עס מ'גייט אפשטעלן די פאסט, איין טאג איז עס סוער, איין טאג איז עס א נייע חברה שומרים, די דאזיגע טעגליכע מערכות פון "טוהן שריט" און בארואיגן די קאלבן אויף צוויי-דריי טעג, אן ערפאלג, רופט ארויס געלעכטער און געוויין בענעזאם.

אבער, נישט אויפגעבן.

וויכטיג » 17/3/2010 00:16

אונז שפיר מיר זיך געפערליך אויסגעשפילט, אונז האבן געמיינט אז מיר קענען נעמען אייגענע מסדרי קידושין, ביז דערווייל... איך מיין די סידור קידושין..  אויסגעשפילט געפערליך די סידור קידושין...

אוי, איך בין שוין כמעט געווארן איבערצייגט פון ענקערע ספינס אז אונז זעמיר צוקלאפט און פארלוירן, איך מיין אז אונז האבן אין קרית יואל שוין אלעס, פון בתי מדרשים כוללים, מוסדות, וכו' וכו' אפילו א בית החיים, און... אייגענע סידור קידושין.. דארפן מיר טאקע זיין צובראכן..

ווער_איז » 17/3/2010 00:52

זאג נאר ווער האט אפגעשטעלט אלע טראק'ס ארום פארן אין ק"י מיט מייקס מבזה זיין די רבנים שליט"א ?
נישט אינז מיטן נעמען שריט אין אזוי אויך וואס איז געווארן מיט אלע ענקערע פאני קאלס ווער האט עס אפגעשטעלט אויב נישט אינזערע שריט?
אזוי אויך טאקע די גערוך פין ענקער בית השחיטה וואס ענק האבן טאקע פאריאר נאכדעם וואס מיר האבן גענימען שריט האט איר אנגעהויבן צי פארעכטן דעם פראבלעם עכ"פ אזוי האבן ענק געשריבן אין ענקער הקריה פארוואס האבן ענק עס געטיען אויב נישט ווייל מיר האבן גענימען שריט ?
וואס טיט זיך מיט ספרען אין די גאסן ווער האט עס אפגעשטעלט ?

די זאך איז פשוט אז מטיט אויף די ריכטיגע פלאטץ טיט מען אויף אין דער עולם זאל טאקע אריין שיקען אימעלס מיט אריין קאלן קיין אלבעני וועגן די גערוך וועלן זיי היי יאר אויך קערנעמען!!

ווי אזוי האט אינזער מעיאר ר' אברהם געזאגט ביי די דרשה ביי די בחורים אז די שונאים האבן ליידער א שטארקע כח

יוספ7 » 17/3/2010 22:15

סתם פאר די רעקארד'ס נעכטען האט פיין געשמעקט (איידל גערעדט) איך ווייס נישט וואס אבער דאס איז זעכער אז ביי דע נושא איז נישט קיין ראלע פאליטיק יעדער איינער ארוני בני יואל זאלי יעדער שמעקט עס אין דע וואס האבן דארט א דירה איז א רחמניות אויף זיי נישט קיין חילוק וועליכע באס ס'נעמט זיינע קינדער אין חדר / סקול



תוקן על ידי יוספ7 ב- 17/03/2010 22:20:55

FiveBoro » 17/3/2010 22:25

וועראיז זאגט אז מ'האט גענומען שריט אדאנק די זאלי בחורים אויף היידפארק. לאמיר זעהן:

מ'מאכט מער נישט פאני קאלס.
דיינע חברים שרייען אז מ'מאכט יא.

אפגעשטעלט די טראק.
מ'קען מייינען אז לויטן פלאן האט געברויכט צו זיין טראקס אין ק"י יעדן טאג ארום זעקסע נאכמיטאג, און סאצעך אפגעשטעלט...

אפגעשטעלט ספרעי פעינט.
דיינע חברים זאגן אז מ'פעינט נאך קארס.

אוועקגענומען די גערוך.
דיינע חברים זאגן אז עס שטינקט נאך.

סוי זעה קלאר צו מאכן די זאך. שכוח.

יוספ7 » 17/3/2010 22:38

לאז ארויס פין דע נושא פאליטיק סיי ווער_איז אין סיי פייוו_בארא

ביטע [בילד – נישט אפגעהיט]
סאיז דא געניג אנדערע אשכולות ווי זיך ארום ציקריגן ענד לאז 

סאטמער100 » 18/3/2010 00:05

ווער_איז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דא האט איר די אינפארמעשן אויב ווילט איר טיען צי די זאך

http://www.dec.ny.gov/

דא האט איר די טעל #
 1-800-847-7332


דעס איז די אימעל אדרעס
r5dsptch@gw.dec.state.ny.us
ניצט די קעפעל Report an environmental violation

 די לאקעל העלט דיפארטמענט די # איז 845-291-2332

די אימעל פין בית השחיטה מ......
http://www.kjpoultry.com/index.html



איך האב הנאה צו זען ווי די טרייסט אפשר דעס וועט דער עולם טון אפשר רזוי וועלן די ארוניס האבן א פלאפ 
nice try 
אבער דער ארוני איז דער מסור 

יוספ7 » 19/3/2010 16:00

סטם פאר די רעקארד'ס מיטוואך אין דארנשטאג פר' ויקרא האט פעסט געשמעקט (איידל גערעדט)

kj1234 » 21/3/2010 16:58


איך פארשטיי נאך נישט דער מאיר ווערטיימער פין המספיק ווי איז ער ?


תוקן על ידי kj1234 ב- 21/03/2010 16:58:48

דער_אקס » 22/3/2010 15:32

סתם פאר דעי פאקט

מוצאי שבת ויקרא מיט דעם זינטאג צו האט געפערליך געשטינקען
 

סאיז אינטערסאנט צי וויסען אויב א ארוני פארט דארך דארט פילט ער עס אויך אדער גייט עס אריין אין די גדר פון "שוטה אינו מרגיש" אין וועגן דעם פילען עס נאר די זאלונים מיט די בני יואל'ס אין דעס איז די סיבה פארוואס די VILLAGE מיט די וועד הקריה מאכן זיך נישט וויסענדיג פין די מענטשייט

ychtzel » 22/3/2010 20:21

דער_אקס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 

סאיז אינטערסאנט צי וויסען אויב א ארוני פארט דארך דארט פילט ער עס אויך אדער גייט עס אריין אין די גדר פון "שוטה אינו מרגיש" אין וועגן דעם פילען עס נאר די זאלונים מיט די בני יואל'ס אין דעס איז די סיבה פארוואס די VILLAGE מיט די וועד הקריה מאכן זיך נישט וויסענדיג פין די מענטשייט


גיט נאך א פשט אין א חלה דעקל[בילד – נישט אפגעהיט]