איך האב פאריגע וואך אנגעהויבן די מלאכה פון קלויבן ווייץ פאר די מצות פון מיין שווער'ס כתה.
די ווייץ קומען פון די סאטמאר מצה בעקעריי אויף בראדוועי, ווי מיר פירן זיך צו קלויבן אזוי יאר יערליך.
היי יאר בשעת'ן קלויבן האב איך באמערקט אז די ווייץ זענען געפערליך מצומחות אז צו טרעפן ששים דערקעגן איז נישט פון די לייכטע זאכן, אבער איך האב געמאכט א שווייג, איך בין דאך א נוגע בדבר.
אינמיטן קלויבן רופט זיך אן איינער פון מיין בני משפחה וועלכער איז א גרויסער זאלי, פארפאלן די ווייץ טויגן עפעס נישט.
איך האב זיך נישט וויסנדיג געמאכט און איך האב קיין ווארט נישט געענטפערט וואס ער האט געזאגט, און איך האב באשלאסן נישט צו נעמען פון די מצות ווי איך טוה אלע יאר'ן. און איך בין געגאנגען באשטעלן מצות אינעם סאטמארן מצה בעקעריי המהודרת, און באשטעלט דוקא אריזאנא מצות.
נאך עטליכע טעג רופט מיך אן מיין שווער, און בעט פון מיר א טובה נישט מער און נישט ווינציגער:
איך ווייס אז דו האסט דיר באשטעלט אריזאנא מצות, אפשר באשטעלסטו פאר מיר אויך. די מצות וואס איך האב געבאקן איז מיר זייער נישט אנגענעם, דאס וואס איך האב געבאקן וועל איך געבן פאר די קליינע צו עסן.
קאמענטארן זענען גענצליך איבריג.
תוקן על ידי גוטזאגער ב- 11/03/2010 23:16:18