יענקעלע טייערע,
די מעשה קענסטו אליינס גיין וועריפייען, איך האב דיר געגעבען א נאמען, ר' משה אהרן שטיינבערג נ"י, ער לעבט, גראדע באלאנגט ער צו ענק אויך... סוי שעם דיך נישט, הייב אויף די טעלעפאן און רוף אים אן. אדרבה אויב זאגט ער עס איז נישט אמת צי איך צוריק, איך האב נאר פארציילט די מעשה ווי אזוי איך האב עס נאכגעהערט פון א קראנטע מקור.
יעצט רבי פישל שליט"א, כבודו במקומו מונח, און די ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, אז ער איז פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו, ער דארף נישט מיין הסכמה, (איך וואלט אים נישט פארגליכען צו רבי געציל, ווייל ער וואלט לכאורה יא געטראפען א היתר אויף די סידור קידושין סוגיא... אבער לאמיר נישט פארקריכען) ער האט פיינט געהאט סאטמאר נישט ווען די ברך משה איז געווארען רבי, אדער ווען רבי אהרן איז געווארען קר"י רב, נאר אסאך אסאך פריער כידוע, דאס איז א מציאות וואס די קענסט פרעגען יעדען סאטמארער אדער קלויזענבורגער איד, אז די וועסט דיך נאכפרעגען ביי די אלטע חסידים וועסטו הערן פארשידענס ווי ווייט דאס איז געגאנגען, און איך מיין אז די ווייסט אויך פון דעם, אויב די ביסט 30 יאר אדער העכער.
יעצט, איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז רבי אהרן גייט אים באזוכען, נאר איך וויל וויסען וואס איז יעצט געשען? האט ער יעצט אהערגעמופט קיין אמעריקע? ווער האט אים נישט געלאזט גיין באזוכען ביז יעצט? איז דאס עפעס א הרהור תשובה וואס האט אים געכאפט יעצט אז זיין טאטע און פעטער האבען עפעס נישט גוט געטאן דא? אז ער וויל צוריקדרייען די לעצטע 10 יאר, די לעצטע צוואנציג, דרייסיג יאר, פיין, אבער אז איינער וויל צוריקדרייען עפעס וואס איז ביי אלע סאטמארע אידן געווען טריפה די לעצטע 60 יאר אזא איינער קען קיין סאטמארער רבי זיך נישט רופען, ער קען זיין ווייטער א פיינער וויזניצער רבי אדער סיגעטער רבי, אבער א סאטמארער רבי דארף זיך מינימום פירען וויאזוי יעדער סאטמארער חסיד ווייסט אז דאס איז געווען פון אייביג אן די סאטמארער שיטה, דאס ענין פון התבדלות.