נעכטן איז פארגעקומען א גרויסארטיגע בר מצוה פון אן אייניקל פון רז"ל אין ירושלים עיה"ק.
כ'וועל נישט אריינגיין אין קיין איבריגע דיסקוסיעס און זינלאזע ויכוחים וועגן זייטיגע פרטים, איך וויל נאר ארויסברענגען איין וויכטיגע נקודה וויאזוי מ'קען זען דעם אפענעם יד ה' אפילו אין דעם היינטיגן גרויסן הסתרת פנים, ווי ווייט דער אויבערשטער פירט זיין וועלטל מיט א פונקטליכן חשבון. אלעס ווערט פארשריבן און אוועקגעלייגט, און בבוא העת נעמט מען אפיר דעם ספר הזכרונות ויהיו נקראים לפני המלך. און אויב האט מען א זכי' באקומט מען דעם עונש נאך אויף דער וועלט.
-------------------------
ר' זלמן לייב טייטלבוים איז צוואנציג יאר געווען א שטילער פארביסענער איד, וואס האט פיינט געהאט זיין טאטן און דעריבער אויך זיין גרויסן ברודער וואס איז אלעמאל געווען דער באליבסטער זון. ער האט אלעמאל געשפירט אז די גאנצע וועלט קומט זיך אים אויף א גאלדענע טאץ, און ער האט כסדר געהאלטן אז זיין טאטע מיט זיין ברודער ווילן אים נאר באגראבן און לייגן אין דער ערד, ספעציעל ווען זיין ווייב מיט איר משפחה האבן אים נאכאנאנד געהעצט אין דער ריכטונג.
ענדליך איז אים אונטערגעקומען א צייט פון נקמה. משה גבאי האט געזען אז די לייצעס גליטשן זיך אים ארויס פון די פינגער און קריטיש געזוכט א כפרה הינדל וואס ער זאל קענען נוצן פאר זיינע שררה פלענער. ער האט פארשטייט זיך נישט געדארפט זוכן צו ווייט. גענוג צייט האט ער פארברענגט מיט דעם ליידיגייער צו וויסן זיין טיפע און וויסטע שנאה קעגן זיין עלטערן ברודער (עי' ערך "טשארלי בראון מוטשעט מיך" וכולי), און יעצט האבן די צוויי זיך געגעבן די הענט און געמאכט א יד אחת צום גרויזאמען פלאן וואו ס'וועט זיין זה נהנה וזה נהנה, און גאנץ כלל ישראל קען אויפגיין אין פלאמען.
אויב איז זיי נישט גענוג געווען די אלע מעשי רשע ואכזריות וואס זיי האבן דורכגעפירט קעגן דעם צוקונפטיגן מנהיג ישראל און די טויזנטער אנגעווייטאגטע חברי הקהלה, האבן זיי זיך דערקייקלט אזוי ווייט ביז דורכפירן דעם נידערטרעכטיגן און אומדערהערטן אקט אפצוהאלטן א זיידן פון אנטיילנעמען ביי די שמחות פון זיינע קינדער און אייניקלעך.
פאליטיש האבן זיי גארנישט געהאט דערפון, פונקט פארקערט, זיי האבן אסאך דערלייגט דערפון. זיי וואלטן געקענט ברענגען דעם זיידן צו די שמחה און נאכאלץ אנגיין מיט זייערע שוידערליכע גניבות און רשעות שטיקלעך. קיינער וואלט נישט געהאלטן אז עפעס טוישט זיך לכבוד דעם [אויסער דאס אז די וועלט וואלט געזען די שטארקע אהבה פון טאטן צום מכלומרש'ט פארפיינטעטן זון, אבער דאס האט די וועלט במילא גענוג געזען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אזוי אז ס'וואלט במילא גארנישט אויסגעמאכט].
די איינציגע סיבה פארוואס זיי האבן עס געטון איז געווען ריין רשעות לשם רשעות. משה פרידמאן איז אן אכזר מבטן ומלידה וואס איז גרייט אונטערצוצינדן זיין אייגענע מאמע אויב אזוי וועט ער אפטון זיין ברודער. אויך רז"ל זעלבסט - דער איינציגער וואס וואלט געקענט אפשטעלן דעם רשעות'דיגן אקט - האט זיך געריבן דעם בויך מיט הנאה אויף זיין ברודער'ס צער, און אויב קען מען אינאיינוועגס אפטון דעם אייגענעם טאטן דורך פארמיידן פון אים די געוואלדיגע שמחה איז דאך נאך בעסער. געשאסן צוויי האזלעך מיט איין קויל.
--------------------
ס'איז דורך עטליכע יאר. דער הייליגער טאטע איז שוין בעלמא דקשוט. דער עלצטער זון גרייט זיך צו מאכן א בר מצוה פאר א קינד. א געוואלדיגע שמחה. זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז א צייט פון פרייד אויך ביים ווייטן זיידן, וועלכער וועט אודאי מאכן אלע אנשטרענגונגען צו קענען זיך באטייליגן ביי די שמחה. אינאיינוועגס וועט מען שוין קענען פטר'ן נאך אפאר טאג וואס מ'דארף נישט זוכן וואס צו טון, אויך א געוואלדיגער געווינס.
אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן!
צוערשט שיקט מען אונטער עפעס א באבע-מעשה וואס זאל צושטערן אלע גראנדיעזע פלענער. דער איד אפיס מוז נעבעך צוריקמופן, אבער כאטשיק וועט מען אריבערברענגען די שמחה קיין אמעריקע וואו דער לייבליכער זיידע וועט זיך קענען מיטפרייען מיט די שמחה.
אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן!
ליידער איז די שוויגער/שוועגערין נפטר געווארן ל"ע, און יעצט זענען ווידער אלע פלענער פארדרייט. דא איז שוין די באבע-מעשה פארשווינדן, און יעצט איז געבליבן נאר די זיידע-מעשה. יא פארן אדער נישט פארן? דא איז פאראן גרויס דרוק מצד די גדולי ארץ ישראל אז מ'זאל ארויסגיין פון טמא'נעם בג"ץ, פון די אנדערע זייט אויב פארט מען יעצט וועט מען נישט קענען פארן צו די גרויסארטיגע נסיעה פון כ' סיון, ווען מ'גייט ראטעווען דאס יהדות החרדית פון ארץ ישראל, און באפרייען דעם נועם הארץ פון דארפן שטופן נאך אפאר איבריגע שעה. אלזא, וואס טוט מען דא?
אין הימל האט מען נישט פארגעסן!
ענדליך איז פארגעקומען די גרויסארטיגע בר מצוה, אבער אן די באטייליגונג פון גרויסארטיגן זיידן.
יעדער שפאקולירט פונקטליך וואס דא איז פארגעגאנגען, יעדער וויל וויסן וואס עס גייט זיין די פרישע באבע-מעשה פארוואס ער האט זיך נישט באטייליגט. איינער גייט זיך שווערן אז ס'איז צוליב דרוק פונעם גאב"ד ירושלים. אנדערע ווייסן זיכער אז יעקב בער האט אים נישט געלאזט פארן. די זאליס וועלן זאגן אז די מוסדות האבן פארלאנגט אז ער מוז איינהאלטן דעם קאנטראקט און קומען כ' סיון מיט'ן פולן בייטל. אנדערע גאר טענה'ן אז דעלטא האט שוין נישט געהאט קיין פוירסט קלעס טיקעטס.
אבער דער ריינער אמת איז אז אין הימל האט מען נישט פארגעסן!
דארט געדענקט מען נאך זייער גוט דעם שרעקליכן רשעות, ווען דער איצטיגער זיידע האט אפגעהאלטן זיין אייגענעם טאטן זי"ע פון זיך באטייליגן ביי די שמחות פון זיינע אייניקלעך צוליב ביליגע פאליטישע חשבונות.
יעצט האט מען אים געוויזן. פרישע נארישע פאליטישע חשבונות האבן דאסמאל ווידער אפגעהאלטן א זיידן פון זיך באטייליגן ביי די שמחה פון אן אייניקל, טראץ דעם צער און עגמת נפש מיט וואס דאס איז פארבינדן!
רז"ל געדענק, אלעס קומט אהיים! דאס איז נאר איין קליינער ביישפיל וואס מען האט דיר געוויזן פון הימל אז דו וועסט טייער באצאלן פאר דעם גאנצן רשעות וואס דו האסט אפגעטון, און געהאלפן אפטון, אין די לעצטע צען יאר. בעסער טו תשובה באצייטנס, און האף צום רבש"ע אז דו זאלסט נאך אפקומען פאר אלעם דא אויף דער וועלט!