היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מרן הגאב"ד: די רייד פון סאטמאר רבי איז דברות קודש

מרן הגאב"ד: די רייד פון סאטמאר רבי איז דברות קודש

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2765023

סוג » 9/3/2010 03:02

היינט ביי די גרויסארטיגע סאטמארער בר מצוה אין קרית ויואל משה, פון בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים נכד מרן מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז באשיינט געווארן דורכ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א ובחת דינו הצדק וכל גדולי ומאורי ירושלים, האט דער ירושלימער רב - וועלכער איז געוועזן אנוועזענד ביי די דברי תורה וברכה פון סאטמארער רבי - משלב געווען ביי זיין דרשה צווי בחינות פון קבינ'ס ווערטער, און צוגעלייגט אז עס איז דברות קודש.

בתוך דבריו האט ער מיט התרגשות געזאגט אז דער חתן הבר מצוה איז אן אייניקל פון די ריכטיגע ממשיכי דרך וממלא מקומו פון מרן בעל ויואל משה זצוק"ל, און עס זיכער אז דער זכות וועט עם באשטיין כל ימי חייו.

אויך האט ער געזאגט אז מיר אלע האבן זיך משתוקק געווען צו זעהן דעם זיידן (מרן רבינו מסאטמאר) באשיינען די שמחה, אבער עס זיכער אז מקירוב הלב געפונט ער זיך דא ביי יעדן איינעם, ומחשבה טובה הקב"ה מצרפו למעשה.

א בילד פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א ביי די שמחה של מצוה


[בילד – נישט אפגעהיט]

סוג » 9/3/2010 03:06

מערקענדיג אונטערן ירושלימ'ער רב, דער באקאנטער "הולך לבג"ץ" ר' מענדל וואלערשטיין דער מנהל המוסדות, וועלכער האט באגריסט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א בהופעתו ביי די שמחה.