היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » א שאד א שאד

א שאד א שאד

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2764638

יענקי123 » 8/3/2010 16:31

אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין סטמר ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין די וועלט, אבער מיר שפירן אז דער סאטמארער רבי ר' אהרן שליט"א האט אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן שיקן שליחים מיט א משלוח מנות צו דעם בער פון אגריפס (בעלזער).

מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.

מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.

מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.

איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין. מיר האפן אז ס'איז געשעהן א טעות און ס'וועט ווערן פארראכטן.

1satmar » 8/3/2010 16:38

אכן נודע הדבר!,,,,,.....

עטץ זענטץ יעטץ געוואר געווארן וואס מיר ווייסן שוין אריבער 20 יאר?!

עס איז ליידער מקיום געווארן גם עליך יעבר כוס

ווייל ווען מיר האבן זיך געבעטן דאס הילף פון כלל ישראל
און געשריגן אז דער ארויני איז א אבן נגף לבית ישראל
האט מען אונז געלאזט פשוט אויף הפקר!



תוקן על ידי 1satmar ב- 08/03/2010 16:41:26

יענקי123 » 8/3/2010 16:50

איך האף אז ס'איז נאר כשגגה שיצא מפי השליט.

רבי_יlנה » 8/3/2010 16:52

די גאנצע משלוח מנות שטיקל פון בערעלע איז נאר געווען א נקמה אקציע אויף זיין שוואגער

ער האט עם איינגערעדט אז ער גייט נוצן זיין שחיטה
איז ראט געווארן זייער עקסייטעט, אזוי ארום האט ער עם אריין גע'נער'ט מיט די משלוח מנות אקציע

יעצט זיץ זיך בערעלע אין זיין ביהמ"ק התחתון שבתחתונים אין רייבט זיך די הענט אה ב"ה ס'איז געלונגען צו אן שמירן דעם שוואגער מיט א נאסן ליילעך

וואס די בני יואל 15 יאר און די זאליס נאך 10 יאר, האבן זיי קיינמאל נישט געמאכט אזא גוטן דזשאב מיט ראט

איין געלונגענע איידעם האט וויזניץ'ע רבי זיכער

יענקי123 » 8/3/2010 16:56

איך גלייב נישט אז וואס די זאגסט איז ריכטיג ווייל די בעלזער פלייש איז געאסערט פון דעם מנחת יצחק זצוק"ל און זיין בית דין אפילו ס'זאל זיין די כשר'סטע וואס קען נאר זיין האט דאס א דין ווי דבר אחר אזוי האט דער מנחת יצחק ז"ל געזאגט, דעראיבער גלייב איך נישט אז מ'האט אים געוואלט שחט'ן אין די שחיטה פון קרית יואל.

ברךמשהחסיד » 8/3/2010 20:20

יענקי
מיר האבן מיט דיר מיטלייד, און מיט אלע ערליכע ירושלימ'ער אידן, אבער ליידער איז דאס נישט קיין שגגה היוצא מלפני השליט, נאר א לאנג יעריגע שאיפה.

באמת האבן מיר אויך אזוי געוואלט האלטן, און יארן לאנג האבן מיר מיט אלע מיטלען פרובירט אים צו פארענטפערן, און אפילו אין די לעצטע יארן ווען ס'איז געווען א שטיקל צייט וואס עס האט געדארפט הייסן אז ער האט אפגעמאכט צו טאן נאר פאזעטיוו, און האט שוין אפילו אנגעהויבן באקומען א שטיקל בעסערן נאמען אין די גאס, האבן מיר געהאפט אז עס וועט קומען דער טאג וואס ער וועט ווערן "מעטשאר" (נתבגר) און ברענגען אביסל כבוד לכבוד בית אבותיו הקדושים.
אבער ליידער איז דאס נישט דער מציאות, און ער איז זייער שטארק צוריקגעפאלן. 

לאמיר אבער האבן אז עטץ וועט ענק נישט באקענען מיט אים פון דער נאענט
וועט עטץ קענען בלייבן אויף אים מיט א גוטע מיינונג, און דעם ברך משה'ס נאמען וועט זיין אביסל ווייניגער מבוזה.

וואלןמה » 9/3/2010 04:13

מנהל, ס'איז מיר איינגעפאלן א גוטס, איך מעג עפענען א דריטע אשכול פון 'א שאד א שאד' ?

FiveBoro » 9/3/2010 05:30

א שאד א שאד
(קרעדיט: יענקי123)

אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין תולדות אהרן, ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין אר"י, אבער מיר שפירן אז דער תו"א רבי און אזוי אויך דער גאב"ד העדה האבן אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן רייכן די האנט און שמייכלען מיט פריינטליכקייט צו דעם בער פון אגריפס (בעלזער).

מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.

מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.

מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.

איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין.

==================


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1208307&forum_id=771

פגישה משולשת: בעלזא-גאב"ד העדה-תו"א

בכניסה לשמחת השבע ברכות בבית טשרנאביל, התקיימה פגישה מרתקת: גאב"ד העדה החרדית והאדמו"ר מתו"א היו בדרכם החוצה כאשר הבחינו בכ"ק האדמו"ר מבעלזא נכנס. שניהם נגשו אליו ואיחלו לו בחום ברכת מזל טוב לרגל השמחה במעונו, בלידת נכדו.




מאןדפליג » 9/3/2010 16:36

איך וואלט נישט געהאט קיין טענות צו א מענטש וואס שיקט משלוח מנות צו א שוואגער, אפילו זיי זענען אנדערש מיט זייערע דיעות. די שאלה איז נאר פארוואס ער האט נישט געשיקט פאר זיין ברודער אויך.

FiveBoro » 9/3/2010 20:37

איך נעם עס אויף מיר: אויב וועט זיין ברודער שיקן, וועט ער צוריקשיקן.

והיינו הך.

וואלןמה » 9/3/2010 21:32

שיינע זאך פון כ"ק הגאב"ד שליט"א ואדמו"ר מתו"א שליט"א, אויב ס'גשעט א פגישה געט מען שוין די האנט מפני דרכי שלום אזוי ווי די גמ' זאגט.

סעננדר » 9/3/2010 21:43

דער יונגערע ברודער דארף שוין נישט שיקן ווייל דער גרויסער כאפט שוין אליינס..  דער גרויסער זאל ביטע צוריקשיקן דעם ביה"ח פאר משלוח מנות.

וואלןמה » 9/3/2010 21:50

ונעתרות נשיקות שונא, ווי קען מען בכלל אויפנעמן משלח מנות פונעם פעטערס שונא, (איך האלט נאך פארן צוריקשיקן)

זמן_כפרה » 9/3/2010 23:29

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 10/3/2010 00:26

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער גרויסער זאל ביטע צוריקשיקן דעם ביה"ח פאר משלוח מנות.


ליבערשט זאל דער קליינער שיקן משלוח מנות א גע'חתמ'טע "שטרי בירורין" ביי א זבל"א. (אויב נישט אפגעבן די גאנצע גניבה מיט די ווומ"ס'ע בנינים).

וויכטיג » 10/3/2010 01:41

מ'האט פאלש איבערגעשריבן אלע וויליאמסבורגע בנינים? איך האב געטשעקט און געזען אלעס ביים אלטן.. חוץ אז די חלומות פון דעם סבלן צו זיין "מושל בכל" איז צורינען ווי א זייפן בלאז..

די בית החיים אין קרית יואל איז געווארן פאלש אונטערגעשריבן און איבערגעשריבן בגניבה פון איין נאמען צו א צווייטע..

FiveBoro » 10/3/2010 03:08

מ'האט פאלש איבערגעשריבן די "פרעזידענט" טיטל פון קהל יטב לב.

(אה! ס'רעדסטע! די רבי האטעך גערעדט אויף הוק-אפ?! יא, יא, כ'ווייס...)

כלהנערים » 10/3/2010 21:38

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'האט פאלש איבערגעשריבן די "פרעזידענט" טיטל פון קהל יטב לב.

(אה! ס'רעדסטע! די רבי האטעך גערעדט אויף הוק-אפ?! יא, יא, כ'ווייס...)

 כ'נעם'ס אויף מיר, סיי משה מאנראוער סיי בערל פריעדמאן זאלן קאפערירן מיטן ארטיגן נייעם רב, וואלטן זיי ביידע געווען היינט ראשי קהילה זה בק"י וזה בווי"מ,

(אה! ס'רעדסטע! די רבי ס'דאך געווען אויף מעדיצינען?! יא, יא, כ'ווייס...)  

סקאטמאלען » 10/3/2010 22:00

פון אישי (קיין אחריות)
moty3

ללא נושא


i dont have rashis ksiva, so i want to update u about moshe friedman (monroer)

he was the one that pushed d birach moshe to mke r' aaron ruv, he had his chasboines then, we all ( ask anyone adult at that time) he was rosh hakol a few years afterward, till meir werthimer moved to monroe, made a vayitzaki that mosh his financiely draining the village & mosdos, he wrote a book with all the proofs for it, sent it only to rusha hakhla, rabbies, etc. not on the street, then he himself resigned (90% this detail) so tell them to stop bs that he was trown out cuz he didn't agree to the rabunes, it was HIS idea.

many prominent people including r' ezriel glick, yida leib floor didn't sign the cunses, they all stayed on their positions many years later
thanks for writing it


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 10/03/2010 22:02:42

סעננדר » 10/3/2010 22:14

כ'נעם'ס אויף מיר, משה מאנראוער זאל קאפערירן מיט די רבנות וואלט ער נישט געפלויגן,


(כ'דענק נישט יעצט אויפן מאמענט ווער ס'איז אלץ געפלויגן צוליב זייער אומפעיהיגקייט... כ'גיי ארויפלייגן און די רייע, כ'מאך יעצט א ליסט, ווער ס'וויל קען מיר אריינשיקן אין אישי)

סקאטמאלען » 10/3/2010 22:32

איך נעם עס אויך אויף מיר, די שאלה איז נאר צו די נעמסט עס אויך אויף דיר אז ווען משה דער גבאי איז ווען קעגן די וומ"ב רבנות צו ער וואלט אויף געפלויגן.

וואלןמה » 11/3/2010 03:23

BORO לויט מיין ידיעה איז דער ראה"ק ר' יעקב כהנא נ"י ערוועהלט געווארן סיי לעגאל וואס איז באשטעטיגט געווארן אין צוויי געריכט הייזער, סיי תורה'דיג דורך רבינו בעל ברך משה זי"ע וואס האט אים ווי געווענליך געוואונטשן נאך די וואלן הצלחה און סייעתא דשמיא, (פון דאהי נישט פון פלארידא),

ווער האט וואס פאלש איבערגעשריבן ?






FiveBoro » 11/3/2010 03:28

אין קץ לדברי רוח.

וואלןמה » 11/3/2010 03:41

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'האט פאלש איבערגעשריבן די "פרעזידענט" טיטל פון קהל יטב לב.

(אה! ס'רעדסטע! די רבי האטעך גערעדט אויף הוק-אפ?! יא, יא, כ'ווייס...)

 אין קץ לדברי רוח

FiveBoro » 11/3/2010 03:48

יא יא, טאקע דאס האב איך געמיינט.

דו ווילסט אריינגיין אין א דעבאטע וואס דער ברך משה האט געזאגט די לעצטע יארן, וואס דער שופט האט ענק געגעבן, וועמען עס באלאנגט די ביה"ח, ווער עס וויל נישט גיין צו די"ת, וכ' וכו', אויף דעם איז געזאגט געווארן "אין קץ וגו'", ענקערע שטותים אין דעם סכסוך קען שוין יעדער זייער גוט, און די וועלט זענען נישט קיין נערנים ב"ה, און איך קימער זיך בכלל נישט אז איר זאגט דא וואס איר זאגט.

און שיעור פארגעסן איין יסוד: ר' אהרן איז א ציוני.

וואלןמה » 11/3/2010 04:05

נו אז בארא זאגט אז די וועלט ווייסט שוין, איז דאך שוין נישט שייך וואס צו רעדן.

הערמיךצו » 11/3/2010 08:26

וויכטיג טייערע די רעדטס טאך אזוי נאריש ווער איז לעמשה געווען באל הבית אויף סאטמער ביז נ"ט??? ווער האט געגאנוועט פון וועמען צי גענומען גאנצע בינינם און די שרייסט נאך גנב אויפן בית החיים די שעמעסט זיך עצט פאלנער גאנבים גאסן יונגען אין די האסט נאך די חוצפה צו שריין גנב פאק אן און פארמאך דיין מויל

בארא » 11/3/2010 18:08

הערמיךצו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויכטיג טייערע די רעדטס טאך אזוי נאריש ווער איז לעמשה געווען באל הבית אויף סאטמער ביז נ"ט??? ווער האט געגאנוועט פון וועמען צי גענומען גאנצע בינינם און די שרייסט נאך גנב אויפן בית החיים די שעמעסט זיך עצט פאלנער גאנבים גאסן יונגען אין די האסט נאך די חוצפה צו שריין גנב פאק אן און פארמאך דיין מויל


זיי נישט ברוגז, וויכטיג האט שוין איינמאל גערעט צי די זאך, אין דו שפרינגסט מיט כעס און האסט גארניקס געענפערט!

אין ווימס"ב זענען אלע בנינים געבליבן אויף די זעלביגע נעמען ווי פריער, מיט די זעלבע רבי (רביה"ק בעל ברך משה), די זעלביגע איינגעשטעלטע, נאר דעם בערל פ"מ האט מען געשיקט ליפטערען ווייל ער האט זיך מתחצף געוועזען קעגען דעם רבי'ן

אין בית החיים האט מען איבערגעשריבען די דיע"ד פאלטשערהייט פון איין נאמען צו די אנדערע, קאפטשאו?

זמן_כפרה » 11/3/2010 22:50

                 פני הדור כפני הכלב

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] 
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 11/03/2010 23:11:01

דער_אקס » 11/3/2010 23:13

פארוואס נישט עפעס א שיינע בילד פין א בער (יששכר "דוב" רוקח)

זמן_כפרה » 11/3/2010 23:15

ווייל עס שטייט נישט כפני הדוב

FiveBoro » 11/3/2010 23:33

ס'איז משוגע צו ווערן פון ענקער ערוואקסנקייט.

דא האט איר מיין ריפליי

[בילד – נישט אפגעהיט]

זמן_כפרה » 11/3/2010 23:55

אזוי שטייט און די גמרא
פני הדור כפני הכלב
האבן מיר דא אראפ געברענגט א בילד
אזוי ווי די גמרא עוז והדר ברענגט אראפ בילדער מען זאל בעסער פארשטיין די גמרא,