היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מסור וויינשטאק ווארפט ארויס א בחור פון ביהמ"ד

מסור וויינשטאק ווארפט ארויס א בחור פון ביהמ"ד

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2764421

כלהנערים » 8/3/2010 04:36

 היינט זונטאג נאכמיטאג האט דער באקאנטער מייקר אלילים וואס האט געמסר'ט "אז אידן דאווענען צו גאט אין א 1 פעמילי הויז ר"ל, האט היינט אויסגעגעבן זיין גרומצארן אויף א בר מצוה בחור'על

פאר עטליכע וואכן צוריק נאך די ערשטע חתונה אין עטרת מאיר צבי האבן די ארונים זיגרייך אויפגעהאנגן  צעטליך מיט די נעמן פון די מסדר קידושין און חתן כלה אויף די ווענט אין זייער קאווע שטיבל, ר' ישעי יעקב קאהן האט כסדר מעביר געווען די צעטליך, נאכדעם וואס ישעי יעקב האט געענדיגט זיין ארבעט האט ער מיט א נצחון געשריגן ארויס האסט נישט מער קיין דריסת הרגל אין ביהמ''ד! וואה!

נאך די צווייטע חתונה האט זיך אפגעשפילט די זעלבע זאך דא האט שוין וויינשטאק גערעדט מער דראמאטיש, ווי ישעי יענקל פארציילט האט ער געסטראשעט זייער שטרענג אז דאס איז די לעצטע מאל וואס ער ווארנט אים מיטן מויל! 

היצט האבן זיי ווידער געלייגט צעטליך און עודך, נאכמיטאג דער משוגענער קאהן רייסט שוין ווייטער די צעטליך, וויינשטאק האט נישט פרובירט נאנט צו קומען און זיינע ד' אמות, מער ווי קראצן זיינע פרקלס און ווארטן ביז קאהן גייט ארויס און דאן שרייען מיט א נצחון דו האסט מער נישט קיין דריסת הרגל האט ער נישט געקענט, וואס טוט מען, בחסדי ה' האט ער געטראפן א קרבן עולה, דריי בחורים'לעך זענען געשטאנען אין די זייט און זיך געקאטשקעט פאר געלעכטער ווי דער אפגעריסענער וויינשטאק לויפט ארום ווי א צעווילדעוועטע טיגער, האט ער מיט כעס אנגעכאפט איינעם ביים גענאק אזוי ווי זיינע רביס פלעגן אים טון אין חדר און אים שטרענג געווארנט ארויס פון דא דו האסט נישט קיין דריסת הרגל! פארוואס פארווען פארוואו ווייס איך נאך נישט 

  וויינשטאק כ'האב געוואוסט ס'ביסט א גיבור, אבער אזאנס קענסטוך שלאגן מיט א בר מצוה בחור'ל דאס שוין נישט..   

FiveBoro » 8/3/2010 04:44

כל הנערים, דו ביסט נאך 13 יאר? און איך מיין אזוי ביז היינט אז 18.

לעצם הענין, איך כאפ נישט וואו אהין דו צילסט, ביסט ברוגז אויף די "רשעות" פון וויינשטאק?, אדער ביסט פרייליך אז די ביהמ"ד הגדול איז ענקערס (!), אדער ביסט פראוד מיט ענקער י"י קאהן נעבעך? אדער ווילסט ארויסברענגען אז וויינשטאק "ציטערט" פון קאהן'ען? מאך קלארער.

דער_אקס » 8/3/2010 04:45

אז מרעדט פין עם איז כדי צי זאגן זיין פולע נאמען  מסור יודא יושע וויינשטאק וואס א בי"ד האט געשריבן אויף עם אז ער איז ערגער ווי א משומד ל"ע!!
אין קיינער האט נאך נישט אראפ גענימען פין עם די פסק!!

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי דער_אקס ב- 08/03/2010 04:48:59

1satmar » 8/3/2010 05:36

דער מסור זויערער
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי המהדרין ב- 08/03/2010 05:37:54

כלהנערים » 8/3/2010 06:44

בארא רואיג, דע ארטיקל איז געשריבן געווארן פאר א צוועק.