יענקל קודם שלום עליכם, מען הערט שוין נישט פון דיר זינט פורים, קען זיין אז די ביסט נאך געווען שיכור ביז יעצט, אדער ביסטו געווען אין א נסיעה אין אויסלאנד, אדער געפארן קיין ליזענסק, אויב יא זאל דער אייבירשטער העלפן זאךסט האבן אויסגעבעטן א גיטע ישועה.
אצינד בנוגע ישיבת "אור תורה" זעהט אויס אז די ביזט אביסל אינטערשטעליג מיט די נייעס, וועל איך דיר פרובירן צו אפדעיטן, ר' אהרן קויפמאן האט קלאר געמאלדן אז ער גיבט אויף די ישיבה, און טראץ די אלע געבעטן ביי אים האלט ער זיך נאך דערווייל ביי זיינס, ער האט שוין איינגעמאלדן פאר די בחורים אז זיי זאלן זיכן א נייע ישיבה אויף קומענדיגע זמן, אזוי אויך האט ער געזאגט פאר די איינגעשטעלטע (וואס איינע דערפון איז זיין שוואגער פון קרית יואל) אז זיי זאלן זיכן א נייע דזשאב.
דערווייל זיכט מען א נייע ראש ישיבה, וואס מען קען נישט טרעפן, ע"כ לויט די יעצטיגע מצב איז דער ישיבה קומענדיגע זמן פארשפארט.
לויט ווי איך הער זאגן האט שוין ר' אהרן געקויפט א הויז אין ק"י, ווי ער פלאנט זיך ארויסצוציען וואוינען נעבן זיינע קינדער און זיין טאטע, יש אומרים אז זיין חבר ר' וואלף לאנדא האט אים אנגעטראגן דארטן א פאסטן.