היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פאניק ! וויילאנד פארמאכט די שחיטה וועגן מסקאווי

פאניק ! וויילאנד פארמאכט די שחיטה וועגן מסקאווי

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2763660

דעקלעראציע » 5/3/2010 10:48

אין א שוידליכען אויף רייס איז מען געוויאר געווארן אס התאחדות הרע-הרבנים האט פאר פורים געשחט'ן
איבער 1000 מוסקאווי קאטשעקס ביי וויילאנד ( ווי הרה"ג ר' יודל גרובער איז מעיד אז מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן )

למעשה האט איצא גליק מיט דער קל שבקלים ר' הלל וויינבערגער גארנישט געטיען דערוועגן ס'האבן עס געלאזט פארקויפן.
 
די שוחטים האבן פארפירט אז עפעס טויג נישט אין מען האט זיך נאך אלץ נישט וויסענדיג געמאכט
אפאר שוחטים האבן עס אראפ געטראגן צי א לעב ווי מען ווארט אויף די רוזלטאטן

די זאליס שיקן יעצט ארום מעסישעזס אז וויילאנד איז אפגעשפארט ביז מען וועט געוואיר ווערן וואס ס'גייט פאר

מען זאל זיין געווארן נישט צי עסן קיין 82 פלייש וועגן חשש טריפה

דעס איז די מעסשיעזש וואס יאסעלע פריעד שיקט ארום

SatmarHQ

 so they sent a sample to a lab to check it out, meanwhile was stopped the Shchita of ALL ducks until the results come back!!!



תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 05/03/2010 10:48:57

allgood1s » 5/3/2010 10:57

דאס איז געשען יעצט 4 אזייגער פארטאגס? וויאזוי קען אזא זאך געשען נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין פון די פראבלעם?

דעקלעראציע » 5/3/2010 11:01

איצא גליק האט היינט געזאגט אז מען איז נאך נישט קלאר, ס'קען זיין ס'איז א געמישטע עוף.
 
איך קען דיר נישט ענטפערן קלאר אויפן מציאות, אבער דעס איז די מעשה די שוחטים זאגן אז דער עוף האט יא אביסל אנדערש אויס געקוקט.

SatmarBum » 5/3/2010 12:34

וועט רב יחזקל ראטה גאב"ד קארליסבורג ארויס געבען נאך א פרישע איסור.....?

מישמאש » 5/3/2010 17:46

וואס איז די גראשקע? דער דרכי תשובה, דער נצי''ב, דער דברי מלכיאל, זענען אלע מתיר צו עסן מוסקאווי, נא, מה כל הרעש?

נאר הא לן והא להו!!!! די טארסט נישט! און איך מעג יא!

allgood1s » 5/3/2010 18:29

אינטערסאנט ביי די זאלי פורם וואס כידוע בליטיגען שטארק אויף מאסקאווי איז טויט שטיל דערוועגן, ניטאמאל איין אשכול איז דא דערוועגן

allgood1s » 5/3/2010 18:44

ברעיקינג!!!
איך האב יעצט געהערט פון מיין שוואגער אז נפל האט גערעדט מיט דעם באוויסטען שוחט פאלאק און ער האט געזאגט אז דארט ווייסט מען נישט דערפון...

דוד46 » 5/3/2010 18:51

הייסט עס אז לויט די אהרונים דארף דער איד ארויסקומען נעקסטע וואך מיט א קידוש לבנה העדליין:

בית השחיטה אין וויילענד ראטעוועט אנדערע בתי שחיטה פון טמא'נעם עוף

ארגינעלער » 5/3/2010 19:59

די חוצפה אין די היפאקראזיע פין התאחדות איז א מיליאן נאך מער ווי מען מיינט.

פאר ארום 2 חדשים  צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די מוסקאווי קאטשקעס איז הרב יואל ווייס פין די קרית יואל שחיטה געווען אין די פארום  אין לענקעסטער פענסלוועניע ביי די העטשערי
האט דער פארמער דעמאלס געוויזן פאר הרב יואלי ווייס די העשטרי פין קאטשעקס וואס גייט גיין אין אפאר חדשים ארום צי התאחדות. ( דער פראדוצר גייט אז מען קויפט די קאטשעקס אפאר חדשים איידער ס'איז גרייט צי די שחיטה )

הרב יואלי ווייס האט דעמאלס געקאנטאקט וויילאנד מיט התאחדות זאגן אז די קאטשעקס זענען מוסקאווי אין נישט פעיקעין

התאחדות דעמאלס געזאגט אז זיי זענען מסודר אין ס'איז נישט קיין פראבלעם אין לעמשה האבן זיי עס גע'שחט'ן.

אין יעצט איז ארויס געקומען דער עגל הזהב.

ישר כח פארן מילך קעסטל ר' הלל וויינבערגער ( כי הלל הרשע על תאוות נפשו )

מנחם_מענדל » 5/3/2010 20:07

הנני מוחה נמרצה נגד בזיון ת"ח.

עס איז אמת אז ר' הילל איז א איד וואס נגיעות פירן אים, אבער א "קל שבקלים" איז ער נישט! ער איז א ירא שמים גדול.
די גאנצע מעשה קלאפט פונקט אזוי גוט אן די נארישע צוגעלייגטע טיטלען.
מנהל, נעם קעיר ביטע.

דוד46 » 5/3/2010 20:13

מנחם מענדל

אים אדם נתפס על צערו

אז עס טוט וויי גיסט מען אויס דעם כעס אויף יעדן אבי נישט אויף זיך

דער חילוק צווישן וויילענד און ק"י איז, אז אין וויילענד זוכט מען עס נישט צו באהאלטן, און אין ק"י האט מען אפאר וואכן דאס אויסבאהאלטן פון ציבור און אויך שפעטער האט מען געזוכט היתירים

זעט אויס אז דאטס ווארט המהודרת איז טייטשט היתירים

לעקסינגטאן » 5/3/2010 20:14

ווי קען מען כשר'ן די כלים ?

דוד46 » 5/3/2010 20:16

אין בית השחיטה אין טעקסעס

לעקסינגטאן » 5/3/2010 20:20

דוד'ל די וועלט פירט זיך צי טרינק א קנאק יאנקל צווישן פיש אין פלייש

allgood1s » 5/3/2010 20:27

וואס הייסט זיי זיכען נישט צו באהאלטען??

זיי האבען שוין געמאכט א ריקאל??

זיי האבען שוין גע'כשרט די כלים??

אדער האט התאחדות שוין ארויסגעגעבן א כתב אז יאכלו ענוים... נאר זיכער מאכען צוצומאלען פארן קאכן (עיין פרשה בודק סטראבערי)

דוד46 » 5/3/2010 20:35

ערשט מוז שטיין אין איד א ריזיגע העדליין אז "וויילענד בית השחיטה ראטעוועט אנדערע בית השחיטות פון עופות טמאים" און דערנאך וועלן זיי מאכן דעם ריקאל...

דעקלעראציע » 5/3/2010 20:38

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דער חילוק צווישן וויילענד און ק"י איז, אז אין וויילענד זוכט מען עס נישט צו באהאלטן,


דעמאלס פארוואס לויפט איצא ארום זאגן אז אלעס איז גוט די קאטשקעס איז מוסדר
, וואס מיינט דעס אויב נישט קורפטירטע קאוועראפ פין די התאחדות הרע- הבנים

יא יא וויילאנד מיט איצא קען עס נישט באהאלטן פין היידפארק, אבער קיין צעטיל אין דער אין צייטנוגען אדער אין די גאס.
אז מען האט מאכיל געווען טריפות אין ווי מען זאל כשר'ן כלים.

דוד46 » 5/3/2010 20:40

דער חילוק איז, אז ק"י האט געדויערט עטליכע וואכן זייט די שחיטה ביז עס איז ארויס אין גאס

אין ווילענד האט מען עס תיכף געכאפט און עס איז תיכף ארויס אין גאס פאר די שחיטה!

דעקלעראציע » 5/3/2010 20:43

געכאפט נאך פאר די שחיטה ?????

טאקע א גיטע א שחיטה איצא גיי אן מיט דיינע שייגץ שטיק
נישט אימזיסט שרינקען זיינע שחיטות אין א יעדער לויפט אוועק פין דארט

שעם דיך איצא פארן מאכיל זיין טריפות פאר כלל ישראל.

יקרבו » 5/3/2010 20:46

דוד, אויב אזוי וואס האט מען געשיקט פארן לעב א לעבדיגע קאטשקע ?

אין פארוואס האט מען פארשפארט די שחיטה ?

נייס טריי.....

יעקב_שמשון » 6/3/2010 00:08

ביי די סאכדעס האט נאך אין זייערע 60 יעריגע עקזיסענטץ נאכנישט פארסירט א מכשול
אלעס ווייל ס'איז איין שטיק קראפשין .

אדםאמיתי » 7/3/2010 03:49

יעקב שמשון, נעה.........

סייעתא דשמיא

נוטראלער » 7/3/2010 18:54

יעקב_שמשון כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי די סאכדעס האט נאך אין זייערע 60 יעריגע עקזיסענטץ נאכנישט פארסירט א מכשול
אלעס ווייל ס'איז איין שטיק קראפשין .


תקון טעות

ביי די ארונים האט נאך אין זייערע 10 יעריגע עקזיסענטץ נאכנישט פארסירט א מכשול
אלעס ווייל ס'איז איין שטיק קראפשין .

נוטראלער » 7/3/2010 19:01

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די חוצפה אין די היפאקראזיע פין התאחדות איז א מיליאן נאך מער ווי מען מיינט.

פאר ארום 2 חדשים  צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די מוסקאווי קאטשקעס איז הרב יואל ווייס פין די קרית יואל שחיטה געווען אין די פארום  אין לענקעסטער פענסלוועניע ביי די העטשערי
האט דער פארמער דעמאלס געוויזן פאר הרב יואלי ווייס די העשטרי פין קאטשעקס וואס גייט גיין אין אפאר חדשים ארום צי התאחדות. ( דער פראדוצר גייט אז מען קויפט די קאטשעקס אפאר חדשים איידער ס'איז גרייט צי די שחיטה )

הרב יואלי ווייס האט דעמאלס געקאנטאקט וויילאנד מיט התאחדות זאגן אז די קאטשעקס זענען מוסקאווי אין נישט פעיקעין

התאחדות דעמאלס געזאגט אז זיי זענען מסודר אין ס'איז נישט קיין פראבלעם אין לעמשה האבן זיי עס גע'שחט'ן.

אין יעצט איז ארויס געקומען דער עגל הזהב.



ווי איז יואלי ווייס געווען ביז יעצט

ווי האט נאר דער פורים רב געזאגט שושן פורים ביים טיש
יואלי ווייס איז דא, ווי איז יואלי ווייס, יואלי ווייס
דברי פי "חכם" חן

ארגינעלער » 7/3/2010 21:17

ווייסט איינער ווי מען קען ביי די סאכדעס כשר'ן כלים ?

נפל » 7/3/2010 21:37

כשר'ן דארף מען נאר נאך א ריקאל, משא"כ אויב איז די פלייש קיינמאל נישט ארויס אין גאס!

דוד46 » 7/3/2010 22:30

נייס טריי פון די אהרונליך דא אויף היידפארק...אבער סארי ענקער ספין איז גוט פאר די פארווערטס-בלאט ליינער אדער פאר ענקערע קיעלעך....

דער פראבלעם מיט ענקער שחיטה (אוי, שיר פארגעסן "המוהדרת"...) איז נישט אז מען האט געשאכטן ספק טריפה, ווייל פראבלעמען אין טעותים קען זיך אלץ מאכן! און סאיז נישט דאס ערשטע מאל. סאיז שוין געשען ביי אנדערע אין די לעצטע 20 -30 יאר. ענקער שייגעץ שטיק איז געווען דאס באהאלטן דאס לייקענען נאכדעם וואס ענק האבען שוין געוויסט אז סאיז א פראבלעם און מאכיל נבילה וטריפה געווען טויזענטער אידן...

וואס האט וויילאנד געטון? זי איז גראד ארויסגעקומען  נאך אין זעלבן טאג אן קיין בושה