ווי באקאנט האט ראט איינגעפירט א מנהג אז ער שפילט פורים ביים טיש א געים מיט די חסידים.
ער רופט אויס א געוויסע זאך, און אלע חסידים מוזן ארויפקומען אויפן טיש.
איין יאר האט ער געשפילט אז ווער עס הייסט "מרדכי" מוז ארויפגיין אויפן טיש.
און ס'איז אסאך פאן, ספעציעל למשל ווען אלטע אידן וואס הייסן מרדכי שלעפן זיך ארויף אויפן טיש קוילערט זיך דער גאנצע עולם פאר געלעכטער.
היי יאר פורים תש"ע, האט ר' אהרן געשפילט די געים מיט די "בית השחיטה" אז ווער עס האט א שייכות מיט די בית השחיטה מוז ארויפגיין אויפן טיש.
בשעת מעשה האט ער אויסגעלויבט זיין בית השחיטה, און באשמוצט די אנדערע בית השחיטה, און צוגעלייגט אז ס'איז אים א כבוד אז מען בארעדט אים.