היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מזל טוב מקודשת, סאטמאר רבי שליט"א מסדר קדושין אין בני יואל

מזל טוב מקודשת, סאטמאר רבי שליט"א מסדר קדושין אין בני יואל

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2763172

1satmar » 4/3/2010 05:11

מזל טוב מקודשת,
 היסטאריש!
כ"ק רבינו מהרי"י טייטלבוים אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מסדר קדושין אין בני יואל ד'סאטמאר, קרית יואל 
די 3טע בני יואל חתונה !

[בילד – נישט אפגעהיט] 


 

http://www.youtube.com/watch?v=HVJXQrRkeBo

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=13002

די 2טע בני יואל חתונה ! 



http://www.youtube.com/watch?v=7jZ-3YqQaxY

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=12820

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=11924

די ערשטע בני יואל חתונה ! 



http://www.youtube.com/watch?v=61AkalwC7Mw

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=12459




תוקן על ידי משגיחים ב- 05/03/2010 08:33:53

שלמה_יאנקל » 4/3/2010 05:25

דער עולם זאל זיין גערישט אויף א פרישע אויסברוך פון ספרעיערייען און פאשקעווילן ווארפערייען דורך די סבלנים. דער עולם זאל האלטן א וואכזאם אויג וועלעכע חברה וועלן עס דורכפירן.

FiveBoro » 4/3/2010 05:28

שלמה_יאנקל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער עולם זאל האלטן א וואכזאם אויג וועלעכע חברה וועלן עס דורכפירן.

כפארשטיי נישט וואו איך האלט מיט ענק.
ענקער עולם וועלכע שטרעבט אזוי שטארק צו זיין אויף די פסולים ליסטע, איז עפעס אזוי באזארגט איבער די ערשיינונג דערפון.
הו קעירס?!

שלמה_יאנקל » 4/3/2010 05:34

יא מיר שטרעבן דערויף אבער און די זעלבע צייט שטרעבן מיר די עולם זאל זעהן ווער זענען די ווארפערס

SatmarBum » 4/3/2010 05:43

שלמה_יאנקל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יא מיר שטרעבן דערויף אבער און די זעלבע צייט שטרעבן מיר די עולם זאל זעהן ווער זענען די ווארפערס


איך האב געמיינט מען ווייסט שוין ווער די ווארפער איז....?

קוק: http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2759643&forum_id=21016

שלמה_יאנקל » 4/3/2010 05:46

די מיינסט זיי האבן נאר ארגענטינע אויסווארפן?

אגוטןטאג » 4/3/2010 08:13

יישר כחכם פאר'ן קליפ. ביטע אויך לייגן פאר דזשעי נעט באנוצער

בכורשוטה » 4/3/2010 09:21

ווער איז דעס "כ"ק אדמו"ר שליט"א" מכובד מיט סידור קידושין? האבן שוין די בני יואל א ממשיך דרכו פון מרן רבינו זי"ע?

א_בני_יואל » 4/3/2010 16:08

בכורשוטה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז דעס "כ"ק אדמו"ר שליט"א" מכובד מיט סידור קידושין? האבן שוין די בני יואל א ממשיך דרכו פון מרן רבינו זי"ע?


איז פאפא רבי רבי אין סאטמאר ווייל ווען א פאפא חסיד מאכט חתונה אין סאטמאר אין איז מכבד זיין רבי פאר מסדר קדושין?

אין נאך אזאך מיר לאזן יעדעם נעמען וועם ער וויל פאר מסדר קדושין אפי' אויב א ארוני וועט נעמען א חתונה דארט קען ער געזינטערהייט נעמען זיין סבלן רבי פאר מסדר קדושין אין מוועט עם אויך אזוי אויסריפן

אגוטןטאג » 4/3/2010 16:50

דער שמש פון קהל יטב לב, ר' אביגדור נחום שלעזינגער רופט אזוי אויס דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א.

בני יואל האט מער ווי איין "ממשיך דרכו" פון מרן רבינו זי"ע, מען איז מחנך אלע קינדער זאלן ממשיך זיין דעם דרך.

וויכטיג » 4/3/2010 17:55

ממש א קידוש השם, דריי חתונות איז א חזקה, והחוט השולש לא במהרה ינתק...

ס'האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע פאר קרית יואל, ברוך הוא וברוך שמו!

סקאטמאלען » 4/3/2010 18:22

אז מ'דארף נישט פארן ביז מאנסי צו מאכן חתונות איז שוין א נייע עפאכע? ס"ה איז עס נישט מער ווי א קאוויניענס, א באקוועמליכקייט,

אויסער דעם, האט זיך גארנישט געטוישט פאליטיש, זערא, זילטש, נאדא, ר' אהרן האט נישט פארלוירן קיין איינציג שטימע צוליב ענקער סידור קידושין, זיין קלארע רוב איז פונקט אזוי אין טאקט, קיין איינער פון ענקרע מסדרי קידושין איז נישט קיין סורפרייז, זיי זענען שוין בועט ומוריד אין ר' אהרן פאר צענליגע יארן

סא, וואס פונקטליך איז דא דער נייער עפאכע, אלעס איז ווייטער עולם כמנהגו נוהג,

די איינציגע זאך וואס מ'קען אפשר יא זאגן אז ס'א נייע עפאכע אז מעגליך וועלן זיין פולע אידישע קינדער וואס וועלן וואוינען מיט פסול'ע קידושין'ס און וועלן פארשריבן ווערן אין א פנקס, אויסער דעם וואס נאך?

וויכטיג » 4/3/2010 18:29

סקאט, דו ליינסט אפשר די בלאט? אויב יא איז אביסל פארשטענדליך ווי א מענטש קען לעבן אין אזעלכע דמיונות ממש ווי די בת היענה..

1satmar » 4/3/2010 19:16

מזל טוב מקודשת סאטמאר רבי מסדר קדושין בני יואל חתונה#3
פאר JNET

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=13002

אמיגא » 4/3/2010 19:28

וויכטיג, גוט געזאגט!

עס איז שמואל ווידער מדברת מתוך גרונו!

צי ווייסט אפשר איינער פארוואס שמואל יונה-משכיל האט באשלאסן די וואך אז מען לייגט מער נישט די נעמען פון די פסולים? איך האב געוויסט אז ס'גייט זיך אויפהערן, אבער שוין ביים דריטן? אביסל געדולד וואו איז? העי, עטץ האטס אנגעהויבן א ממזרים-מערכה, און עטס מוזטס עס אנהאלטן!
איי עס האט ענק פארשווארצט דאס פנים אין די גאנצע וועלט, ובראשם ביי הגה"צ מ'וויען שליט"א, אבער פארפאלן. מ'קען נישט דעזערטירן אינמיטן א קריג! סאו ביטע טוט אונז א געפעליגקייט און הייבט צוריק אן צו לייגן די פסולים כאטש ביז נאך די צענטע חתונה.
דאנקע שיין!

FiveBoro » 4/3/2010 20:56

אמיגא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צי ווייסט אפשר איינער פארוואס שמואל יונה-משכיל האט באשלאסן די וואך אז מען לייגט מער נישט די נעמען פון די פסולים? איך האב געוויסט אז ס'גייט זיך אויפהערן, אבער שוין ביים דריטן? אביסל געדולד וואו איז? העי, עטץ האטס אנגעהויבן א ממזרים-מערכה, און עטס מוזטס עס אנהאלטן!

יא, מיר האבו אנגעהויבן, און מיר וועלן ממשיך זיין, טאקע נישט אויף צו לאנג, בלויז עד ביאת הגואל "במהרה".

לויט ווי איך האב געהערט גיייט קהל מאכן א גלאזערנעם באקס אין אלע שולן פון קהל יטב לב וואס דארט וועט זיין די נעמען פון די פסולים, לעד ולמשמרת ולזכרון.

אמיגא » 4/3/2010 21:00

איך האב מיך שוין געפרייט אז איינער גייט מיר ענטפערן די שווערע קושיא, אבער דערווייל רעדט ער פון גאר עפעס אנדערש.
ליין איבער מיין פראגע: צי ווייסט אפשר איינער פארוואס שמואל יונה-משכיל האט באשלאסן די וואך אז מען לייגט מער נישט די נעמען פון די פסולים?
האסט א תירוץ? אז יא ענטפער, אז נישט בלייב שטיל. די תורות מיט "מהרה" קען איך אויך.

FiveBoro » 4/3/2010 21:02

איך זאג נישט איבער צוויי מאל. ליין איבער.

סעננדר » 4/3/2010 21:04

<div> איך האב יעצט באקומען אין אישי אז בקרוב דארף אנקומען פון כינע א אומבאשטימטע צאל קאנטעינערס מיט די גלאזערנע קעסטליך, דערווייל האלט מען אינמיטן עקסטענדן די בתי מדרשים ס'זאל זיין גענוג פלאץ ווי צו פלאצירן די הונדערטער קעסטלעך במשך פון די קומענדיגע פאר יאר, טייל זאגן אז אויף לעת עתה וועט מען זיי פלאצירן אנשטאט די ר' מאיר בעל הנס פושקעס, אבער סענדר נעמט נישט קיין שטעלונג


תוקן על ידי סעננדר ב- 04/03/2010 21:17:22

אמיגא » 4/3/2010 21:06

איך ליין איבער 6 מאל און איך זע גארנישט. איך האב געפרעגט פארוואס אין בלאט האט מען אויפגעהערט. האסט א תירוץ?

FiveBoro » 4/3/2010 21:08

אה, כפארשטיי דיין פראגע.
דער בלאט האט ביז היינט אריינגעלייגט "קהל'ס" בריוו, נישט קיין אייגענע זאכן. פארשטייסט?

FiveBoro » 4/3/2010 21:09

פון אישי.

דארפ ווייזן בעלות נאר פשוט און פראסט אני ואפסי עוד וכל זה איננו שוה לי (האסט דאך אין וויליאמסבורג ס'איז נישט גענוג? וואס דארפסטו קומען קיין קרית יואל?)

זאג נאר ווען דיינע תלמידים האבן חתונה אין נייטרא פארסטו אויך?



תוקן על ידי משגיחים ב- 04/03/2010 23:28:03

אמיגא » 4/3/2010 21:09

נו, דאס איז מיין קושיא. פארוואס לייגט קהל נאר די נעמען פון די מסדרי קידושין, נישט פון די פסולים?
האסט א תירוץ?

אמיגא » 4/3/2010 21:16

עטץ זעטס קאלעגעס? זיי פרייען זיך. אביסל א מאדנע וועג פון זיך פרייען, מיט טויטע קללות און נישטאמאל שרייבן א ר' אויף אידן דיינים ורבנים. אבער דאס איז עס. די שמחה רעדט ארויס פון יעדעס ווארט.
 
אויב איז דאס שמחה, זאל הקב"ה העלפן אז די שמחה זאל אנהאלטן שטענדיג, עד ביאת הגואל "במהרה"

גערעכטער1 » 4/3/2010 21:19

אמיגא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נו, דאס איז מיין קושיא. פארוואס לייגט קהל נאר די נעמען פון די מסדרי קידושין, נישט פון די פסולים?
האסט א תירוץ?

נו, פארוואס? וואס מיינסטו?, איך ווייס דעם ענטפער! אבער איך קען דאס נישט שרייבן ווייל מען האב מבטיח געווען פאר דעם קאפל אז מען גייט דאס נישט מפרסם זיין, אבער זיי האבן געטון וואס זיי האבן געדארפט, און דריבער האט זיי רבי געציל שליט''א געווינטשן א מזל טוב והצלחה רבה, אוי! איך האב שוין צופיל געשריבן.

אמיגא » 4/3/2010 21:25

דו ביזט נאך דא? כ'האב געמיינט אז דער מנהל האט דיך שוין אויסגעשפארט?

לאמיר דיר עפעס מסביר זיין. א פארטיי מוז האבן איין מעסעדזש. ס'קען נישט קומען איינער זאגן אז מ'גייט לייגן גלאזערנע קעסטלעך עד "מהרה" און דער צווייטער רעדן פון פארבארגענע היימעניסן, וואס ס'מאכט מיך ציטערן אין די הויזן וואס פארא פינסטערע אינטריגעס עטץ ארבעטס אן אונטער מיין רוקן.

דו פארשטייסט? עס קוקט זייער נישט גוט אויס ווען יעדער זאגט עפעס אנדערש.
טו א טובה פארבינד דיך מיט בארא'ן און רעד דורך מיט אים וואס איז די בעסטע וועג, און דאן קום צוריק מיט א פערטיגע זאך, אויב דער מנהל וועט דיך נאך נישט האבן אויסגעשלאסן.
א דאנק פון פראנויס.

מאנדרויער » 4/3/2010 21:26

און פארוואס האט מען אויף געהערט מפרסם זיין די נעמען פון די פריערדיגע 2 קאפלס?

זיי האבן אויך געטון די באהאלטענע זאך, וואס דו טארסט נישט פארציילן??

FiveBoro » 4/3/2010 21:27

גערעכטער, רעד נישט קיין נארישקייטן.

איך האב שוין געשריבן וואס איך האב געהערט אז קהל האט באשלאסן צו מפרסם זיין די נעמען אויף א גלאזערנעם באקס אין די שולן. איך גלייב אבער אז עס וועט זיין אין בלאט אויך. (די וואך מסתמא שוין נישט).

ברךמשהחסיד » 4/3/2010 21:27

פייוו בארא
ער האט געהאט א הייליגן שליחות, ממלא צו זיין רצון קדשו פון זיין הייליגן טאטן.
ער האט עס געמוזט טאן פאר "כיבוד אב".

FiveBoro » 4/3/2010 21:28

פון אימעיל:

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 4/3/2010 21:29

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 4/3/2010 21:30

ברךמשהחסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער האט געהאט א הייליגן שליחות, ממלא צו זיין רצון קדשו פון זיין הייליגן טאטן.
ער האט עס געמוזט טאן פאר "כיבוד אב".

פירוש ע"ט: מצערו בחיים מצערו במותו.

אמיגא » 4/3/2010 21:31

אה יעצט האב איך הנאה. ווייל איך האב עס געוואלט פעיסטן, איך האב נאר נישט געוויסט וויאזוי.

יעצט וועל איך נאכאמאל איבערפרעגן מיין קושיא שטייט און קלאר, און ווער עס ווייסט זאל ענטפערן.

פארוואס ביז היינט האט מען אריינגעלייגט די נעמען פון חתן כלה, און יעצט האט מען געטוישט און מען לייגט איבער די אלטע נעמען פון הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.

אבער נאר אפענע זאכן ביטע. געהיימעניסן טאר מען דאך אפילו נישט מרמז זיין אויך נישט.

FiveBoro » 4/3/2010 21:35

גערעכטער, ביטע נישט ענטפערן.

אמיגא, קוק צוריק וואס איך האב געשריבן וועגן קהל'ס באשלוס.

אמיגא » 4/3/2010 21:42

אקעי גערעכטער מיין איך טאר שוין סייווי נישט ענטפערן ווייל ער איז שוין אויסגעשלאסן.

איך פרעג אזוי: ווען דו לייגסט אינגאנצן נישט אין בלאט, נאר אין גלאז, נו פארשטיי איך. אפשר איז עס ביליגער וכדו'.

אבער אויב לייגסטו יא אין בלאט אזוי ווי ביז היינט, ווי דו האסט דאך אליינס געפאוסט.
פארוואס נישט אלע נעמען פון חתן-כלה??????
כ'פארשטייי אז עס איז א החלטת קהלת כעלעם, אבער וואס פשט דערפון????ֿֿ

האסט א תירוץ?

מיט דיין באפעלן גערעכטער נישט צו ענטפערן, ווייזטו אז קיין תירוץ איז נישט דא. נו זאג אזוי.

א תירוץ ביטע!

סעננדר » 4/3/2010 21:55

בארא האט מחדש געווען א דבר נפלא, א ראש ישיבה וואס איז מסדר קידו' פאר א תלמיד אינדרויסן פון שטאט, ....איז עס א בחינה פון אני ואפסי

מ'דארף דעס אויך פארצייכענען אינעם גלאזערנעם באקס

מאנדרויער » 4/3/2010 22:01

די תירוץ אויף אמיגא'ס קשיא, ליגט אין ר' געציל'ס שופלאד. 


דער בריוו וואס ער האט אפגעשריבן, אז ער ציט צוריק פון זיין איסור, היינו דאהני להו פאר קהל, צו פארשליסן הערמעטיש דעם  ספעציעל באשטעלטן פנקס.


און די אינסיידערס ביי די אהרונים ווייסן גוט וואס איך מיין.

תוקן על ידי מאנדרויער ב- 04/03/2010 22:08:29

FiveBoro » 4/3/2010 22:25

מאנדרויער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די תירוץ אויף אמיגא'ס קשיא, ליגט אין ר' געציל'ס שופלאד. 

דער בריוו וואס ער האט אפגעשריבן, אז ער ציט צוריק פון זיין איסור, היינו דאהני להו פאר קהל, צו פארשליסן הערמעטיש דעם  ספעציעל באשטעלטן פנקס.

און די אינסיידערס ביי די אהרונים ווייסן גוט וואס איך מיין.

זאג מיר דעם אמת: ווען דו שרייבסט אן "אמת" ווערסטו רויט?

זאת ועוד: קענסט מיר מסביר זיין וואס דו פארדינסט פון דעם ספין? דאס וועט דיר בלויז ברענגען פרישע סורפרייזעס! ענדערש גיי מיט מיטן וואגן אז רבי געציל איז געווארן א פאשטינקענער קעצל און פטור אנייסעק.


תוקן על ידי fiveboro ב- 04/03/2010 22:25:52

אמיגא » 4/3/2010 22:31

א דאנק פאר די גוטע עצה, אבער קיין תירוץ איז דאס נאך אלץ נישט.
מיר ווארטן אויף א תירוץ!

אגוטןטאג » 4/3/2010 22:33

פייו בארא

למעשה איז דא א טויש אין די רעאקציע, ביז יעצט האט מען מפרסם געווען די נעמען פון חתן כלה ומסדר קידושין
יעצט האט מען אויפגעהערט מיט די נעמען פון חתן כלה,

לויט מאנדרויער קען זיין דער תירוץ אז ר' געציל האט צוריקגעצויגן דעם איסור.

FiveBoro » 4/3/2010 22:55

כ'האב דיר אן עצה. רוף אים אן.

סעננדר » 5/3/2010 01:29

ער האקט אראפ דעם טעלעפאן... רוף אים אליינס אן...

FiveBoro » 5/3/2010 03:02

אפילו נאכן חוזר זיין? אינטערסאנט...

אמיגא » 5/3/2010 05:04

 הערשט נאכ'ן חוזר זיין...

FiveBoro » 5/3/2010 05:16

חוזר וניעור וחוזר חלילה וחזר הדבר.

(דער אמיגא האט פשוט נישט געקענט סובל זיין צו זעהן אינדרויסן פונעם אשכול דעם FiveBoro ביי די לינקע זייט [אלס די לעצטע תגובה אינעם אשכול]. אמיגא, ס'איז נישט געלונגען, טריי נאכאמאל)
אגב: סאטמאר פלעק האט געטוהן דאס זעלביגע אין א שכינותדיגן אשכול, אבער אים האב איך יא פארגינען.


תוקן על ידי fiveboro ב- 05/03/2010 05:17:35

אמיגא » 5/3/2010 05:54

אה איך האב נישט געכאפט וואס דיין גאנצע כוונה איז דא. פארוואס זאגסטו נישט באלד?

אויב נאר צו באקומען דעם אויבן-אן, דאן גיב איך דיר עס נאך מיט'ן גאנצן הארץ.

ענטפער יעצט נאך עפעס און ביי דעם בלייבט עס. ויהי' לך אשר לך.

1satmar » 8/3/2010 05:43

JNET