| KJ כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | דאס טוען זיי פאר גרויס פארלוירנקייט, אזוי ווי זייער פלייש ביזנעס איז געפאלן מורא'דיג שטארק, זייער פראדוקציע איז שרעקליך געפאלן ווייל די אידישע מארק האט פארלוירן טראסט אין זייער בית השחיטה המופקרת, דעריבער פרובירן זיי צו כאפן פרעמדע קליענטן אזו וועלן זיי כאטש האבן איין פרעמדער קהילה וואס וועט ווייטער קויפן פון זייער שחיטה, און אזוי אפשר העלפן ראטעווען זייער גאר אפגעשוואכטע און האלב צוזאמגעפאלענע ביזנעס. |
|
אוי זענען מיר פארלוירן, נישט סתם פארלוירן, מיר האלטן ממש ביי א צוזאמגעפאלענע ביזנעס, מיר דארפן דאס נייטיג ראטעוען!!! דריבער דארפן מיר צו קומען צו וויזניץ, בעלז, קלויזנבורג, סקולען, פאפא, לעיקוואד, אהרונים בכל קצווי תבל, באיאן, באבעוו, וכו', מיר דארפן נעבעך צו קומען צו אלע פרעמדע רבנים, מיר דארפן צו קומען צום המון עם פון פלעטבוש, ווייל אלע זאליס און בני יואל וואס האבן קיינמאל נישט געגעסן קרית יואלער פלייש האבן נאך די קאטשקע שערורי' אויפגעהערט צו עסן פון אונזער פלייש, און מיר דארפן דאך ראטעווען אונזער בית השחיטה, על כן בדלית ברירה דארפן מיר צו קומען צו די גאנצע וועלט,
יא, נעבעך נעבעך, די זאליס/בני יואל שטייען און קיקן זיך צו ווי דער גאנצער קאטשקע מעשה ווערט צופלויגן ווי א זייפן בלאז, רעבע יצחק שטיין מיט זיינע קארפן קעפ ארבייטן חדשים לאנג אויף עפעס א שערורי' צו שעדיגן דעם בית השחיטה און פלוצליג פוף, אז לא די ס'האט נישט געשאט פאר דעם בית השחיטה נאר מען שחט שוין היינט צו טאג 5 טאג א וואך, קרוב צו 50,000 טשיקן פער טאג, און דאס איז א דאנק רעבע יצחק שטיין, יישר כח ר' יצחק, דאנקע שיין!!! דזשאסט קיפ אפ דע גוד ווארק, אפשר וועט נאך ליבאוויטש אויך אנהייבן צו קויפן אינזער פלייש.