היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די רשעים ברענען אויף ר' חיים קלמן גוטמאן

די רשעים ברענען אויף ר' חיים קלמן גוטמאן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2762722

שלעק » 2/3/2010 20:18

(באקומען אין אישי)
עס זענען דא אפאר רשעים, קלים וריקים, וואס דאווענען (דאווענען האב איך געזאגט? ניין זיי דאווענען נישט, זיי קומען אהין ערגעץ אימיטן דאווענען אין זיי פארברענגען)  אין סאטמער בית המדרש אויף סאויט אכט, זיי רעדען (זייער) הויעך ביים דאווענען, אין שטערן דאס גאנצע בית המדרש, יעדע דבר טוב וואס די מתפללים ווילן איינפירן צושטערן זיי דאס מיטן גאנצן קראפט.

די וואך שבת האט דער חשובער דיין מוחה געווען אויפן חילול בית המדרש וואס ווערט דורעכגעפירט דורעך די פרייע יודן (אזוי מיז איך זיי רופן ווייל דאס זענען זיי, פרעגט אייך נאך ביי די דארטיגע מתפללים אין זאגט מיר צו איך בין מגזם)

די פרייע יודן זענען געווארן ווילד אויפן דיין אין פארשפראכן נקמה, אויף כל העולם כלו האבן זיי זיך טאקע גענומען צו זיינע ביינער, אין ווייס נישט וויאזוי דער מנהל דארט לאזט דאס אפילו צו, אבער דאס איז דער מציאות,

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2762459&forum_id=16386


אין צו ענק רשעים וויל איך זאגן, מיר האבן נישט מורא פאר אייער טעראר, מיר וועל מיטן אייבירשטנס הילף אייך פארטרייבן ווי די שווארצע פעפער וואקסט, קומענדיגע וואך אנגעהויבן גייען מיר טאקע דא פאבלעצירן אלע נעמען פון די פרייע יודן וואס שטערן דאס בית המדרש, אויב דאס וועט נישט העלפען וועלן מיר גיין ווייטער, קיין שום זאך וועט אונז נישט אפשטעלען, מיר מתפללים בעקען דעם דיין מיט די גבאים עלל די וועי, עד כדי הכאה, ואד בכלל.

ממנו הקטן,
א שטילער מתפלל


תוקן על ידי שלעק ב- 02/03/2010 20:30:37

שלעק » 2/3/2010 20:26




תוקן על ידי שלעק ב- 02/03/2010 20:28:49

שלמה_יאנקל » 3/3/2010 07:51

looks like the new extended shul bothers the aronim i remember the blatt wrote few years ago they bought a lot for their own shul any idea when they will start build there

נפל » 3/3/2010 20:53

די שאלה דארף ענדערש זיין ווען זיי גייען "טאקע" קויפן...

רבי_יiנה » 5/3/2010 01:17

עס איז שוין געמעקט פון כל ארוני, איך האב עס געהאט געסעיווט פון פריער כדי צו קענען צייגן דעם עולם וואספארא סארט מענטשן די ארונים זענען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי רבי_יiנה ב- 05/03/2010 01:27:30

הנגיד_רבי » 5/3/2010 19:11

רבי יiנה
וויאזוי סעיווט מען אזא לאנגע פעידזש?
א סקרין-שאט ווייס איך וויאזוי, אבער דאס איז צו לאנג פאר א סקרין-שאט?

הנגיד_רבי » 5/3/2010 19:12

אה יעצט זעה איך, ס'איז אפאר שאטס צוזאמגעשטעלט.

לא_לנו » 5/3/2010 19:17

רבותי. וואו זענען די "ערליכע" צווישן די ארונים?
זאג מיר נישט אז זיי ווייסן נישט פון דעם רוטינעם בזיון תלמידי חכמים.

וויאזוי האט דער ווינער רב שליט"א געפרעגט מיט ווייטאג ביי זיין לעצטיגע ז' אדר דרשה:

איך שטיי און איך וואונדער מיך אַ עדה אידן וואָס ס'איז דאָ צווישן זיי אידן תלמידי חכמים, מורי הוראות, פאַרוואָס מ'מאַכט נישט אַן עק צו דעם, אַז די זאַך זאָל זיך אויפהערן, ס'איז נישט זאַכן וואָס תלמידי חכמים שרייבן, דאָס ווערט געשריבן דורך שרייבערלעך, יונגעלייטלעך, שלא קראו ולא שנו, יעדער וואָס האָט אַ גוטע פּען זעצט זיך אַראָפּ און שרייבט און מ'איז מכשיל דערמיט אַזויפיל מענטשן, פאַרוואָס זאָל מען זיך נישט אָפּשטעלן, די וואָס האָבן יאָ אַ כח דאָס אָפּשטעלן, פאַרוואָס זאָלן זיי דאָס נישט אָפּשטעלן?