נאך וואכן פון שווערע ליידן האט הרבנית ממאקאווא בארא פארק ע"ה צורקיגעגעבן איר אויסגעלייטערטע נשמה. די רביצין ע"ה איז געווען אשת חבר פון הגה"צ ר' אפרים לעמבערגער זצ"ל אב"ד מאקאווא ארה"ב, און טאכטער פון כ"ק הגאון הצדיק רבי משה שפיטץ זצ"ל אבדק"ק ביסטריץ. זי האט נאך א מאמע להבחל"ח הרבנית הצדיקת הישישה מביסטריץ תליט"א. די לוי' וועט פארקומען 2 אזייגער ביים מאקאווער ביהמ"ד אין בארא פארק. — שנשמע ונתבשר בשורות טובות