היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רשעות: זאליס צושטערן מעמד אילת השחר פורים אינדערפרי

רשעות: זאליס צושטערן מעמד אילת השחר פורים אינדערפרי

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2761457
בלאט: 1 2

rebyankel » 25/2/2010 19:55

פין אישי

שוין לאנגע יארען וואס געוויסע עסקנים לשם שמים ארגענזירן יעדן פורים אינדערפרי, א געהויבענער מעמד מיטן נאמען אילת השחר, ווי טויזענטער תשב''ר פין אלע שיכטען אין קרייזען אין וומ''ס קומען  זיך צוזאם אין זאל פין ויוא''מ צו זאגען תהילים פורים אינדערפרי אין איינרייסען אין אזא גרויסע טאג, כל הפושט יד נותנים לו, דערנאך גיבט מען פרישטוג, מ'דאווענט אין מ'ליינט מגילה, וכו'  א לענגערע פראגראם וואס הייבט זיך אן גאנץ פרי אין ענדיגט זיך נאנט צו חצות, אינטער די אויפזיכט פין צענדליגע מלמדים.

די גאנצע הוצאת ליגט אלס אויף די עול פין די פאר עסקנים, אין זיי האבען שווערע געלטער אין כוחות אריינגעלייגט יערליך ביז  זיי האבען אפי' געקענט אנהייבן צאמצושטעלן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט אזא פראיעקט (כדי צו שלעפן קינדער זאגען תהילים אזוי פרי, ספעצעיל פורים מיז מען צישטעלן גאר א רייכע פראגראם כמובן), היינט צו טאגס איז  דאס שוין א אויפגעארבעטע זאך אין איז שוין געווארען נאכגעמאכט אין קרית יואל אין נאך פלעצער.

למעשה אזווי די עסקנים וועלכע פירן עס, גראדע שטילע יונגעלייט, גייען נישט אין שפאן, פראבירט מען שוין יערליך עס אינטערצוהאקען, מיט אלע מינע וועגן.
פאר עטליכע יאר ציריק האט מען מיט דריק פין אפאר עסקנים האבען  זיי מסכים געווען זיך אראפצוזעצן אין די  זאלי'ס האבען פארלאנגט אז האלב מלמדים וואס פירן די פראגראם, קענען די עסקנים נישט ברענגן, נאר דארף ווערן געברענגט דורך י' ט'
דאס טראץ וואס רוב קינדער פין 'אלע וומ''ס ת''ת' זענען נישט קיין 82 קינדער,
אין די אנדערע האלב מלמדים מעגן די עסקנים ווייטער ברענגן, אין מ'האט עס נאכגעגבן, טראץ וואס יעדער פארשטייט אז ס'איז זייער שווער צו ארבעטן מיט איינעם וואס א צווייטער האט אים געברענגט, 
אבער די צרי עין זענען נישט געווען ציפרידן, האבען  זיי לעצטע יאר געמאכט א עקסטערע מעמד (דארט ווייסן זיי נישט פין ברוב עם, דארט וויסען  זיי נאר פין פירוד אין מחלוקת) אין עטרת אברהם, (ס'האט געדארפט הייסען אז יענס ווערט ארגענזירט דורך חברה תהילים אין ראדני) אין פראבירט אהין צו שלעפן אלע קינדער מיט גאלדענע הבטחות, למעשה איז זייער מעמד געווען א געוואלדיגע דורכפאל אין אפי' רוב 82 קינדער זענען ווייטער געקומען אין ויואל משה צו די הערליכע פראגראם ווי אלע יארען.
זענדיג ווי די רשעות ארבעט זיך נישט אויס, האט מען ''היינט'' געלאזט וויסען פאר די עסקנים אז מ'גיבט זיי נישט ויואל משה זאל, אין די זאל ווערט פארדינגען פין די ארגענזירער פין די בעלי מחלוקת פארברענג, - פאר די קינדער פין חברה  תהילים אין ראדני, אזוי האפענדיג צו שלעפן קינדער וועלכע וואלטע נישט געקומען צו זיי נארמאלערהייט.

אויב דאס מיינט החזרת עטרה ליושנה,  איז עס המן'ס קרוין..







תוקן על ידי rebyankel ב- 25/02/2010 19:57:23

לעבעדיגער » 25/2/2010 20:08

יא. עס איז געלונגען פאר די זאלי'ס צו סקראוען די עסקנים וואס ארבייטן שוין יארן פאר די חברת תהילים.

מ'וועט בקרוב מעלדן די נייע פלאץ ווי עס וועט פארקומען.

rebyankel » 25/2/2010 20:11

נפל
די ווייסט אפשר די לשונות וואס מ'דארף ניצן אויב די ארונים וואלטען געטוהן אזא אקט?
איך זיך ענקער דיקשענערי.

נפל » 25/2/2010 20:31

די מעשה איז אזוי אמת ווי דאס אז ער האט דאס באקומען אין אישי

די עסקנים פון אילת השחר האבן זיך געוואנדן אזוי ווי אלע יארן צו די מוסדות אין וו"ב. דא האט אבער אויסגעבראכן א רייבעריי ווייל 2 פון די עסקנים זענען אהרוינים און זיי האבן געוואלט אז זייער אב"ד וו"ב זאל זיך קענען משתתף זיין במשך די תהילים כדי צו קענען לייגן בילדער אין זייער מאגאזין "די וואך" אבער די אנדערע עסקנים האבן גענטפערט א גרויסע "בלא" מיר ווילן דא נישט קיין פאליטיק. בראותם כי כלתה אליהם הרע האבן זיי ווי געווענטליך אויסגעדטרייט דעם דאטשיק און גענומען שרייען זאלי'ס רשעים

----

די תהלים וועט ווייטער אנגיין ברוב פאר והדר, און די 2 אהרוינישע עסקנים וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן צום דעה פון רוב עסקנים זענען געלאדענט צו גיין זאגן תהלים מיט זייער 30 קינדער אין הופער. די תפלות פון די קינדער וועלן בעזהי"ת עושה רושם זיין אן דעם וואס די 2 אהרוינים זענען אינוואלווד.

דוד46 » 25/2/2010 20:40

און אויף אזא פאל פלעגן זיך אידן ווינטשן: א פרייליכן פורים...

סקאטמאלען » 25/2/2010 20:41

פארוואס איז פאליטיק ווען זייער אב"ד איז זיך משתתף? ער איז עפעס אסור לבא בקהל? ביטע ענטפערט נארמאל. מיט דאנק.

rebyankel » 25/2/2010 20:43

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די מעשה איז אזוי אמת ווי דאס אז ער האט דאס באקומען אין אישי

די עסקנים פון אילת השחר האבן זיך געוואנדן אזוי ווי אלע יארן צו די מוסדות אין וו"ב. דא האט אבער אויסגעבראכן א רייבעריי ווייל 2 פון די עסקנים זענען אהרוינים און זיי האבן געוואלט אז זייער אב"ד וו"ב זאל זיך קענען משתתף זיין במשך די תהילים כדי צו קענען לייגן בילדער אין זייער מאגאזין "די וואך" אבער די אנדערע עסקנים האבן גענטפערט א גרויסע "בלא" מיר ווילן דא נישט קיין פאליטיק. בראותם כי כלתה אליהם הרע האבן זיי ווי געווענטליך אויסגעדטרייט דעם דאטשיק און גענומען שרייען זאלי'ס רשעים

----

די תהלים וועט ווייטער אנגיין ברוב פאר והדר, און די 2 אהרוינישע עסקנים וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן צום דעה פון רוב עסקנים זענען געלאדענט צו גיין זאגן תהלים מיט זייער 30 קינדער אין הופער. די תפלות פון די קינדער וועלן בעזהי"ת עושה רושם זיין אן דעם וואס די 2 אהרוינים זענען אינוואלווד.


שרייב דעיס פאר נפל

פוסטער שקרן,
ווי אלע דיינע תגובות

די מעמד איז אלע יארען געווארען געפירט דורך ר' אברהם יושע ניימאן אין ר' אברהם בער שפיצער
עס זענען דא, טויזענטער תשב''ר וואס זענען יערליך עדות דערויף.

די זאלי'ס האבען נישט ציגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער (אויב יא, זאג ווער)

די איינציגסטע מאל וואס איז געווען א רעדע וועגן ברענגן א רב/רבי איז געווען ווען בשנת תשס''ח האבען זיי געוואלט ברענגן דעם גאנץ יעריגען פירום רב רז''ל, אין די עסקנים האבען דאן געזאגט אז אזווי ס'איז א צענטראלע זאך פין אלע מוסדות קען מען עס נישט צו לאזען, נאר אויב מ'ברענגט אויך אנדערע רבנים, דעמאלטס איז די נושא אראפ פין טיש
(פאריאר ווען זיי האבען געמאכט אליין אין עטרת אברהם האט טאקע דער פורים רב אליין ערשיינט)

עס האט קיינמאל נישט געהייסען אז  דער סאטמאר וומ''ס רב גייט קומען

שקר ווי אלע  זאלי שקרים.

ווער מיר געוואר, וואס י' ט' מיט אלע אנדערע בעלי מחלוקה האבען געטוהן פורים אינדערפרי ביז 2 יאר ציריק, ווייל אין ויוא''מ זענען זיי נישט געווען.

איך וויל נישט דא דארפען דערמאנען די נעמען פינקטליך מיט דעטאלען, אבער אז די וועסט מיך צווינגען דערצו וועל איך עס מוזן טוהן.

נפל » 25/2/2010 20:44

נאך איינמאל איך זע די זינלאזע טעמע ארויפגעברענגט ווערסטו אדער סיי ווער עס ברענגט דאס ארויף פערמאנענט אויסגעשפארט!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/02/2010 21:14:17

נפל » 25/2/2010 20:47

איך האב נישט געטראכט פאר איין רגע אז די וועסט אויפגעבן דיין ספין אפילו נאכעדם וואס עס איז נתגלה געווארן דיין בלאף

סוף דבר וועט די תהלים אנגיין אומגעשטערט פונקט ווי אלע יארן! די זאלי'ס האבן גארנישט צושטערט! סך הכל דארפן די 2 אהרוינישע עסקנים גיין מיט זייערע 30 קינדער צום אב"ד ווייל אין ויואל משה ברויך מען אים נישט האבן.

rebyankel » 25/2/2010 20:49



יא נפל
די קאפ ליגט דארט ווי אלע זאלי'ס
אז  מ'האט נישט וואס צו זאגען קומט מען מיט שקרים אין ניוויל פה (שקרים איז נישט געגאנגען יעצט פראבירט ער מיט ניוויל פה)

נאכמאל, דארט קומען קינדער פין גאנץ וומ''ס, איך ווייס נישט אויב די ווייסט (אפשר ווייל די שפילסט טאהש'ער) אין וומ''ס איז היינט דא צווישען 15 אין 20 ת''ת.

אין נאכמאל רעכן אויס, איין  זאלי'ס וואס פלעגט טוהן סיי וועלכע עסקנות פאר דעם הייליגען מעמד

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/02/2010 21:14:58

rebyankel » 25/2/2010 20:52

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב נישט געטראכט פאר איין רגע אז די וועסט אויפגעבן דיין ספין אפילו נאכעדם וואס עס איז נתגלה געווארן דיין בלאף

סוף דבר וועט די תהלים אנגיין אומגעשטערט פונקט ווי אלע יארן! די זאלי'ס האבן גארנישט צושטערט! סך הכל דארפן די 2 אהרוינישע עסקנים גיין מיט זייערע 30 קינדער צום אב"ד ווייל אין ויואל משה ברויך מען אים נישט האבן.


אז  נפל - דער וואס האט שוואגער'ס אין חברים איבעראל וואס געבן אים ערשט האנטיגע אינפארמאציע, אפי' אויב מ'ווייסט שוין אין ירושלים, אין ער אליין שפילט טאהש'ער
באקט א ווערסיע, ווער קיינער נישט אפגעפרעגט

אדרבה ברענג איין עסקן וואס האט עס געפירט ביז היי יאר, אין וועט עס ווייטער פירן.

נפל » 25/2/2010 20:57

קענסט מיר ווייזן 1 ווארט ניבול פה אין מיין גאנצע תגובה?

די האסט יעצט "אליינס" געצייגט פארן עולם ווי "דיין" קאפ ליגט!


----------


אויסרעכענען נעמען פון עסקנים איז א שגץ שטיק, איך ציטער פון דעם! איך האב די נעמען פון די אהרוינישע עסקנים אויך נישט אויסגערעכענט ווייל איך גלייב אז זיי מיינען עס נעבעך ערענסט לשם שמים.

די אליינס האסט זיך צונאר געלייגט, די פארציילסט אז ר' זלמן לייב האט געוואלט קומען תשס"ח און די עסקנים האבן נישט מסכים געווען... פארט האט ר' זלמן לייב נישט צושטערט אפילו עס איז אין "זיין" זאל און ער קען דאס פארמאכן פון איין מינוט צום צווייטן! ער האט פאקוקט אויף זיין כבוד! (לשיטתך, ווייל אין מציאות איז דאס קיינמאל נישט געווען אין פאלן, די "עסקנים" קענען אים נישט אפהלאטן פון אריינקומען אין זיין אייגענע זאל. ולידועתך, סאטמאר האט קיינמאל נישט גענומען קיין געלט פארן ניצן די זאל פאר די תהלים פון די קינדער).

יעצט האבן די עסקנים געזאגט ניין פאר אב"ד הופער און די אהרוינם שפרינגען ווי צאפלעך און זענען גרייט צו באשמוצן יעדן ערליכן עסקן וואס שרייט "לאזט פאליטיק אינדרויסן"!

באלאנד » 25/2/2010 20:57

דאס צושטערן דעם הייליגן מעמד "אילת השחר" איז א בלויזער ווילדער אקט פון אפאר געמיינע עסקנים וואס האבן נישט קיין אהנונג וואס זיי זענען עתיד ליתן את הדין פאר דעם!!! ר' אברהם יושע ניימאן פירט שוין אן דעם הייליגן מעמד העכער 10 יאר, און דארט איז קיין פאליטיק קיינמאל נישט געווען פארמישט! דער רבי ז"ל דער ברך משה האט זיך אפאר מאל משתתף געווען דארט, אבער נאך די פטירה איז געווען א קידוש השם צו זעהן וויאזוי ר' אברהם יושע האט מצליח געווען אין אזא געהויבענעם טאג צוזאמצוברענגן אלע קינדער פון ביידע פארטייען זאגן תהילים און דאווענען. און עס איז א בלויזער שקר אז ער האט געוואלט ברענגען הר' מענדעלע צו דעם מעמד. שעמען זאלן זיך די עסקנים וואס האבן א חלק און צושטערן אזא הייליגע זאך!!!!

דוד46 » 25/2/2010 21:01

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאָר

פארוואס קענען נישט די אהרונים זאגן תהלים ביי זיך אין ווייט בילדינג?

באלאנד » 25/2/2010 21:08

דוד, דאס אז ביי דעם מעמד זענען נאר אהרונישע קינדער איז א נארישער ספין פון דעם קינדערישן יאנקל, דער מעמד האט געדינט פאר אלע מוסדות התורה אין וויליאמסבורג, און אין די לעצטע 3 יאר האט פאליטיק דארט נישט געשפילט קיין שום ראלע, עס האט נישט קיין תירוץ שבעולם פארוואס מען זאל דאס פארמאכן

דוד46 » 25/2/2010 21:11

ווען דו ביזט ביי יענעם אינדערהיים מוזטו זיך צושטעלן צו יענעם.

אויב די אהרונים ווילן פירן מעשה באלעבאס ביי יענעם אינדערהיים, זאלן זיי עס מאכן ביי זיך

rebyankel » 25/2/2010 21:12

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס צושטערן דעם הייליגן מעמד "אילת השחר" איז א בלויזער ווילדער אקט פון אפאר געמיינע עסקנים וואס האבן נישט קיין אהנונג וואס זיי זענען עתיד ליתן את הדין פאר דעם!!! ר' אברהם יושע ניימאן פירט שוין אן דעם הייליגן מעמד העכער 10 יאר, און דארט איז קיין פאליטיק קיינמאל נישט געווען פארמישט! דער רבי ז"ל דער ברך משה האט זיך אפאר מאל משתתף געווען דארט, אבער נאך די פטירה איז געווען א קידוש השם צו זעהן וויאזוי ר' אברהם יושע האט מצליח געווען אין אזא געהויבענעם טאג צוזאמצוברענגן אלע קינדער פון ביידע פארטייען זאגן תהילים און דאווענען. און עס איז א בלויזער שקר אז ער האט געוואלט ברענגען הר' מענדעלע צו דעם מעמד. שעמען זאלן זיך די עסקנים וואס האבן א חלק און צושטערן אזא הייליגע זאך!!!!


באלאנד איך גראטאליר דיך, פארען זיך האלטען צו די פאקטען, טראץ וואס דיין אייגענע פארטיי זענען די וואס טוהן אזא שמיציגע אקט.

rebyankel » 25/2/2010 21:15

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אליינס האסט זיך צונאר געלייגט, די פארציילסט אז ר' זלמן לייב האט געוואלט קומען תשס"ח און די עסקנים האבן נישט מסכים געווען... פארט האט ר' זלמן לייב נישט צושטערט אפילו עס איז אין "זיין" זאל און ער קען דאס פארמאכן פון איין מינוט צום צווייטן! ער האט פאקוקט אויף זיין כבוד! (לשיטתך, ווייל אין מציאות איז דאס קיינמאל נישט געווען אין פאלן, די "עסקנים" קענען אים נישט אפהלאטן פון אריינקומען אין זיין אייגענע זאל. ולידועתך, סאטמאר האט קיינמאל נישט גענומען קיין געלט פארן ניצן די זאל פאר די תהלים פון די קינדער).

יעצט האבן די עסקנים געזאגט ניין פאר אב"ד הופער און די אהרוינם שפרינגען ווי צאפלעך און זענען גרייט צו באשמוצן יעדן ערליכן עסקן וואס שרייט "לאזט פאליטיק אינדרויסן"!


נערישער שקרן, מ'האט קלאר באצאלט פאר ויואל משה יעדעס יאר פארן נוצן די זאל, אין דער פורים רב קען דארט נישט אריינוואקען ווייל ס'איז ארויסגעדינגן (חוץ אויב ער וויל אויסקוקען ווי יענע מוצש''ק אין קראסנא זאל)

אין נאכמאל ס'איז נישט געווען קיין קלער צו רופן היי יאר סיי וועלכע רב

ר' אברהם יושע אין ר' אברהם בער זענען דא, ביידע זענען באגלייבטע מענטשן לאנגיעריגע עוסקים בצרכי ציבור 'באמונה' - אויף וואס יעדער קען עדות זאגען,  אדרבה פרעגט זיי אליין'ס

תוקן על ידי rebyankel ב- 25/02/2010 21:17:54

rebyankel » 25/2/2010 21:20

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קענסט מיר ווייזן 1 ווארט ניבול פה אין מיין גאנצע תגובה?


איך קען דיר נישט ווייזען
וויל די מנהל מעקט אויס ניוויל פה


א באזינדרע דאנק פאר'ן מנהל פאר'ן עס אויסמעקן
אין האלטען אינזער פארום זויבער

rebyankel » 25/2/2010 21:22

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דוד, דאס אז ביי דעם מעמד זענען נאר אהרונישע קינדער איז א נארישער ספין פון דעם קינדערישן יאנקל, דער מעמד האט געדינט פאר אלע מוסדות התורה אין וויליאמסבורג, און אין די לעצטע 3 יאר האט פאליטיק דארט נישט געשפילט קיין שום ראלע, עס האט נישט קיין תירוץ שבעולם פארוואס מען זאל דאס פארמאכן
 

קיינער האט נישט געזאגט אז דארט זענען געווען נאר ארונישע קינדער
פארקערט עס זענען דארט געווען קינדער פין 'אלע קרייזען'
אין דאס האט דער 'שטן' נישט אויסגעהאלטען

rebyankel » 25/2/2010 21:24

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען דו ביזט ביי יענעם אינדערהיים מוזטו זיך צושטעלן צו יענעם.

אויב די אהרונים ווילן פירן מעשה באלעבאס ביי יענעם אינדערהיים, זאלן זיי עס מאכן ביי זיך


אין אנדערע ווערטער:
איך ווארף דיר ארויס ווייל די גייסט נישט אין שפאן
טראץ וואס דא ווערט שוין יערליך אנגפירט א מעמד פין אזוויפיל טויזנטער תשב''ר אין זיי האבען  קיין פאליטיק נישט אריינגמישט

החזרת .... ליושנה

דוד46 » 25/2/2010 21:24

רעביאנקעל

אודאי קען דער פורים רב דארט נישט אריינוואקן, ער מוז זיצן צוגענאגעלט אין הופער סטריט

באלאנד » 25/2/2010 22:07

רעב יאנקל כתב:




שרייב דעיס פאר נפל



פוסטער שקרן,

ווי אלע דיינע תגובות



די מעמד איז אלע יארען געווארען געפירט דורך ר' אברהם יושע ניימאן אין ר' אברהם בער שפיצער

עס זענען דא, טויזענטער תשב''ר וואס זענען יערליך עדות דערויף.



די זאלי'ס האבען נישט ציגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער (אויב יא, זאג ווער)



די איינציגסטע מאל וואס איז געווען א רעדע וועגן ברענגן א רב/רבי איז געווען ווען בשנת תשס''ח האבען זיי געוואלט ברענגן דעם גאנץ יעריגען פירום רב רז''ל, אין די עסקנים האבען דאן געזאגט אז אזווי ס'איז א צענטראלע זאך פין אלע מוסדות קען מען עס נישט צו לאזען, נאר אויב מ'ברענגט אויך אנדערע רבנים, דעמאלטס איז די נושא אראפ פין טיש

(פאריאר ווען זיי האבען געמאכט אליין אין עטרת אברהם האט טאקע דער פורים רב אליין ערשיינט)



עס האט קיינמאל נישט געהייסען אז  דער סאטמאר וומ''ס רב גייט קומען



שקר ווי אלע  זאלי שקרים.



ווער מיר געוואר, וואס י' ט' מיט אלע אנדערע בעלי מחלוקה האבען געטוהן פורים אינדערפרי ביז 2 יאר ציריק, ווייל אין ויוא''מ זענען זיי נישט געווען.



איך וויל נישט דא דארפען דערמאנען די נעמען פינקטליך מיט דעטאלען, אבער אז די וועסט מיך צווינגען דערצו וועל איך עס מוזן טוהן.

/>> איך ווייס נישט ווער עס זאגט דיר דארט אונטער וואס צו ענטפערן דא, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די בוסט א בלויזער שקרן! עס איז קיינמאל זינט תשס"ו געווען א רעדע אז אדמו"ר מהרי"י זאל קומען צו דעם מעמד!

תוקן על ידי באלאנד ב- 25/02/2010 22:13:07

נפל » 25/2/2010 22:26

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך איינמאל איך זע די זינלאזע טעמע ארויפגעברענגט ווערסטו אדער סיי ווער עס ברענגט דאס ארויף פערמאנענט אויסגעשפארט!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/02/2010 21:14:17




האלוי? דאס איז א גזירת הכתוב? וואס איז אזוי זינלאז מיט דעם טעמע?

נפל » 25/2/2010 22:29

עס איז נישט אפילו א הווא אמינא צו פארמאכן, די חברת תהלים וועט אנגיין דעם יאר אין ויואל משה פונקט ווי די פארגאנגענע יארן!

א_בני_יואל » 25/2/2010 22:29

מר' נפל
פארוואס קענסטו נישט משוגע מאכן דעם געטרייען מנהל אינזער אין אישי פארוואס דארף דא יעדער מיטהאלטן דיינע טענות אויף עם


תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 25/02/2010 22:30:53

נפל » 25/2/2010 22:47

איך האב קיין טענות! עס איז זיין פורום און ער קען טון און ער טוט דא כל מה שליבו חפץ. איך האב געפרעגט פונקט ווי איך וואלט גערעדט מיט סיי וועלכע ניק דא אויפן פורום.

נ.ב. אויב איז ער א "געטרייע" מנהל איז ר' אהרן א "געטרייע" מנהיג און הער אויף צו האקן קעגן אים! סך הכל טוט יעדער דאס וואס איז גוט פאר אים און נישט פאר געטריישאפט.


תוקן על ידי נפל ב- 25/02/2010 23:03:03

בשמחה_תמיד » 25/2/2010 23:01

כ'קען דיר אזויפיל זאגן, ברבים, אז דו ביזט א האר אוועק פון פליען פון דא.

נפל » 25/2/2010 23:06

פארוואס א האר אוועק? האב איך עובר געווען אויף דיינע תקנות, ווארף! (אויך דעם אפציע ניצטו נאר אויף קעגנער פון ר' אהרן לדוגמא ר' יונה האט צענדליגער מאל ארויסגעשריבן די נאמען פון הגה"צ ראב"ד קאלוסבורג מיטן גרעסטן מאז זלזול אן אפילו א ר', אבעער "פליען" מאן דכר שמיה?)
האב איך נישט עובר געווען אויף דיינע תקנות, פארוואס א האר אוועק פון פליען?

איך האב נישט דאס מינדערסטע אהנונג וואס האט דיר אזוי אויפגעבראכט חוץ דאס אז איך בין בדרך כלל קעגן דיין רבי.

איך בין א חבר הפורום אין 5 פורומים, א חלק פון זיי איז פורמים וואס רוב שרייבער דא האבן בכלל נישט קיין דריסת הרגל דארט און זענען שוין אפילו געפלויגן פון דארט! איך האבן מיט קיין איינער פון די מנהלים דארט זיך נישט באגעגנט מיט אזאלכע משוגעתן וואס איך האב היינט באגעגענט אין דעם איינעם אשכול.

בחדרי חרדים25/2/2010 23:14
בחצרות חסידים25/2/2010 23:07
כל העולם כולו25/2/2010 23:06
אידישע געדאנק25/2/2010 22:44
בחצרות החסידים



תוקן על ידי נפל ב- 25/02/2010 23:18:29

בשמחה_תמיד » 25/2/2010 23:28

איך וועל דיר יעצט איינמאל ענטפערן, אחת ולתמיד.

דער פארום האט תקנות נישט וועגן דעם ווייל איך האב נישט געהאט וואס צו טון. איך בין א פארנומענער מענטש פונקט ווי יעדן איינעם, און איך קען נישט זיצן דא א גאנצן טאג ווי א קינדערגארטן רבי מיט א בלוטעדיגע פאסיק.

איינע פון די תקנות איז אז מ'טאר נישט שרייבן קיין ניוול פה. א צווייטע איז אז קריטיק אויף די הנהלה קומט אויסשליסליך אין אישית.

אויב דו האסט עפעס קעגן איינע פון מיינע תקנות ביזטו עניטיים וועלקאם צו גיין געזונטערהייט צו וויפיל אנדערע פארומס דו ווילסט.

פון דא און ווייטער איז די דיסקוסיע פארטיג. האסט וואס מוסיף צו זיין שיק מיר אין אישית.

ברוינפן » 25/2/2010 23:49

נפל'ע טייערער

איך וועל דיר דאס מסביר זיין, מיך וועסטו זיכער נישט חושד זיין אלס אן עקסטרעמער ארוני, אבער צופיל מאל וואס דו האסט ליב צו ציען דאס שטריקעל אביסעל שטארק. איך קען אפשר פון צייט צו צייט ענטפערן אביסל בייסיג אבער נישט אויף יעדע זאך פיל איך פאר וויכטיג צו קאמענטירן. מה שאין כן דו, דו מיינסט אז אייביג מוז מען קאמענטירן און אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן דאן הייבסטו אן צו שימפען וואס דאס טרייבט דיך צו אומגעוואונטשענע זאכען.

און דעס אז דו ביסט א חבר אין עטליכע פורומס, בארעכטיגט נישט וואס דו מאכסט דא אן. קען זיין אז אין יענע פורום'ס ווייסטו בעסער איינצוזיצען

rebyankel » 25/2/2010 23:52

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז נישט אפילו א הווא אמינא צו פארמאכן, די חברת תהלים וועט אנגיין דעם יאר אין ויואל משה פונקט ווי די פארגאנגענע יארן!

איך מיין דעמאלטס אז די קענסט אינז געבן ענקער מוירטעל שול
איך גאראנטיר דיר אז מיר גייען ווייטער דאווענען אין לערנען דארט - אויב עפעס ביתר שאת וביתר עוז, אפשר אפי' בויען א היכל התורה, אזווי מיר טוהן איבעראל
די איינציגסטע זאך איז כ'וויל טוישען די מייסדים אין פירער'ס

שוטה דו!

דיין רבי איז  טאקע אזא קאלטבליטיגע רשע, ס'טוט אים וויי אז איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט אים פירט אן אזא שיינע פראיעקט פין וואס די שכינה הק' האט שעפט אזוויפיל תענוג ונחת?
אלעס פאר שנאה אין תאוות איר ער גרייט עס צו צושטערן, אין צוברעכן די אחדות ביי א אסיפה פין אזוויפיל תשב''ר...
ביי זיין הייליגען טאטען האט ער דאס נישט געזעהן, לכאורה האט ער  זיך אנגעהערט ערגעץ.... ה''י

באלאנד » 25/2/2010 23:58

רעב יאנקל בוסט אן אפגעריסענער וואס פלאפעלט נאך וואס יעדער פערד שיקט דיר אין אישי; פארמאך דיר דאס מויל (אדער דאס מויל פון די וואס זאגן דיר אונטער דארט...), ר' אברהם יושע ניימאן דארף נישט זאלסט זיך פאר אים אננעמען. אי"ה מיר וועלן זיך אלע משתתף זיין ביים לאנג-יאריגן מעמד "אילת השחר" באולם קאנקארד פלאזא, און דו מיט די אנדערע מחרחרי ריב קענען זיך צוזאמקומען אין ויואל משה פורים אינדערפריה זיך שעלטן און שלאגן איינער דעם צווייטן!

לעבעדיגער » 26/2/2010 00:03

ב"ה אלעס וועט אי"ה אנגיין ווי אין די פריערדיגע יארן. מיט איין אויסנאם אז עס איז די לעצטע מינוט געטוישט געווארן די לאקאציע.

היי יאר וועט די גרויסע חברת תהילים "מעמד אילת השחר" פארקומען אין די זאלן פון "קאנקארד פלאזא" (בעדפארד קאר. פלאשינג.)

געזינט » 26/2/2010 00:32

אינטערסאנט , איך האב היינט געטראפען מיין נעפיא וואס לערנט און 82 האט ער מיר געזאגט אז ביז עס איז נישט געווען און עטרת אברהם פלעגט ער דארפן איבערהערן ליינען די מגילה א אלטער יוד ליינט און מען קען נישט הערן, און אויך עס איז אן קיין סדר ביים עסן און אזוי ווי ער איז א ציריק געצויגענע יונגל האט קיינער נישט געקיקט אויב עס האט א סידור א תהילים עסן וכדמ', און פאראיאר ביי עטרת אברהם איז געווען זיין רבי פון אמאל און געזען אז יעדער זאל אלעס האבן

איך נעם נישט קיין שטעלינג אויף פאליטיק, איך דערצייל נאר ווי אזוי איך האב געהערט פון א יונגעל

דוד46 » 26/2/2010 00:41

לעבעדיגער

דערמאנסט מיך אין די אהרונים ווען זיי האבן געעפענט זייערע מוסדות איז אלעס געווען ווי די פריערדיגע יארן נאר מען האט געטוישט לאקאציעס....

rebyankel » 26/2/2010 00:52

געזינט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אינטערסאנט , איך האב היינט געטראפען מיין נעפיא וואס לערנט און 82 האט ער מיר געזאגט אז ביז עס איז נישט געווען און עטרת אברהם פלעגט ער דארפן איבערהערן ליינען די מגילה א אלטער יוד ליינט און מען קען נישט הערן, און אויך עס איז אן קיין סדר ביים עסן און אזוי ווי ער איז א ציריק געצויגענע יונגל האט קיינער נישט געקיקט אויב עס האט א סידור א תהילים עסן וכדמ', און פאראיאר ביי עטרת אברהם איז געווען זיין רבי פון אמאל און געזען אז יעדער זאל אלעס האבן

איך נעם נישט קיין שטעלינג אויף פאליטיק, איך דערצייל נאר ווי אזוי איך האב געהערט פון א יונגעל


פין אישי

וועגן די עסן אין מגילה וכו'
דער בעל קורא איז הרב ברוך יודא שניצלער, מ'הערט אים קלאר יעדעס ווארט,
אין א רחבות וואס דארט איז געווען איז זעלטן צו טרעפן, פין יעדע טיש בלייבט איבער
יעדע טיש האט א מלמד וואס קוקט זיך אום אויף זיין טיש
 (דיין א''ג נעפיו איז מן הסתם געווען תשס''ח אין ער האט געהאט פין י' ט'ס מלמדים אין יענער איז געווען א חי', ווייל פארוואס עטרת אברהם האט ער זיך יא אומגעקוקט אויף זיין טיש און אין ויוא''מ נישט)


די נעמסט נישט קיין שטעלונג אין פאליטיק - ווי אלע זאלי'ס (איר געדענקט נאך נוטראלער?)

rebyankel » 26/2/2010 00:53

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לעבעדיגער

דערמאנסט מיך אין די אהרונים ווען זיי האבן געעפענט זייערע מוסדות איז אלעס געווען ווי די פריערדיגע יארן נאר מען האט געטוישט לאקאציעס....


אויב גייט זיין די זעלבע טויש, איז דאס די בעסטע וואס קען  זיין
מעז יצא מתוק

rebyankel » 26/2/2010 00:54

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רעב יאנקל בוסט אן אפגעריסענער וואס פלאפעלט נאך וואס יעדער פערד שיקט דיר אין אישי; פארמאך דיר דאס מויל (אדער דאס מויל פון די וואס זאגן דיר אונטער דארט...), ר' אברהם יושע ניימאן דארף נישט זאלסט זיך פאר אים אננעמען. אי"ה מיר וועלן זיך אלע משתתף זיין ביים לאנג-יאריגן מעמד "אילת השחר" באולם קאנקארד פלאזא, און דו מיט די אנדערע מחרחרי ריב קענען זיך צוזאמקומען אין ויואל משה פורים אינדערפריה זיך שעלטן און שלאגן איינער דעם צווייטן!


באלאנד
גיס נישט אויף מיר דיין אייגנע שמיץ
דיין הייליגע רבי אין חברים לאיש משחית האבען דא ציבראכען אזא הייליגע כינוס
וואיזוי האסטו נאר געזאגט?: עתיד ליתן את הדין

דוד46 » 26/2/2010 00:55

דער רעביאנקעל איז נעבעך אזוי דעפרעסט, אז ער איז כסדר ביזי מיטן סאטמארער רבין.

אזוי שטארק באדערט ער דיך?...

לעבעדיגער » 26/2/2010 00:56

דוד. וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז די רישעות איז געלונגען און די אלע קינדער וועלן מיזן גיין אויף קאנקארד אנשטאט ויואל משה? זיכער איז עס אייך געלונגען! ס'איז קיין קלער.

ווען איך שרייב "ווי אין די פריערדיגע יארן" מיין איך צו זאגן אז די הונדערטער קינדער וועלן ווייטער גיין אין קאנקארד און נישט צו זאלי. זיי גייען נישט צום זאל, זיי גייען צו די געטרייע למדים און עסקנים וואס גיבן זיך אפ.

די נארמאלע צווישן ענק קוקן עס אויך אראפ אלץ פרעכער שלעכטיקייט (נוסח זאלי) און זעהן נישט קיין שום סיבה פארוואס דאס איז געטוען געווארן, נאכדערצו די לעצטע מינוט ממש, אויב נישט שלעכטקייט און פארביסענקייט.

דוד46 » 26/2/2010 00:58

לעבעדיגער

אז דו רעדסט פון "די נארמאלע צווישן ענק קוקן עס אויך אראפ אלץ פרעכער שלעכטיקייט", וויל איך דיר פרעגם א זייטיגע שאלה:

וויאזוי קוקן אן די "נארמאלע" צווישן ענק, ווען מען שליסט א ביהמ"ד ואו רבינו הקדוש זי"ע האט געדאווענט, מען איז מבזה רבנים תלמנידי חכמים, מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער?

לעבעדיגער » 26/2/2010 01:01

זיי גיבן די הענט פאר ר' דוד עקשטיין און לויבן אום פאר זיין קוראדזשפולע שריט פון אפשפארן א מושב לצים אין די קריה נאמנה.

דוד46 » 26/2/2010 01:03

דאס האב איך טאקע געוואלט הערן פון דיר!

אבי דו האלסט אז ביי אונז א נארמאלער מענטש איז קעגן טעראר, און ביי ענק זענען די "נארמאלע מענטשן" פאַר טעראר!

לעבעדיגער » 26/2/2010 01:05

ברויכסט אבער פון דעם אליין פארשטיין אז די ביסט נישט צווישן די נארמאלע. כאפסט?

און צווייטענס. איר האט געטוען טעראר. פיינע איידעלע אינגעלייט פירן א חברת תהילים און איר ווארפט זיי ארויס א טאג פאר פורים אויף די גאס על לא עוול כפם. ווידעראום קהל יטב לב אין קרית יואל האט געטוען ווי די תורה פארלאנגט און געטוען וואס די חברי קהלה פארלאנגען. ס'האט גארנישט מיט טעראר. איר זענט געגאנגען אין קאורט קעגן קהל און איר האט דערפאר געכאפט פון קאורט א פראסק פון וועלעכער איר האט זיך נאכנישט ערהוילט. פינטל.

דוד46 » 26/2/2010 01:07

איך האב דיר נישט געזאגט אז דו ביזט גערעכט מיט די מעשה וואס דו פארציילסט, איך האב דיר אנגעוויזן אויף א זייטיגע הערה וואס דו אליינס שרייבט.

צווייטענס, ווער ווארפט ארויס?

דו אליינס האסט דאך געשריבן אז עס איז געווען פארדינגען, נו וויל איך נישט יעצט פארדינגען.

לעבעדיגער » 26/2/2010 01:08

עס איז שוין אפגעדינגען א שיינער שטיק צייט. היינט האט מען עס "אפגעזאגט" דאס מיינט "ארויסגעווארפן". טראכט עס איבער און פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים, דאס מיינט עס.

באלאנד » 26/2/2010 01:30

טייערע חברים; לאזט אייך נישט פארפירן פון דעם געמיינעם פאליטיק וואס די אהרונים פרובירן אנצוזייען דא אויף דעם הייליגן מעמד, עס איז ביי מיר קלאר אז דאס איז נישט על דעת פון דעם מייסד און אנפירער ר' אברהם יושע. מיר וועלן אלע שיקן אונזערע קינדער אין די זאלן פון קאנקארד פלאזא ווי טויזענטער קינדער פון אלע שיכטן קרייזן וועלן זיך צוזאמקומען באשמורת בוקר יום הפורים לשפוך שיח צקון לחשם לפני אבינו שבשמים פאר זיי און זייערע עלטערן און פאר אלע אידן איבער די וועלט וואס קוקן ארויס אויף רפואות און ישועות בכלליות ובפרטיות!!!

באלאנד » 26/2/2010 01:38

און איך האף מיט דעם איז דער נארישער און ווייטאגליכער אשכול, און פאר די וואס דארפן די קינדערישע קריגערייען אויף לופט צום אטעמען זאלן זיך אויסבלאזן אין אנדערע אשכולות. און איך וויל בעטן דעם חשוב'ן מנהל ביטע פארשליסן דעם אשכול. מיט דאנק

ארגינעלער » 26/2/2010 03:06

קוקטס אן מען כאפט די זאלי רשעים זיך ארום שפילן מיט דאס הייליגסטע ביי אינז
 פארלאנגט ער מען זאל פארמאכן דעם אשכול

די זאלי זענען דאס בילגעסטע פאלק אין די וועלט זיי זענען די אפפאל פין די מענטשהייט
ובראשום מיט זייערע לישקע קושקע ביי זיי עקסזטירט נישט קיין הייליקייט קיין געפיל

אלעס איז נוסח בן פראדל מיט א ליצנות אין א ביטול טאמיר ס'גייט נישט מיט אין שפאן זאל אלעס אינטערגיין

ס'שטינקט פין קאפ.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 26/02/2010 03:06:56

בלאט: 1 2