די בי"ד וואס דער מישמאשער האט אויפגעשטעלט צו קענען שרייבן מסור אויף הרה"ח רבי דוד עקשטיין שליט"א איז בכלל נישט קיין בי"ד, עס האט מיט א בי"ד קיין שייכות.
עס איז א צוזאמשטעל פון דריי פאשקאוויל שרייבער, צו שרייבן און מבזה זיין אידן על לא דבר באיצטלא דרבנן, סתם ווייל אזוי ווילן זיי, עס האט די זעלבע דין ווי א פאריוואטע מענטש שרייבט אזא בריוו קעגן איינעם און איז דאס מפרסם אין אלע גאסן.
די גאנצע מישמאשער נייע פאשקאוויל בי"ד, נעמט נישטמאהל אן דין תורות, זיי זענען נאך קיינמאל נישט געזיצען פאר א ישיבת בי"ד, ווייסן נישט וואס חושן משפט מיינט, די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען, זיי האבן א לעדער העט מיט א זיגל אפשר א סיין אויך... און שרייבן יעדן טאג מיאוסע העצערישע פאשקאווילען רעכטס און לינקס.
איצט האט זיי די בי"ד אורח מישור געשיקט א הזמנה פאר זייער פאשקאווילן שרייבעריי, האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן פאשקאווילען קעגן בי"ד אורח המישור... די בי"ד האט זיך אויסגעלאכט פון די דריי פאשקאווילען שרייבערס, און זיי קלאר געמאלדען אדער שטעלען זיי זיך לדין, אדער קומט א סירוב.
למעשה האבן זיך די דריי איצט טויט דערשראקען פארן סירוב פאר זייערע פאשקאווילען שרייבעריי.