היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זעלטענער סוקסעס ב''ה היי יאר אין בית אופה דקיט''ל וומ''ס

זעלטענער סוקסעס ב''ה היי יאר אין בית אופה דקיט''ל וומ''ס

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2760131

rebyankel » 22/2/2010 19:59

פין אישי

קוים די צווייטע יאר וואס האט געפענט די בעקעריי אינעם נייעם לאקאל אויף ראטליזש סטריט, אין די סוקסעס אין כתר שם טוב פין די בעקעריי, גייט אסאך שנעלעך וויפיל מ'קען נאכקומען מיט די פראדאקשען.

ביז פאר עטליכע יאר ציריק האט מען געמיזט פארען אויף קרית יואל אויב האט מען געוולאט האבען מהורדר'יגע מצות
(במאמר המוסגר: אויב מ'האט געוואלט האבען 'כשר'ע מצות', ווער עס קען  די סיסטעם אין בראדוועי פארשטייט וואס איך מיין, כ'גיי מיר נישט פארהערן וועגן דעם מיט קיינעם, כ'ראט יעדן אליין אריינצוכאפען דארט, אין זעהן מיט די אייגענע אויגן די ווערטשאפט)
פאר מצות מיט א געהעריגע השגחה, אין אלע חומרות אין הידרוים וואס רביה''ק האט פארלאנגט, ווי אויך די פילע חומרות אין תיקונים וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, ספעציעל אויב האט מען געוואלט האבען די מהורר'דיגע ארינזאנע ווייץ וואס וואקסט אין פעלדער ווי ס'רעגנט נישט די גאנצע צייט, וואס אלע גדולי ישראל ניצן.
אין פארשטייט זיך אז וויפיל קרית יואל האט ציגעלייגט האבען זיי פארט נישט געקענט נאכקומען.

אבער עטליכע יאר ציריק איז ב''ה ציריק געפענט געווארען דורך קהל א בעקעריי אין וומ''ס, וועלכע צייכענט זיך אויס מיט זעלטענע חומרות אין הידורים, אלעס ווערט דארט געטוהן בהוראת רבינו שליט''א וועלכע האט שוין עטליכע מאל באזוכט אינעם בעקעריי, ווי אויך שטייט דער רב שליט''א על המשמר, אין ער האט דארט אריינגעשלטעט הגאון רבי הערש לייב בערענשטיין שליט''א אלס משגיח וועלכע האלטס זייער א שטרענגע אויפזיכט אויף יעדן דעטאל אין חומרא וואס די בעקעריי פארמאגט.

ווי אויך האט די בעקעריי א זעלטן גיטע סיסטעם ב''ה בגשמיות,
מ'האט היי יאר אריינגעלייגט אפאר דאללער איבערצומאכען אביסעל די סיסטעם, אין ב''ה ס'ראנט מיט א  זעלטענע סייעתא דשמיא.

מ'האט היי יאר ציגעלייגט נאך א דריטעל אין די סכום פונט פין פאריאר, אין יא! לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס איז שוין דא א מאנגעל אין מצות....

אסאך רבנים אין ת''ח, האבען היי יאר אריבערגעברענגט זייער חבורה אין באשטלעט אפוינטמענטס אינעם מהודרידיגען בעקעריי ווי יעדער גייט ארויס מלא התפעלות ווי דער זעלטענם מהורדר'דיגען סיסטעם.

קהל גייט דא מיזען נעמען עקשאן, ווייל די בעקעריי קען נישט נאכקומען אזא גרויסען ציבור בליעה''ר, אדער זאלען  זיי אויפהערן צו פארקויפן פאר מענטשן וואס זענען נישט מאנ''ש,

rebyankel » 22/2/2010 20:05

ביי איינס פין די באזוכן האט רבינו שליט''א באמערקט עטליכע הידורים וואס דער רב שליט''א האט איינגעפירט אינאיינעם מיט ר' הערש לייב
אין די רבי שליט''א האט ארויסגענומען פין טאש א פעדער אין אנגהויבן  שרייבען יעדע חומרא וואס ער דארט געזעהן אין אריבער גערופן ר' אייזיק לעווי פין די קרית יואל'ע בעקעריי אין געבעטן מ'זאל די אלע זאכען איינפירן אויך אין קרית יואל

נפל » 22/2/2010 20:25

אויב 4 אויווענעס הייסט א סוקסעס דאן קומט זיך פאר די זאליס מיט זייערע 8 אויווענעס א "מעגע סוקסעס"

נ.ב. בדרך כלל ווען דער אהרוינישער פראפעגאנדע מיניסטער פאמפעט אויף הייד פארק מיט א סוקסעס שטעלט זיך שפעטער ארויס אז עס איז געווען א פאלנער דרוכפאל...


תוקן על ידי נפל ב- 22/02/2010 20:27:43

rebyankel » 22/2/2010 20:41

אויב ניצן די זיי נאר 4 (וומ''ס מיט ק''י), דאן ניצן זיי 8....

לאגיש » 22/2/2010 22:26


מרן אדמו"ר שליט"א באזוכט די בעקעריי

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 22/2/2010 22:28


מיט'ן מפקיח כללי הרב רבי הערש לייב בערנשטיין מו"ץ 

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי לאגיש ב- 22/02/2010 23:03:14

דוד46 » 22/2/2010 22:29

נפל

פארגינסט זיי נישט די פראפעגאנדע?

די סאטמארער חסידים האבן מהודר'דיגע מצות ווי מרן רבינו הקדוש זי"ע און מרן רבינו הברך משה זצוק"ל האבן געהאט.

די אהרונים האבן מהודר'דיגע פראפעגאנדע פאר מצות ווי דער צדיק'ל פון מאנראו האט...

לאגיש » 22/2/2010 22:32



תוקן על ידי לאגיש ב- 22/02/2010 23:04:32

לאגיש » 22/2/2010 22:34


הרהגה"צ רבי משה טייטלבוים, דומ"ץ קהל יטב לב ד'סאטמאר בירושלים עיה"ק אין די בעקעריי


[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 22/2/2010 22:38

ביים אויווען

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 22/2/2010 23:04

ווי אזוי וואלטן די אהרוינים גאזעגט ווען די בילדער זענען פון ר' זלמן לייב? נאך א טריפ...

אדמיראל » 22/2/2010 23:39

עקזעקטלי, ווייל ווען זאלי גייט אין א בית השחיטה אדער אין א מצה בעקערי וכדומה איז עס א טריפ פאר די פיקטשערס.

ער איז א מן הארץ איינס אין די וועלט, ער פארשטייט נישט וואס ער קוקט אדער וויאזוי מען קוקט, מען דארף עם האלטן אין איין אונטערזאגן און וועגן דעם איז עס א גרויסע ליצנות יעדעס מאל עקסטער וואס ער גייט אויף אזא טריפ.

רבי_יונה » 22/2/2010 23:43

די אהרונים וואלטן געזאגט עס איז ווי דער האן אינעם בני אדם.

נפל » 23/2/2010 00:07

אטא דאס איז וואס איך זאג... די מציאות איז נישט קיין נפק"מ, דער עיקר איז חזר'ן ביז מען הייבט אליינס אן גלייבן

ר' אהרן ת"ח הגה"ק רשכבה"ג
ר' זלמן לייב האן אין בני אדם טריפ

דוד46 » 23/2/2010 00:16

פון זיינע שיין געקרייזעלטע דיפערי–דאָ פיאות זעט מען אז דער מאנראוער צדיקל איז בכלל נישט געקומען פארן פיקטשער...

נפל » 23/2/2010 00:22

לאגיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

מרן אדמו"ר שליט"א באזוכט די בעקעריי

[בילד – נישט אפגעהיט]


הגז"ל קוקט ווי א האן אין בני אדם... דער רויטער שטיין רוימט אריין אין אויער פארן ע"ה ווי מען דערף קוקן...

לאגיש » 23/2/2010 00:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 23/2/2010 00:31

מערקווירדיג אז פאר די זאליס פעלט נישט אויס צו פאמפען און עדווערטייזן זייער בעקעריי!

rebyankel » 23/2/2010 00:34

אז מ'האט נישט וואס צו זאגען זאגט מען נישט

(הלוואי זאגען זיי יא, ס'וועט אויסקוקען ווי גלאט - אייזלען פין 82 בושטער..)

rebyankel » 23/2/2010 00:35

גראדע אין די בראדוועי בעקעריי וואטשט מען יא
אויב איינער דערוואגט זיך צו ברענגן ארינזאנע ווייץ איז ערגער ווי עסן פרשיטיג לעבן די וועלגער טיש

טאראראם » 23/2/2010 00:48


להוי ידוע איך האב שוין געקויפט מצות 2 מאל דעם ווינטער לכבוד שבת, אין די בעקעריי אויף ראדליזש סט. יעדעס מאל פער 2 פונט.

  ערב שבת שקלים האב איך געקויפט ראזעווע מצות (whole wheat), הוי איז דאס געווען מלא טעם, די ראזעווע מצות מאכן זיי איינס אין די וועלט!!!, נישט אז פאר די אנדערע האט עפעס געפעלט ס'איז גראדע געווען עוואלדיג, אבער די ראזעווע, דאס איז געווען אזוינס און אזאלכעס!!!

רבי_יונה » 23/2/2010 01:09

נפל איז אזא עם הארץ אז נשיטמאהל ווייסט ער וואס מיינט א האן אין בני אדם.

ביי אים מיינט דאס גענוי ווי רז"ל קוקט אריין אין א גמרא...

rebyankel » 23/2/2010 02:14

יעצט געהערט

פאריאר איז אריינגקומען א חשוב'ער רבי דיין אין בעקעריי אן זיך אומגעקוקט אינעם גאנצען סיסטעם
נאכען אבערזעווירן זאגט ער פאר ר' הערש לייב, 'איר האט געפענט מיינע אויגן'
זייער אסאך הידורים וואס איך זעה דא, פלעג איך יערליך בעטן פין ר' דוד ער זאל עס מאכען אין ער האט אייביג געזאגט אז 'מ'קען נישט'
למעשה זעה איך דא אלע הידורים אויף אזא הערליכע פארנעם


-----------------------

מ'קען אפשר זאגען א יש''כ פאר די מוסרים
ווען נישט זיי וואלטען מיר אפשר נאך געקענט היינט באקען אן קראלי, אזוי האבען מיר ב''ה אזא הערליכע אייגענע בעקעריי



תוקן על ידי rebyankel ב- 23/02/2010 02:18:39

מנהלרוחני » 2/3/2010 23:41


איינער דא ווייסט אפשר די פרייזן פון די מצות היי יאר??? איז עס ארויף צו נישט??

טאראראם » 3/3/2010 00:14



וויליאמסבורג האט נישט געהעכערט, אלעס אזוי ווי פאריאר, כ'הער אז קרית יואל איז אסטראנאמיש ארויף מיט די פרייז לענ"ד איז דאס נישט נארמאל - קיינמאל - און אוודאי נישט אין די היינטיגע עקאנאמיע 

האקאבו » 3/3/2010 03:31

טאראראם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


וויליאמסבורג האט נישט געהעכערט, אלעס אזוי ווי פאריאר, כ'הער אז קרית יואל איז אסטראנאמיש ארויף מיט די פרייז לענ"ד איז דאס נישט נארמאל - קיינמאל - און אוודאי נישט אין די היינטיגע עקאנאמיע 


הונדערט פראצענט, דאס איז א פארברעכן שאין כמוהו, יעדעס מאל האבן זיי געהויבן די פרייז!!!

ס'איז א הימל געשריי, אויב אונזער בעקערי אין וויליאמסבורג קען זיך האלטן מיט די פרייז כאטשיק ס'קאסט זיי סך מער ווי רענט וכדו' סוף כל סוף איז דאס א נייע בעקערי און יעדע זאך קאסט, פארוואס קענ נישט קריתיואל זיך האלטן צום פאריעריגן פרייז

טאראראם » 3/3/2010 03:36


יעצט קאנפירמד: די וויליאמסבורג'ע בעקערי איז "אראפ" מיט די פרייז אויף אריזאונע אויפ'ן פארלאנג פונעם ציבור המדקדקים במצות און קענען נישט צאלן אזוי פיל

לאגיש » 4/3/2010 22:29

[בילד – נישט אפגעהיט]

יעקב_שמשון » 5/3/2010 02:08


כ'האב היינט גערופן פרעגן די פרייזן אין קרית יואל בעקעריי, און ער איז לכאורה די טייערסטע בעקערי אין גאנץ אמעריקע!!! ממש נישט צופארשטיין!!!

דארף מען טאקע אויסרייסן דעם עולם אויף יעדע זאך???

וויליאמסבורג איז נאך אזוי מהודר און האט נאך אזאלעכע גוטע מצות ווי קרית יואל!!! פארוואס??? למה???

דוד46 » 5/3/2010 02:23

אין שטאט ווילן די אהרונישע בעקערי פירער אז "פרעמדע" זאלן קומען קויפן ביי זיי ווייל זיי זענען ביליגער, האבן כאטש די אהרונים אויך ביליגער לכבוד דעם

אבער אין מאנראו האט דוד עקשטיין ענק אויפן בוידעם, און ענק מוזן באצאלן טבין ותקילין

לעקסינגטאן » 5/3/2010 03:05

ווי שרייבט נאר דוד'ל לעצטנ'ס אין יעדן אשכול ווי ער שפירט וויכטיג צו לאזן דעם לעצטן תגובה??

"I FEEL U'R PAIN"

נפל » 11/3/2010 19:20

קענט איר מסביר זייט טייטש פון "סוקסעס"? איך האב ביז היינט געוויסט אז "סוקסעס" איז טייטש "הצלחה"...

דארפן עדווערטייזן וואך איין וואך אויס אין "דער בלאט", "די צייטונג-נייעס באריכט" ועוד הייסט א "הצלחה"?

זיך נישט וויסן ווי אהין צו טון מיט די סחורה אזאש אז מען דארף דאס אריינלייגן אין די גראסערי'ס הייסט א "הצלחה"?

פארקויפן מצות פאר ביליגער ווי דער קאמפעטישאן הייסט "הצלחה"?

אין מיינע אויגן צייגן די זאגן אויף א "דורכפאל" אסאך מער ווי אויף א "סוקסעס"

יעקב_שמשון » 11/3/2010 20:44

הג"ר אברהם הערש וואזנער שליט"א רב דקהל יטב לב סאטמאר - מאנסי ביים באקן די מצות פאר בני קהילתו אונעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג
[בילד – נישט אפגעהיט]

יעקב_שמשון » 11/3/2010 20:45

ביים גיסן וואסער לשם מצות מצוה
[בילד – נישט אפגעהיט]

יעקב_שמשון » 11/3/2010 20:54

ביים אויווען
[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 11/3/2010 21:11

וועלן זיך די מאנסי-וויליאמסבורגע אהרויני מצות אויך פארקויפן אין גראסערי?

allgood1s » 11/3/2010 21:29

איך האב מורא עס וועט האבן אזא פנים ווי קדם גרעיפ דזשאס נאך זייער דורכפאל דורך די נייע זאלי און בנ"י גרעיפ דזשאס, און לויפער וועט דאס מוזען טיילען בחינם...

rebyankel » 17/3/2010 17:59

נפל פארוואס פארקויפט מען די מצה גזולה אין די  גראסערי'ס?
משה באנדא זאגט מיר אז ער פאקויפט עס יערליך

rebyankel » 17/3/2010 18:02

יעצט באשטעטיגט:

אויף ערב פסח
גייט אי''ה זיין גרייט נאך 2 איווענס אין מצה בעקעריי אין וומ''ס אי''ה
אין מיט דעם אלעם איז דא א שטארקע מאנגעל אין ער''פ מצות