אינעם שכינות'דיגן פארום האט אריגינעלער ארויפגעלייגט א קאפי פון קבלה וואס מען זעט ווי הרה"ח בנש"ק ר' יעקב שמשון גאלד שליט"א, פון די שטארקע מקורבים פון הייליגן ברך משה זי"ע גיט א שיינעם סכום צדקה פאר די מוסדות הקדושים בני יואל אין קרית יואל.
איז אינטרעסאנט צו פארציילן פאר די וואס ווייסן נישט, וואס איך האב געהערט פון א איד וואס האט געהערט פון ברך משה זי"ע אליין אז ער האט סוף ימיו חרטה געהאט אויף די מלחמה וואס מען האט געפירט מיט די בני יואל און האט זיך שטארק אויסגעדרוקט בשבחם, ובתוך דבריו האט געזאגט "זיי זענען דאך אמת'ע גוטע פריינט פון פעטער זכרונו לברכה".
דער ברך משה זי"ע האט דאן פארציילט א מעשה פון א געוויסן גדול פון פאר די מלחמה וואס האט געהאט א פרשה מיט אן אנדערן צדיק, האט ער לפני פטירתו שטארק מקרב געווען זיינע געוועזענע שונאים, האט אים איינער געפרעגט "רבי וואס האט פאסירט?" האט דער גדול געענטפערט איך האב געפירט צוויי מלחמות אין מיין לעבן איינס מיט די ציונים און מזרחי'סטן, און איינס מיט אן ערליכן איד, איך קען באשטיין דאס נאך מסדר צו זיין אויף די וועלט".
האט דער ברך משה זי"ע אויסגעפירט, "עס קען זיין אז בשעתו האט אפשר אויסגעפעלט א מלחמה, ווען מען האט געהאלטן אז זיי ווילן מהרס זיין די קהלה, אבער איך וואלט שוין געוואלט ענדיגן די מלחמה נאך אויף די וועלט".
און עס איז וויכטיג צו באמערקן אז נישט נאר ר' יעקב שמשון, נאר אסאך גרויסע חסידים פון ברך משה האבן זיך אנגערופן מיט שיינע סכומים, ביים דינער פאר בני יואל וואס איז היי יאר פארגעקומען אינעם סאטמאר'ן בנין "ברכה סימה".
יא, וויאזוי האט דא איינער געשריבן?
2 מלוה מלכא'ס געווען די וואך.
>אהרן האט בארעדט צדקת רבי מאיר בעל הנס, אין קלויזענבורגע זאל.
>בני יואל האט געפראוועט אין סאטמאר'ס נייע זאל ''פרדס פיגא''......
עס איז בכלל נישט קיין שטאלץ עס איז א חארפה איין א בושה אז דיינע גרעסטע איך רעד שוין נישטט פון דיין טאטעס זיי האבן דיר פונקט אזוי פיינט אין די טאנצט מיט ער מאכט פון דיר חוזק והא ראי אז ווען פערלשטיין איז געשטארבן האט ער אים נישט געוואלט נעמען לייגן ביי זיך און די וויי א נאר לויפסט עם נאך טאנצט wow עס איז דא א זאל ער מאכט ביי מיר די מלוה מלכה יענער גייט און דער פרעמד די שוטה איינער יעצט לאט ער ענק טטאנצען מיט זיך אבער איינמאל ער דארפט דיר נישט געט ער יר א קאפ פון אינטען ער האט דיר פונקט אזוי פיינט אין די נאר טאנצט מיט יע די נער וועק דיר אויף פון שלאף
די גרעסטע שונאים זענען פון סאטמאר זענען שטענדיג די משנאי השם, די ציונים מיט זייערע רעליגיעזע נאכשלעפערס, מיט זיי טאר מען נישט שלום מאכן, און מען דארף אנהאלטן דעם מלחמה לה' בעמלק.
אבער די בני יואל אידן, זענען אן ערליכע אידן, סאטמאר'ע חסידים, וועלכע לערנען און דאווענען און פירן ערליכע אידישע שטובער, עס איז נישטא קיין שום היתר זיך מיט זיי צו קריגן, און וועגן די אלטע מחלוקת דארף מען זיך איבערבעטן און שלום מאכן.
דאס איז געווען רצון קדשו פון הייליגן ברך משה זי"ע. וואס האט סוף ימיו איינגעזען ווער "בני אהרן" איז, און געגעבן רשות צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל.
און שלום געמאכט בחייו מיט די ערליכע אידן וצדיקים מיט וואס ער האט געהיינט מיינונגס דיפערענצן.
ואת והב בסופה
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע סוף ימיו, צוזאמען מיט הגה"ק ממאנטעווידעא זי"ע וועלכער האט גע'אסר'ט דעם סקול דיסטריקט
טאנצן צוזאמען ביי א שמחה של מצוה
[בילד – נישט אפגעהיט]
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע סוף ימיו, צוזאמען מיט להלח"ט כ"ק הגה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א אב"ד קארלסבורג וועלכער האט גע'אסר'ט דעם סקול דיסטריקט
צוזאמען ביי א שמחה של מצוה
[בילד – נישט אפגעהיט]
מחלוקת מיט ערליכע אידן (מיטן פעטער'ס תלמידים) דארף מען נישט אנהאלטן, מען דארף זיך איבערבעטן און מאכן שלום.
בני יואל איז נישט איין מענטש,
ס'איז דא וואס האבן פיינט דעם ברך משה, און ס'איז דא וואס נישט.
אבער אלע האבן ליב רביה"ק זי"ע,
ביי די אהרונים איז ליידער דא אסאך (און עס שטינקט פונעם קאפ) וואס האבן פאר רביה"ק זי"ע נישט קיין שום געפיל,
זיי זענען גרייט מלחמה צו האלטן מיט אזא הייליגן מוסד ווי
"כולל שומרי החומות"
וואס נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה, ועוד ועוד.
אדרבא, די אלע יארן וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז געווען דער נשיא פון כולל שומרי החומות האט מען ביי די בני יואל שטענדיג געגעבן געלט פאר'ן כולל מיט די גרעסטע ווארעמקייט, כאטש זייער שונא איז געווען נשיא.
ווייל מען האט געוואוסט אז דאס איז געווען דעם רבינס רצון.
משא"כ ר' אהרן כאטש ער אליין איז א חבר הנשיאות, פירט ער דערקעגן א שמוציגע מערכה,
און ער הייסט די חסידים געבן געלט נאר פאר זיך אליין!
דאס איז א חרפה און א בושה.
ממילא אזוי ווי מיט בני יואל, וואס באשטייט פון ערליכע סאטמאר'ע אידן יראים ושלמים, שטים איך איין מיט ניינציג פראצענט זאכן, קען איך לעבן גוט מיט אים כאטש געוויסע זאכן בין איך מיט טייל פון זיי מחולק...
די זעלבע זאך איז דא אנדערע ערליכע אידן בדורינו פון וועלכע איך האלט, און איך האב נאנטע חברים וועלכע האלטן נישט פון זיי, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם.
ווען איך לערן א שיין שטיקל ברך משה זאג איך עס נישט פאר מיינע בני יואל חברים, פאר זיי זאג איך א דברי יואל, אבער חוץ מזה שטימען מיר זייער פיין.
זיכערמאן
רבינו הברך משה זי"ע האט סוף ימיו גערעדט בשבחם,
און אפילו געגעבן רשות פאר ערליכע אידן צו האבן עקסטערע מוסדות אין קרית יואל.
בני יואל באשטייט היינט פון אסאך מענטשן ולאו כל אנפין שווין.
דאס איז זיכער אז זיי האבן א פיינעם מוסד, און מען איז דארט מחנך עכט סאטמאר'ע קינדער, אויפן אלטן דרך פון רביה"ק זי"ע, ממילא איז א מצוה זיי צו שטיצן, און מחזק צו זיין.
אנדערע זאכן וואס דארפן א שיקול הדעת, וועט מען טאקע גוט אדורכטראכטן.
אבער ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט רבך הרא"ט שליט"א אונז העלפן מאכן דעם שיקול הדעת....
| זיכערמאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | נאך אלע מעשות קען רבינו מהרז"ל שליט"א אויך נישט דערליידן די בני יואל, דעריבער ברויך מען האבן גרויס שיקול הדעת איידער מען איז מחליט אזא נושא נחוצה. |
|
שקר אין נאכאמאל שקר קים אינז נישט זאגן וואס אינזער רבי האלט די רבי איז זיי גאר שטארק מקרב שוין פין די ערשטע מינוט אין די זעלבע זאך בני יואל צים רבי'ן יא סאיז דא אפאר משוגעים אויף יעדע זייט אבער איך רעד פין רוב ציבור
אויב יא שלום, זאל זיין שלום אלל די וועי, מאכט שוין שלום מיט אהרן'ען, אויב עטס מיינטס טאקע ערענסט שלום, ס'זענען דאך דא בילדער ווי דער ברך משה קלאטשט און שמייכל מיט אהרנ'ן, וועם ער האט געזאגט סורר ומורה, מועל בשליחות, זעהט אויס אז פונקט ווי דער ברך משה האט געגעבן די הסכמה צו מאכן שלום מיט יאסל וואלדמאן, האט ער געגעבן די הסכמה צו מאכן שלום מיט אהרן, נו מאי שנא?
ווען היטלער האט אנגעהויבן זיין בלוטיגסטער מלחמה קעגן די מדינות אייראפא, ושאר העולם, האט זיך עס אויך אנגעהויבן מיט גרויסע שלום'ס דעקלעראציעס, שלום מיטן טאליענער דיקטאטור, מוסיליני, שלום מיט די רוסן, מאלאטאוו ריבנטראפ פאקט, שלום מיט די ענגלענדער, טשעמבערלין, ס'האט זיך געטאן א שלום'ס, און אט די שלום'ס האט איהם ערמעגליכט צו אויספירן זיינע בלוטיגע פלענער.
איך מיין אין היסטאריע פון כלל ישראל איז נאך נישט געווען אזא געמיינער מחלוקה צווישן אידישע חסידישע ברודער, וואס איז באשאפן געווארן מיט א א"ג שלום.
איך בעט דעם מנהל אויסצושליסן דעם זיכערמאן ער גייט קעגן די תקנות פון שפילן אנדערע פארטיי
רבינו מהרי"י שליט"א שטיצט גאר שטארק די הייליגע מוסד בני יואל, עס איז א באקאנטע זאך פאר יעדן איינעם (לעצטנס ביי אסיפה איבער ענינים הנוגעים בקרית יואל האט זיך דער רבי אויסגעדריקט "מיר מיט בני יואל זענען איינס")
עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס מיר זאלן זיך קריגן מיט בני יואל כולנו בני איש אחד נחנו רבינו הקדוש זי"ע און די צענדליגער טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן אלעמאל בלייבן פאראייניגט להגדיל תורה ולהאדירה,
מיט די ארוינים טאר מען טאקע קיין שלום נישט מאכן אין שלום אמר ה' לרשעים, זיי וועלן טאקע בלייבן איזאלירט אבער מיט בני יואל הערשט שוין לאנג שלום ושלוה און מען העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן און אזוי וועט ווייטער אנגיין צום צופרידנהייט פון יעדן איינעם
איך פארשטיי נישט איין זאך: עס איז מיר נישט אזוי אינטרעסאנט וואס האלטן די "ברך משה" מענטשן וועגן די "בני יואל".
מער אינטרעסאנט איז, און הלוואי זאל עס איינער מאכן קלאר איין מאל פאר אלע מאל:
וואס האלטן די בני יואל וועגן ברך משה??
ווער עס קען עס קלאר מאכן וועל איך עם דאנקן. אבער נישט ענטפערס וואס שטימען מיט היינטיגע פאליטיק מהלך, נאר דעם אמת.
כ'האב אין מיין באזיץ 2 ספרים: מלחמת חובה, און עלבונה של תורה, וועגן פאבליק סקול, און דארט שרייבט מען גאר שארף נישט נאר פון ר' אהרן, נאר אויך און אפשר בעיקר פון ברך משה. טא מה נשתנה? אחרי מות קדושים?
ממיילא
חסידי הברך משה שטיצן בני יואל - מעגליך
וואס אבער האלטן די חסידי הבני יואל אויף ברך משה?
עס זעט מיר אויס אז במשך די לעצטע 10 יאר פונם ברך משה האבן רוב אין בני יואל אנערקענט אז דער ברך משה איז געווען שלעכט נאר וועגן ר' אהרן.
וואס ברויך'סטו מער ווען האט מען אנגעהויבן צי רעדן פין אייגענע מוסדות ווען דע ברך משה איז געווארן רבי אדער ווען דער סבלן איז געווארן רב ?
קען איינער וואס האט עקסעס צו יו טוב אפשר מזכה זיין דעם עולם מיט דעם בילד ווי ירמי' דמן פון "בעלז" זינגט אזוי שיין ביי ר' אהרן'ס חתונה? כ'וואלט געוואלט וויסן ווי נאנט דער ברך משה איז געווען מיט בעלז, אדער בעלז מיטן ברך משה. איז עס נאר מיט בני יואל וואס מען דארף אנהאלטן א מלחמה? אדער בעלז, קלויזנבורג אויך?
פאר די אהרונים, כ'קען ענק ארויסהעלפן מיט א תשובה. ס'איז א גרויסע חילוק צווישן בני יואל מיט בעלז-קלויזנבורג, ווייל בעלז-קלויזנבורג האבן זיך נאך געקריגט מיט'ן ויואל משה, ממילא מיט זיי קען מען שלום מאכן, אבער ווידעראום די בני יואל.....אלעס פארענטפערט.....!
פארשטיי, אז ס'דאך נישט דער בעלזער רבי וואס האט געזונגען, ס"ה האט א געוויסער זינגער ירמי' דמן, וואס איז אחת מני אלף פון בעלזער חסידים געזונגען, דארף מען זיך טאקע ארומקריגן לעולם ועד מיט יעדן איינציגן בעלזן חסיד אויפן כדור הארץ?
קענסט אפשר פרעגן דעם ירמי' דמן וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה אדער ברך משה?? קענסט אפשר פרעגן "סיי וועלכע" בעלזער וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה, אדער דעם ברך משה? אויב די ווילסט נישט פרעגן, מסכים, אבער איך זע אז וואס יעדער בני יואל'ער האלט ווייסט עטס זייער גוט, אבער וואס די בעלזא-קלויזנבורגע האלטן ווילן ענק זייער שנעל פארגעסן.
וויזוי ערווארטסטו אז די ארונים זאלן שלום מאכן מיט בני יואל, ווען באותו זמן האבן בני יואל זיך פאראייניגט מיט רז"ל צו פירן א מאסיווער פאראייניקט קאמף קעגן אהרן טייטלבוים, איהם צו מעביר זיין מן העולם, זיי האלטן אז ער איז א רשע, ואין שלום לרשעים אמר ה', אזוי האט דא איינער פריערט געשריבן, זיי מאכן נישט קיין סוד אז זיי האלטן אז אהרן האט נישט קיין זכות קיום בעולם ער איז א קליפה, עובד ע"ז, נואף, און רוצח, ער איז ווי די נעאלאגן וואס מ'דארף מאכן א טיילונג אין עוקר מן השורש זיין, א"מ גאלדבערבער זאגט אז די איינציגע וועג וויזוי אהרן קען תשובה טוהן אז ער לייגט זיך אראפ אויף דער ערד ביי די טיר פון שול און לאזט זיך שטויסן אין שלאגן,
קוקט מיר אויס אז די איינציגע וועג וויזוי אהרן קען שלום מאכן מיט די בני יואל איז זיך אראפווארפן אויף דער ערד און זיך לאזן שטויסן, אדער נעלם ווערן אין די הרי החושך.
האסט א גרויסע טעות, איך ערווארט נישט די ארונים זאל שלום מאכן מיט בני יואל, און בני יואל זיכט נישט שלום צו מאכן מיט די אהרונים, קומטס אבער נישט מיט די סלאגאן "וואס האלט די בני יואל פונעם ברך משה". ענק גייט עס אן ווי א לאך אין קאפ, והא ראי' די אהרונים מאכן שלום מיט די גרעסטע שונאים פונם בעל ויואל משה אונעם בעל ברך משה.
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | קוקט מיר אויס אז די איינציגע וועג וויזוי אהרן קען שלום מאכן מיט די בני יואל איז זיך אראפווארפן אויף דער ערד און זיך לאזן שטויסן, אדער נעלם ווערן אין די הרי החושך.
|
|
אינטערעסאנט ווי אזוי די שפרינגסט אזוי שנעל פון טעראר ביז שלום, וואס טוט זיך מיט פשוט לאזן אידן מנוחה? קוקט מיר אויס אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי אהרן וועט אויפהערן טעראריזירן אידן איז אויב זיי וועלן זיך אראפווארפן אויף דער ערד און זיך לאזן שטויסן, אדער נעלם ווערן אין די הרי החושך.
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | פארשטיי, אז ס'דאך נישט דער בעלזער רבי וואס האט געזונגען, ס"ה האט א געוויסער זינגער ירמי' דמן, וואס איז אחת מני אלף פון בעלזער חסידים געזונגען, דארף מען זיך טאקע ארומקריגן לעולם ועד מיט יעדן איינציגן בעלזן חסיד אויפן כדור הארץ? |
|
פאר יארן צוריק פלעגט אורי שווארץ פירן א קאמפיין קעגן "פרעמדע ניגונים", אז מען זאל נישט זינגען ביי סאטמארע טישן קיין ניגונים פון ציונים אדער הולכי בחירות.
ביי איינע פון די חתונה פון ראט'ס קינדער האט סאשע געהייסן דעם שפילער דוקא זינגען וואס מער "פרעמדע ניגונים" אויפצורעגן אורי שווארץ מיט די פאנאטישע קנאים...
| סאטמארפלעק כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | קענסט אפשר פרעגן דעם ירמי' דמן וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה אדער ברך משה?? קענסט אפשר פרעגן "סיי וועלכע" בעלזער וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה, אדער דעם ברך משה? אויב די ווילסט נישט פרעגן, מסכים, אבער איך זע אז וואס יעדער בני יואל'ער האלט ווייסט עטס זייער גוט, אבער וואס די בעלזא-קלויזנבורגע האלטן ווילן ענק זייער שנעל פארגעסן. |
|
דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלט צען טויזנט מאל מער פונעם ברך משה ווי וואס דער דורכשניטליכער בני יואל, איך גארנטיר דיר, ירמי' דמן האלט אסאך אסאך מער פונעם ברך משה ווי זלמן לייב וואלדמאן.
איבער סאטמאר רבי זצ"ל, דער ריינער מציאות: דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלטן פונעם סאטמאערע רבי זצ"ל דער דברי יואל, די זעלבער וואס דער סאטמארער חסיד האלט פון בעלזער רבי זצ"ל, דהיינו, אז דער דברי יואל איז געווען א קדוש וטהור, אבער דער בעלזער רבי איז געווען א גרעסערע צדיק, דאס איז קיין שום חסרון, פארדעם איז ער דאך א בעלזער חסיד,
אלעס פארענטפערט?
אין קרית יואל איז געווען א פרייליך אידל וואס מען האט אויסגע'רודפ'ט די יארן, כאטש ער האט גארנישט געטאן עפעס ספעציעל, מיט די טענה אז ער "ווארפט זיך נישט אונטער",
איין טאג גייט ער צום ראט און פרעגט אים "אפשר קען מיר דער רב זאגן וויאזוי מען ווארפט זיך אונטער?, זאל איך מיך יעצט דא אראפווארפן אויף די ערד און דער רב וועט ארויפטרעטן אויף מיר, וועט עס הייסן אונטערגעווארפן".
אהא, טו לאז מיר וויסן די פונקטליכע מאס וויפיל מען דארף נישט האלטן פונעם ברך משה און מען קען לעבן בשלום.
איך האלט יא אז עס קען ווערן א שלום צווישן בני יואל און די אהרוינים, די אהרוינים זענען די וואס האלטן נישט דערביי!
בני יואל פירט קריג קעגן ר' אהרן כל זמן ר' אהרן מיט זיינע מענטשן ווילן אויסראטן בני יואל, די רגע ר' אהרן מיט זיינע מענטשן דערקלערן אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן דעם קאמף און אנערקענען דאס עגזיסטענץ פון בני יואל וועט אויטאמאטיש זיין א שלום. פארשטייט זיך אז בני יואל'ע וועלן נישט אנהייבן פלוצלינג גיין צו ר' אהרן'ס טיש, אבער מלחמה וועט מער נישט זיין!
סך הכל, בני יואל פירט מלחמה פאר זייער ליגעטימע עגזיסטענץ!
אהרוינים פירן קריג קעגן יענעמס עגזיסטענצץ!
צווייטענס, לייקענסטו א מציאות וואס די בעלזע האבן גערעדט אויפן בעל ויואל משה, און ברך משה. כ'קען די בעלזא גוט פון היינט, און די קענסט נאכקוקט וואס זיי האבן געשריבן דעמאלט.
כרעדט שוין נישט פון דעם וואס למעשה אפילו היינט זענען זיי געכאפט אין מינות אין אפיקורסת, אבער דאס איז דאך נישט קיין פאקטור פאר אן אהרוני צו מען מעג שלום מאכן מיט אזא איינעם.
| נפל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך האלט יא אז עס קען ווערן א שלום צווישן בני יואל און די אהרוינים, די אהרוינים זענען די וואס האלטן נישט דערביי!
בני יואל פירט קריג קעגן ר' אהרן כל זמן ר' אהרן מיט זיינע מענטשן ווילן אויסראטן בני יואל, די רגע ר' אהרן מיט זיינע מענטשן דערקלערן אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן דעם קאמף און אנערקענען דאס עגזיסטענץ פון בני יואל וועט אויטאמאטיש זיין א שלום. פארשטייט זיך אז בני יואל'ע וועלן נישט אנהייבן פלוצלינג גיין צו ר' אהרן'ס טיש, אבער מלחמה וועט מער נישט זיין!
סך הכל, בני יואל פירט מלחמה פאר זייער ליגעטימע עגזיסטענץ! אהרוינים פירן קריג קעגן יענעמס עגזיסטענצץ! |
|
דאס איז פונקטליך וואס איך האב געמיינט מיטן שפרינגען פון שלום ביז מלחמה, ווענדט זיך וואס מען מיינט מיט שלום, אויב שלום מיינט לאזן מנוחה, מיר האבן קיינמאל נישט גערודפט פערזענליכע אהרונים בלויז פארן זיין אן אהרוני, אויב שלום מיינט גיין צו זיינע טישן, לא היו ולא תהיה בעזר השם ית'
פורים שנת תשמ"ט האט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געשיקט א "פריסת שלום" פאר הגה"ק ר' אברהם לייטנער ממאנטעווידעא זי"ע, זאגנדיג פאר איינעם פון זיינע קינדער "זאג פאר דיין טאטן אז איך בין זיין ידיד".
ווען די מעשה איז ארויס אויף די גאס איז געווארן א גאנצער גערודער, אסאך בני יואל און חסידים פון מאנטעווידעא רב זענען געווען ברוגז ווייל זיי האבן נאכנישט געקענט מוחל זיין פאר'ן ברך משה די שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט ביי די סקול דיסטריקט פרשה.
שושן פורים האט דער מאנטעווידעאר רב געהאלטן א דרשה, און געזאגט בתוך הדברים אז ער האט א גרויסע שמחה שלום צו מאכן מיטן סאטמאר'ן רב, און מיט קהל יטב לב, און אז ער האט יעדן טאג מתפלל געווען צו קענען איין טאג שלום מאכן.
כדאי מען זאל זיך ח"ו נישט טועה זיין דא אז די בני יואל וואלטן נישט געפירט קיין שום מלחמה מיט אהרן אפילו אויב ער איז עובר אויף די תורה, וויל איך ארויס ברענגען די חילוק אויף אנאנדערע וועג
ביי די אהרונים מיינט מלחמה, אז מען פייניגט יענעם ווי אימער ווען אימער בלויז פארן זיין יענער.
ביי די בני יואל מיינט מלחמה, מגלה צו זיין פאר די קינדער און פאר די וואס זענען הסרים למשמעותם איז מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די יעניגע וואס טוען עובר זיין אויף די תורה.
הלוואי וואלט ביי אהרן אין זיינע מענטשן אויך דאס געמיינט מלחמה מצווה, וואלט ווען געווען די שלום פון וואס סקאט רעדט.
אויב ר' אהרן האט שלום געמאכט מיטן קלויזענבורגער פון נתני' מיינט דאס שוין אז אלע אהרוינים וועלן אנהייבן לויפן צו זיין טיש, לערנען זיינע תורות און גיין צו אים מיט קוויטלעך? זיכער אז נישט!
אויב ר' אהרן האט שלום געמאכט מיטן קלויזענבורגער פון נתני' מיינט דאס שוין אז ר' אהרן וועט מסכים זיין צו נעמען געלט פון די מדינה און גיין צו בחירות? זיכער אז נישט!
אזא סארט שלום האבן די זאליס געמאכט מיט בני יואל!
אזא סארט שלום קען ר' אהרן יעדע רגע מאכן מיט די זאלי'ס אדער בני יואל! ער האלט פשוט נישט דערביי!
נפל גיט געזאגט אבער די צושטעל פון אהרן מיט קלויזענבוירג איז בכלל נישט צום דבר אהרן מיט'ן קלויזענבוירגער איז בכלל נישט אזא סארט ווי די בני יואל מיט די חסידי מהרי"י
די חסידי מהרי"י האבן געמאכט א ריכטיגע שלום ושלוה מיט בני יואל, אפילו עס איז נאך אלס דא חילוקי דעות אין פארשידענע ענינים איז דאס אבער נאר אידיאלאגיש און נישט בפועל
ווען עס קומט למעשה הערשט אן אמת'ע שלום און אזוי דארף טאקע זיין עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס נישט, מען קומט צו שמחות, ביי די בני יואל דינער אין קרית יואל קומען די באסעס פון ויואל משה צו הילף און די זעלבע ביי די ויואל משה דינער, מען העלפט זיך ארויס מיט געלט מען העלפט זיך ארויס אין אידישקייט ענינים, מען זיצט צוזאמען ביי מיטונגען
פאר די אלע וואס ווייסן איז קלאר אז רבינו שליט"א צילט קלאר נישט אנצוהאלטן קיין שום רוגזה מיט בני יואל (מיט מיינ אייגענע אויערן האב איך געהערט ווי דער רבי דריקט זיך אויס פריוואט מיט א שבח אויף די ערליכקייט פון בני יואל, ווער עס וויל קען מיך פרעגן אין אישית)
בני יואל זענען אידן און מיר זענען אידן און ביידע צילן צו גיין אויפ'ן ערליכן וועג און די צודרייטע מלחמה איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט
נערמאלער, וואס די האסט געשריבן איז א קידוש השם, ב"ה מען קען אנצייגן אויף די כלומר'שטע "ווילדע סאטמארע בעלי מחלוקת" אז זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן באוויזן אהער צו שטעלן א פולקאמדיגע שלום, כ'מיין אז אין ערגעץ האט מען נאך נישט זוכה געווען צו זען אזא מציאות, דאס איז א באווייז אז סאטמארע אידן פירן נישט קיין מחלוקת פאר פאר כבוד אדער געלט, נאר בלויז אידישקייט, איינמאל די אידישקייט איז צוריק אין פלאץ איז א הונדערט פראצענטיגע שלום צוריק. (ני איז עס נישט קיין כבוד צו האבן דעם סאטמארען פלעק?)
פלעק, אין כל חדש תחת השמש. רש"י ברענגט שוין אז טויזנטער יארן צוריק האבן די [הייליגע] עמון ומואב געמאכט אזא סארט "קידוש השם" [איך רעד בלשון סגי נהור א_ווי דיר] און שלום געמאכט ביניהם.
וואלט דיר טאקע געווען פאסיג צו טראגן א מואב פלעק..
טייערע פארפלעק:
אויב דו האסט געזוכט א גוטן בילד האסטו נישט ריכטיג צוגעטראפן!
ווייל די גאנצער וועלט ווייסט וואסערע "וועג" דער בילגרייער האט באדארפט צו מאכן ביז ער איז אנגעקומען צום ציל... וד"ל
אדרבה, אפשר קענסטו פארשאפן א בעסערן, אויב נישט דעמאלטס איז פארפאלן פינעווער, כ'קען דיר נישט טרעפן די שטארק געזיכטע עמון ומואב פיקטשער. כ'מיין אז די דעבאטע איז שוין פארטיג אלעס איז שוין פארשטענדליך פאר די פארשטענדליכע...
טייערע פארפלעקטער, איך בין נישט געקומען זיכן קיינע בילדער, איך בין נאר געקומען אנמערקן דאס טעות'ל דיינע...
פאר דיין טובה וועגן גיב אכט בעפארן ברענגען א בילד!
נאך אזא דורכפאל העט שוין די איבעריגע דברים'לעך נישט האבן די ריכטיגע השפעה.
האָ האֵ די ארבייסט זייער געשיקט, פארפלעקטער, בילדער, טעות'ל, דורכפאל, דברים'לעך, און אהרן איז דער רשכבה"ג! די ביזט אזוי פארנומען מען זאל דיך צו הערן אז די האסט פארגעסן צו הערן, כ'האב נישט געוויסט אז עספערגעס סינדאם איז אנשטעקיג....
תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 24/02/2010 06:21:58
בארואיגט אייך פלעקער...
דו ברויכסט עס נישט נעמען פערסאנעל.
ווארשיינליך האסטו א פראבלעם וואס עגבערט דיר, דו וואלסט זייער געוואלט טוישן דיין ניק.
און אז דו האסט באזיכט א פסיכיאטאר דערוועגן איז אויך שטארק מערקבאר צוליב דיין ידענות אין די שפראך זייערע: עספערגעס סינדאם
פלעקל טייערע,דו העסט דיך אביסעלע צאמקלויבן און אהערשטעלן געלונגערע בילדער און ס'וועט דיר מעגליך גרינגער ווערן אויפ'ן הארצן.
דו ברויכסט דיך מער אנגארטלן מיט פרישע כוחות, ווייל אזא דורכפאל קען חלילה שאטן פאר דיר און פאר אלע פאטריאטן.
און דרך אגב, ס'העט גארנישט פאסירן אז דו וועסט טוישן דיין ניק, אדרבה
וואס גייט פאר די מיינסט איז סאטמאר פלעק איז א בושה? חכם! ס'איז א שטאלץ. אגב זעענדיג אז איך האב צו טוען דא מיט א מאדנער מענטש האב איך נאכגעקוקט דיינע אנדערע תגובות, זע איך אז חוץ באמערקונגען אויף די ניק'ס האסטו קיין סחורה נישט צו פארקויפן, ביטע קלויבט אייך אויס אנאנדערע בעל פלוגתא.
פערצופאל איז דאס לעצטע מאל (און דאכט זיך דאס ערשטע) געווען גאר א קאמפלאמענט.
אבער דרך אגב, וואו קומט אריין די גאנצע שמועס אין אן אשכול וואס פאררופט זיך "חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל"?!?!
אויב דו שפירסט דיך פרעזענליך בא'עוול'ט דאן קאנטאקט מיר אין אישי!
למעשה: וואס האלטן אנשי מהרז"ל וועגן בני יואל - פאזיטיוו?
און וואס האלטן בני יואל וועגן ברך משה - א צדיק? א ... ?
ליידער נישטא קיין ענטפער
אנשי מהרז"ל האלטן אז בני יואל זענען פיינע ערליכע וואוילע אידן
א חלק פון זיי זענען עקסטרעמיסטש אין זייערע מיינונגען,
און דאס איז פארשטענדליך, ווייל בימים ההם זיך ארויסצושטעלן קעגן רא"ט, האט זיך פארלאנגט מסירת נפש.
בכלל "בני יואל" איז נישט איין מענטש נאר א ציבור,
און מען האלט פון יעדן איינעם פונקטליך לויט וואס יענער איז.
פערצופאל זענען דא היינט אין בני יואל חסידים פון ברך משה אויך!
אויף די שאלה וואס בני יואל האלטן וועגן ברך משה:
איז דער תירוץ: אז זיי האלטן פון אים בערך אזויפילו וויפיל זיין זון רא"ט!
אויב רא"ט וואלט געהאלטן אז דער ברך משה איז א "צדיק", וואלט ער אים קיינמאל נישט גערופן אין קאורט!
און באמת אפילו זיי האלטן נישט אז ער איז א "צדיק" מיינט נישט אז מען מוז זיך קריגן.
וויפיל דער קלויזנבורגער רבי פון נתני' האלט פון רא"ט ווייס איך גאנץ גוט, און דאך קענען זיי זיין בעסט פרענדס, און זיך לאזן פאטאגראפירן מיט א קאטשקע (אנטשולדיגט טשיקען) אין די האנט.
רא"ט האט פרובירט אריינצוברענגען פון וויזניץ,
אז דער היינטיגער "רעבא" איז פונקט אזוי "העיליג" ווי א פריערדיגער "צאָדיק".
און ווער ס'האט נישט אזוי געהאלטן האט מען געוואלט פארטיליגן.
אויב איינער האט געהאלטן פונעם ברך משה אז ער סתם א חשוב'ער רב, א תלמיד חכם, א בנן של קדושים, און ער האט אפילו געפאלגט אלעס דעם רב פון זיין קהלה, האט ער געהייסן א שונא, ווייל ער "גלייבט נישט" אז ער איז פונקט אזוי גרויס ווי דער רבי זי"ע.
יישר כחך אגוטן טאג.
ענדליך באקומען א נארמאלע און קלארער ענטפער.
פינעווער ביסט טאקע א זעלטענער תענית חלום אבער אזא ת''ח ווי דו פאסט נישט אזא מיאוסן גרייז,
שלום געמאכט האבן מדין ומואב, זעט אויס די קאטשקעס האבן טאקע א השפעה ווי אונזער פלעק שרייבט
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלט צען טויזנט מאל מער פונעם ברך משה ווי וואס דער דורכשניטליכער בני יואל, איך גארנטיר דיר, ירמי' דמן האלט אסאך אסאך מער פונעם ברך משה ווי זלמן לייב וואלדמאן.
איבער סאטמאר רבי זצ"ל, דער ריינער מציאות: דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלטן פונעם סאטמאערע רבי זצ"ל דער דברי יואל, די זעלבער וואס דער סאטמארער חסיד האלט פון בעלזער רבי זצ"ל, דהיינו, אז דער דברי יואל איז געווען א קדוש וטהור, אבער דער בעלזער רבי איז געווען א גרעסערע צדיק, דאס איז קיין שום חסרון, פארדעם איז ער דאך א בעלזער חסיד,
אלעס פארענטפערט? |
|
קודם כל איז עס ליגנט און שטותים דער דורכשניטליכער בעלזער האלט נישט פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און אוודאי נישט פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
אבער אפילו יא, דער דורכשניטליכער בעלזער היינט צו טאגס איז אנגעפולט מיט ציונות פון קאפ ביז פיס, און ווערט פון טאג צו טאגס מער און מער מאדערן, דער קאפ ליגט זיי אין התחדשות און פסיכאלאגיע, און יעדע אידישקייט זאך וואס שמעקט פון "אמאל" אדער אלטקייט איז ביי זיי אפגעלאכט בזוי ומבוזה.
עס איז נישט קיין ספק אז רא"ט שטרעבט אהין אנצוקומען, און ער וועט מסתמא אנקומען, אז נישט היינט וועט זיין מארגן, ער וועט שוין טרעפן דעם תירוץ פארוואס זיך מיט דעם בער זיך איבערצובעטן, אפשר וועט ער זיך איינרעדן אז ער טוט איינעם אפ וכדומה, אבער זיין ציל שלום צו מאכן מיט די אלע ציוניסטישע און אגודיסטשיע רביים וועט ער סוף כל סוף דערגרייכן, און טאקע זיין יונגווארג וועט ער אפקילן פון די אלע סאטמאר'ע באגריפן. און טאקע פאר דעם פירט ער די מלחמה מיט כולל שומרי החומות.
און טאקע צוליב די סיבה, האבן טויזנטער סאטמאר'ער חסידים אים געוויזן דעם רוקן, און האבן געקרוינט א נייעם רבי'ן מורינו ר' יקותיאל יהודה שליט"א, וואס גייט אויפן אלטן סאטמאר'ן דרך וואס מיר האבן מקובל.
און פאר די זעלבע סיבה שטיצן מיר בני יואל ווייל זיי זענען ערליך און אויסגעהאלטן,
בקיצור ר' אהרן מיט זיינע נאכשלעפערס פארן לינקס, און זוכן זיך מתחבר צו זיין מיט אלע אגודיסטן און ציוניסטן,
און די בני יואל, און חסידי סאטמאר מהרי"י האלטן זיך געטריי על דרך סאטמאר.
ברענגסט ארויס א גוטע א נקודה, און דעם מהלך המחשבה פון אסאך אנשי שלומינו חסידים פון הייליגן ברך משה זי"ע,
אז כאטש עס באדערט אונז אז טייל מעמבערס פון קהל בני יואל זענען מזלזל אינעם כבוד פון אונזער רבי'ן, אבער נאך אלעם זענען זיי פארט "סאטמאר'ע חסידים" אויסגעהאלטן אין השקפה ע"פ שיטה הקדושה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, און בדרכי הצניעות, און שטרעבן צו זיין אפגעזונדערט פון די גאס בכל הענינים.
משא"כ ר' אהרן גליטשט נעבעך, און שטרעבט זיך אויסצומישן מיט די ציוניסטישע גאס, און ווערן נאענט מיט די בעלזער און קלויזנבורגער וכו'.
און לגבי דעם ברך משה זי"ע הגם בני יואל זענען נישט זיינע גרויסע חסידים, האבן זיי אים פארט נישט אזוי מבזה געווען ווי זיין אייגן קינד ר' אהרן וואס האט מיט אים געפירט א שמוציגע מלחמה און אים גערופן אין קאורט, און דער שמוציגער בלאט וואס האט געגאסן אויפן רבי'ן הויפנס מיט שמוץ, וואך איין וואך אויס.
ר' אהרן איז שוין דארט איבער 60 יאר ציוויפיל, מ'ווארנט שוין איבער 30 יאר אז ר' אהרן איז א באהאלטענע אגענט פון די ציונים, ווען מיינסטו גייט ער זיך שוין אפען דערקלערן א ציוני, ביי די 85? לויט די זאלוני סברה אז דער ברך משה איז געווארן א בני יואל ביי די 85 שטימט עס טאקע.
הער אויס אויב ר' אהרן'ס קינדער וועלן לאכן פון אים ביי די 85 אז ער איז שוין אלט און ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, אפשר וועט ער דאן אויך מאכן היסטאריע ?! קע זיין.