היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש.
פרטים יבואו
צווישן זיינע ווערטער האט ער אויסגעשריגן ווי פאלגנד:
מבזה צו זיין א תלמוד חכם א 'מנהיג עדה' איז א "אומדערהערטע זאך", און מוז אפגעשטעלט ווערן!
איך ווייס אז ס'איז דא תלמידי חכמים אין יענע לאגער, פארוואס זענען זיי שטיל??!! תוקן על ידי fiveboro ב- 22/02/2010 05:38:36
ער האט גערעדט פון די בלאט, חכם!!!!
אה כ'כאפט יעצט, ס'קען נישט זיין, נישטא קיין תלמידי חכם ביי ענק...סארי מוז זיין געמיינט די זאלי'ס
איך האב דען געזאגט אז ער האט געמיינט דער איד?
נאופ, נישט געזאגט, טעות פון מיר, האסט געזאגט דער איד, און כ'האב געמיינט אז די מיינסט דער איד.
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש. פרטים יבואו
|
|
ווער איז דער כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר עני וועי?
יא! דער ווינער רבי איז יעצט אויפגעשטאנען פון חוני המעגל'ס שלאף, דער טראנסלאווישא'ר בלאט איז שוין אפען 10 יאר, יעדע וואך איז ווערט געווען א קריעה פאר בזיון ת''ח!
אבער ווינא רב: נעוער טו לעיט!, בעטער לעיט דען נעווער!
און א יישר כח פאר'ן זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון אונזער רבי'ן דער ברך משה וואס זיין בלוט גיסט זיך שוין אין געלן בלאט 10 יאר.
| סאטמארפלעק כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | נאופ, נישט געזאגט, טעות פון מיר, האסט געזאגט דער איד, און כ'האב געמיינט אז די מיינסט דער איד.
היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש. פרטים יבואו
|
|
כ'האב פשוט געוואלט זעהן צו אמאל כאפסטו יא וואס מ'רעדט און וועמען מען מיינט.
ווי האט מיין רבי אין חדר געזאגט: אז דו פארשטייסט יא..?!...
די ווינא באהערדע זאגן אז די קינדישע קאמפיין פון ארויסלייגן די נעמען וואס האבן חתונה געמאכט אין די נייע זאל האט זיי געמאכט ''פיסט-אף''
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | כ'האב פשוט געוואלט זעהן צו אמאל כאפסטו יא וואס מ'רעדט און וועמען מען מיינט. ווי האט מיין רבי אין חדר געזאגט: אז דו פארשטייסט יא..?!...
|
|
פינעפער, לייגסט מיך אויף א פארהער? כ'בין נישט דער ריכטיגער פערזאן, כ'כאפ זייער שטייט, האסט נישט געזען ווי שטייט ס'האט מיר גענומען צו כאפן אזא פשוטע זאך ווי אז "די אהרונים האבן נישט קיין תלמידי חכמים"?
נישט אלעמאל ברויך מען אריינמישען די סאטמארע פאליטיק:
דער הייליגער ווינער רב האט געמיינט דעם "יתד נאמן" וואס האט געהאקט אויף א מנהיג העדה, דער משיח ה' כ"ק אדונינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד שליט"א, אין די תלמידי חכמים וואס זענען דארט דא, האט ער געמיינט צוזאגן הגאון הגדול קדוש עליון הרב שטיימאן, אוזוי אויך הגאון האדיר שכל רז לא אניס ליה חכם דיהודאי הרב קנייבסקי, פארוואס זיי זענן נישט מוחה קעגן דעם בזיון התורה פאר א מנהיג העדה.
לויט ווי איך האב פארשטענען די דרשה פון רב שליט"א האט ער געמיינט דאס ווי די צייטונגען שרייבן אויף א גרויסן רב א תלמיד חכם גדול, אז ער האט געזעהן אדער גאר מפקיד געווען אין שיפלאד א היתר פאר א אידישע קהלה צו גיין בערכאות של עכו"ם, דאס איז א געוואלדיגע בזיון תלמידי חכמים און ליידער א גרויס חורבן פאר'ן דור,
און ער האט דאס געזאגט מיט גרויס ווייטאג, און האט דאס זייער ערנסט געמיינט,
איך קען נישט פארשטיין ווי עס קומען דא לצים און מאכן דערפון ליצנות פון זייער פאליטיק,
אה, כאניש געכאפט... (שוואכע קאפ).
ווינער רב האט שוין און שופלאד די "העתער" פאר ערכעות, און א מכלומרשטע דרשה א קעגן דער איד...[בילד – נישט אפגעהיט]
איך הער יעצט אז ער האט מוחה געווען קעגן דעם וואס מען איז מוציא לעז אויף משפחות חשובות בישראל, און ער האט געשריגן די טמא'נע האטליינס מוזן זיך שוין אפשטעלן!
הערטס אויף מיט די אלע פרעזענליכע געאמפערעכטס...
למעשה האט דער ווינער רב דירעקט גערעדט פון "דער איד" (גערעדט מיט א ווינער איד וואס איז דארט געווען), און מען דארף דערגיין דער אורזאך דערצו אמשנעלסטן.
סאיז באקאנט די שטארקע נאטשאפט צווישן הגה"צ מוויען שליט"א אין הגה"צ משארמאש שליט"א אין די ווינער רב שליט"א האט זיך אויסגעדריקט זייער שארף נאך די דרשה אויף דעם וואס מאיז אזוי מבזה שארמישער רב שליט"א ער האט געזאגט אז דעס האט ער שוין נישט געקענט אראפשלינגן אין געמיזט מוחה זיין דעראויף
דעראקס, דו פארציילסט האלבע מעשיות.
דער שמועס דארט "נאכן" דרשה איז געווען א לאנגע, כר האט דארט מסביר געווען פארוואס ער איז אזוי נאנט מיט ר יואלישן, ווייל ער עקלט זיך זייער פון די מאכילי טריפות, און דאס ברענגט זיין גרויסן נאנטשאפט מיט די געטרייע מצילי כלל ישראל.
אויך האט ער מסביר געווען אז ער האט נישא געפלאנט מוחה צו זיין אויפ'ן בלאט, נאר היות דער גאב"ד ירושלים האט אים פערזענדליך געבעטן אז ער זאל מוחה זיין, אויך האט אים דער גאב"ד געבעטן ער זאל משפיע זיין אויף ר' יחזקאל ראטה זאל שוין אונטערשרייבן די פסק אז מ'מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
און נאך און נאך...
גערעדט צו א חבר וואס איז דארטן געוועזן, ער זאגט אז הגם ווינער רב שליט"א האט נישט געזאגט קיין נעמען, האט יעדער קלאר פארשטאנען אז ער רעדט פון "די בלאט" מיט די ארונישע טעראריסטן מחוצפים און מבזי ת"ח וואס זענען שוין מבזה תלמידי חכמים און גדולי ישראל די לעצטע 25 יאר.
וואס שרייבט עטץ אזוי פורימדיג? זאגטס שוין וועם און וואס האט ער געמיינט
דער איד רייסט אראפ ר' אהרן שוין 10 יאר נאכאנאנד, די בלאט האט די לעצטע 2 וואכן אנגעהויבן א גרויליגן קאמפיין קעגן שארמאשער רב, און וויענער רב קומט יעצט ארויס מוחה זיין אויף בזיון ת"ח איז זיין כוונה "דער איד" 1+1=.......
דער בלאט איז מבזה יעדן תלמיד חכם וואס פארט נישט מיט זייער באן אויף א שרעקליכן פארנעם, הגאון ר' יצחק שטיין ווערט אראפגעריסן אויף א פארנעם וואס איז נאך אין דער וועלט נישט געהערט געווארן אזאנס אויף א חשוב'ע רב אלעס וויבאלד ער האט געהאט די חוצפה צו זאגן אז מוסקאווי איז א עוף טמא
ווער געדענקט נאך ווען אין דער בלאט איז געשטאנען א גאנצע פעידזש (א מחאה פון שמואל ווידער) מיט שרעקליכע דברי בזיון אויף די בית דין פון הרב גאביוף שליט"א פון מאנסי אלעס וויבאלד ער האט געהאט די חוצפה צו פסק'נען אנדערש ווי שמואל ווידער,
ס'נישט נאר ר' יצחק שטיין וואס איז מגלה פנים שלא כהלכה, ס'איז דער היילגער קדוי"יט וואס זאגט אז אויף מסורה דארף מען כשר'ן און מ'ברויך א כפרה אינדערצייט וואס ר' געציל האט געפסקנט אז מ'דארף בלויז מחמיר זיין