היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין

באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2759781
בלאט: 1 2

רבי_יונה » 21/2/2010 23:27

באמבע!

פאריגע וואך האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א געהאט א מיטונג מיט די הנהלת העדה, ווי ער האט מיט ווייטונג ארויסגעברענגט אז די הולכי לבג"ץ די זאליס פייפן זיך אריין אין אים, און מאכן מיט אים פורים, נאכן ארבעטן אזוי ביטער שווער צוזאם שטעלן די בי"ד 5 רבנים מיט די שלישים ובראשם רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און דערוויייל איז שוין דורך 8 וואכן דערפון אין די זאליס האלטן נישט ביים אונטער שרייבן.

ער האט געזאגט מיט צער אז די שרעקליכע חילול ה' והרמת יד מיט די הליכה לבג"ץ וואס די זאליס האלטן אן, לאזט אים נישט מנוחה, און דאס איז די הויפט זאך וואס שטייט אים על הפרק.

דעריבער האט ער איבערגעבען זיין באשלוס פאר די הנהלת העדה אז ער גיט צייט פאר די זאליס ביז היינט זינטאג תצוה אז זייי זאלן אונטער שרייבען די שטרי בירורין צעטיל וואס ער האט צוזאם געשטעלט, און טאמער נישט האט ער נישט קיין ברירה און ער וועט ארויס קומען היינט זינטאג מיט גאר א שארפע פסק ומחאה קעגן די זאליס אויף זייער מסרב זיין לדין, והליכה לבג"ץ, ער האט אויך געזאגט אז ער האט שוין די פולע הסכמה פון אלע חברי הבדי"ץ און זיי וועלען אויך אונטער שרייבען די פסק ומחאה.

די הנהלת העדה האט געפרעגט צו די שמועות אז רז"ל האט געקענסעלט צו קומען קיין ירושלים איז צוליב דעם וואס דער גאב"ד האט געווארענט אז קודם דארף מען אונטער שרייבען שטרי בירורין.

מרן הגאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט פאר די הנהלת העדה אז ער האט פרעזנדליך געזאגט פאר ר' חיים הערש אז ער זאל איבער געבען פאר זיין טאטען רז"ל אז ער האט נישט וואס צו קומען קיין א"י פאר ער שרייבט אונטער שטרי בירורין, ווייל ער גייט אים נישט אויפנעמען, און ער וועט נישט לאזן אז קיינער פון די חברי הבדי"צ זאל אים אויפנעמען, און די עדה וועט אים נישט מאכן קיין שום קבלת פנים, און מרן גאב"ד שליט"א האט אויסגעפירט אז מען האט אים אויסגעשפילט אז מען האט געקענסעלט די נסיעה כדי נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא האט ער נישט קיין ברירה און ער גיט דעם דעיד ליין ביז זינטאג תצוה.

פאריגע וואך מיטוואך האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ענדליך געכאפט רז"ל, ווי ער האט אים גאר שארף געזאגט אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן, און ביז זינטאג אז די זאליס שרייבן נישט אונטער די שטרי בירורין וואס ער האט פאר געשריבען, דעמאלס וועט ער ארויס קומען מיט זייער א שארפע פסק ומחאה גדולה קעגן אים פרעזענדליך און זיין גאנצע בארד וואס קלאגט אין בג"ץ.

רז"ל האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, אז קודם זאלן די אהרונים אריין לאזן דעם מסור וואלערשטיין אין די מוסדות און נאכדעם וועט ער אונטער שרייבען, אבער דער גאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט אין אים שארף געזאגט אז עס איז מער נישט דא קיין שום תנאים, אז ביז זינטאג איז נישט דא קיין חתימה אויף שטרי בירורין, וועט ער ארויס קומען גאר שארף, וואס וועט אים זייער נישט שמעקן!

איצט שטייט יעדער געשפאנט און ווארט ווי אזוי היינט וועט אדורך גיין.

רבי_יונה » 22/2/2010 03:51

ברעקונג!!!     ברעקונג!!!

איצט קומט די נייעס
אז ענדליך ענדליך איז געשעהן די לאנג ערווארטע

נישט צום גלויבען!!!


די זאליס האבן בעל כרחך בלית ברירה נישט קענעדיג אויסהאלטען די פרעשור פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און די רבני בני ברק שליט"א האבן די זאליס ענדליך אונטער געשריבען

שטרי בירורין!!!!!

אז זיי גייען זיך שטעלען צו דין תורה און ארויס גיין פונעם

טמא'נעם בג"ץ!!!

די זאליס האבן געמאלדען פאר כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איצט פארנאכטס, אז זיי האבן שוין אונטער געשריבען די שטרי בירורין און זיי גייען עס אריבער שיקן צו אים.

הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!!

פרטים יבואו!

האלט דעם אטעם!!!

מיין מיינונג איז אז דאס איז א קייט אינעם שפיל, זיי האבן קודם געמיזט אז דער גאב"ד שליט"א זאל פון סיי אראפ קריכען, צו זיי האבן אונטער געשריבען אנדערע שטרי בירורין, צו נישט די מענטשן וואס דארפן אונטער שרייבען האבן אונטער געשריבען, צו געלייגט תנאים, קודם וואלערשטיין אריין וכו'. וועלען מיר ווען עס וועט זיין.

האלט געשפאנט!!


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/02/2010 03:56:53

נפל » 22/2/2010 18:43

פון וואס איך האב געהערט איז די מעשה פונקט פארקערט, דער גאב"ד האט געלאזט וויסן פאר די אהרוינם אז היות די זאליס האבן שוין אינטערגעשריבן פאר אכט וואכן צוריק איז מער נישט געבליבן צייט פאר שלעפעריי און געווארנט די אהרוינים אז אויב הערן זיי נישט אויף מיט די לצנות פון אינטערשרייבן פאלשע שטרי ברורין און שרייבן תיכף אינטער די עדה'ס שטרי ברורין וועט ער ארויסגיין קעגן זיי בכתב!

rebyankel » 22/2/2010 19:32

נפל
כ'האב פארשטאנען אז די גייט זיין די ערשטע תגובה וועט מ'גייט ענק צווינגן צו ש''ב גייען ענק שרייען אז די סאטמארע האנבען גאר נישט געוואלט אינטערשרייבן אין ענק האבען אייביג געוואלט. (גייטס עס אליין האבען געהערט פין דיין שוואגער וועלכע איז א... ביי הגאון הרב וואזענער אין אויך ביי גאב''ד ירושלים)
פינקט ווי אין ב''פ

(איי די בריוו פין אלע די בני ברק'ער רבנים מיט הגאון בעל שבט הלוי אין גאב''ד ירושלים...... ביי די בג''ץ
איי די בריוו פין טארטיקאווער בי''ד אין די ווערטער פינעם שופט, ביי די ערכעות אין ב''פ)
פאר דיינע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן...

איך געדענק נאך ווען דער איד האט אריינגעלייגט א קאפי ווי סאטמאר אפעלירט די אורטייל פין די הולכים בערכעות הציוני אין איר האט געשריבן ''דא קען מען זעהן ווי די ארונים קלאגען אין ערכעות'', ווייל ווי געזאגט:
פאר דיינע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן....

רבי_יונה » 22/2/2010 19:34

נפל די רעדסט מן הסתם פון גאב"ד טאהש...

וואס דיין שוואגערס עלטער זיידע קאזענס יונגעל דער שוחט פאלאק פון קאהנ'ס בוטשער האט דיר פארציילט...

גראדע האב איך איינגעפרעמט דיינע ווערטער עס וועט מיר צו ניץ קומען.

לעבעדיגער » 22/2/2010 20:05

פשיהא! דאס איז נישט קיין טעגליכע נייעס. די זאלי'ס זאלן זיך שטעלן צום דין תורה? דאס איז א זאך וואס מ'הערט איינמאל אין 10 יאר נאכן שיקן צענדליגער הזמנות.

רבי יונה. אזא נייעס וואלט געפאדערט א באזונדערער אשכול פאר זיך. צו וואס מישן אלטע סחורה מיט אזאלעכע פיינע נייע ווארע?

ס'נאר א שאד. ער וואלט עס געקענט אינטערשרייבן שוין דריי וואכן צוריק און אזוי פארשפארן פאר ר' חיים הערש'ס שוויגער אומזינסטע ווייטאגן...

ער וואלט געקענט אינטערשרייבן שוין דריי וואכן צוריק און דערנאך פארן מיטן גרויסן מסע המלכות.

ער וואלט געקענט אינטערשרייבן שוין עטליכע חדשים צוריק און ליידן אבסל ווייניגער בזיונות פון די רבנים הגאונים שליט"א חברי הבד"ץ אין ירושלים עיה"ק.


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!

רבי_יונה » 22/2/2010 23:37

ברעקונג!!!

מיט שאק איז אויפגענומען געווארן אז די זאליס האבן ענדליך נעכטן געשיקט זייער

פורים ליצנות שטרי בירורין

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו זענען אין שאק, איבער די ביליגע ליצנות און פורים וואס די זאליס האבן געמאכט, נאך אזוי פיל שווערע ארבעט אפצושטעלען די חילול שם שמים ותביעה בבג"ץ פון די זאליס!!!

מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט היינט געזאגט פאר חבר הבדי"צ הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א אז זייט ער איז געווארן גאב"ד האט קיינער נישט אזוי ליצנות געמאכט פון אים ווי די זאליס!!

1) די זאליס האבן געמעקט פון די שטרי בירורין וואס מרן הגאב"ד שליט"א ובית דינו, ועמם די רבני בני ברק שליט"א האבן פארגעשטעלט די עיקר וואס די זאליס האבן געמעקט איז יעדע זאך וואס בינדט די שטרי בירורין ליגאל אויך!!!

האבן זיי אלעס אויסגעמעקט!!!

פארוואס?

ווייל זיי ווילן ליגאל קלאר שטעלן אז מען קען זיצן ביי די דין תורה, און נאך יארן וכו' וויפיל די דין תורה וועט נעמען, נאכן פסק וועט מען האלטען ביי א!!

ווייל עס האט נישט קיין שום ליגאלע תוקף און דעמאלס וועלן די זאליס נאכמאל גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ!!

שומו שמים!!

די זאליס ווילן בלייבען מיטן טמא'נעם בג"ץ!!!


2) רז"ל האט נישט אונטער געשריבען, אזוי אויך האט דער מסור וואלערשטיין נישט אונטער געשריבען, און די איבריגע זאלי בארד עזריאל גליק וכו'.
 
אונטער געשריבען האט נאר 1 מענטש וואס די זאליס זאגן אז ער איז אויף די בארד משה געוועזענזער גבאי, און דער בגץ'ניק מעכיל שלעזינגער וואס איז נישט אויף די זאלי בארד נאר סתם דער געלט זאמלער פארן בג"ץ הוצאות.

פרטים יבואו!!!

טראק » 22/2/2010 23:50

איך האב מיך געוואונדערט פארוואס די זאליס רעדן נישט קיין ווארט דערפון, אזוי אויך האבן זיי נישט געשיקט קיין טעקס מעסיטש וכו', איצט ווערט עס שוין פארענטפערט.

מלך_מלכים » 23/2/2010 00:03

למעשה קומט דער ביד"ץ ארויס מיטן פארשפראכענעם בריוו, צו נישט?

נפל » 23/2/2010 00:05

די זאליס רעדן יא דערפון און זיי פארציילן די זעלבע מעשה נאר פונקט פארקערט. אז די אהרוינים זענען די וואס מאכן פורים...

וועם זאל איך גלייבן?

allgood1s » 23/2/2010 00:12

האסט פארגעסען די האסט אן אינסיידער... ביים גאב"ד?

נפל » 23/2/2010 00:14

די מיינסט טאקע אז פאר יעדע נארישקייט אויף וואס ענק רייסן זיך ארום וועל איך גלייך אנהייבן רופן און פארשן?

נ.ב. אין ארץ ישראל איז שוין נאך 12 ביינאכט, איך האב נישט וועם צו רופן יעצט

דוד46 » 23/2/2010 00:15

יונה'לע

פארוואס ענדיגסטו נישט די גאנצע מעשה?

פארוואס דערציילסטו נישט אז דער גאב"ד שליט"א קומט היינט נאכט צו פארן קיין אמעריקע גראד קיין 550 בעדפארד עוועניו וואו ער גייט מיטברענגען יונה'לעס אויפדעקונג אויף ביידפארק מיט די גרויסע שרעקעדיגע בלוי-רויט-שווארץ-פוירפל און מיני קאלערס פאנטס...

allgood1s » 23/2/2010 00:29

ניין איך מיין נישט (איך ווייס אפי' נישט אויב די ווייסט וויאזוי צו ריפען קיין א"י...)

אבער לטובת הציבור וואלסטו עס געמעיגט טון ווייל דערווייל ווייסט מיר נישט וועם צו גלייבן און מיר אלע ווארטען אויף דיין "קראנטע" אינסייד אינפארמעישאן

נ.ב. די אשכול איז שוין אלט מער ווי 24 שעה

נפל » 23/2/2010 00:33

און אויב וועל איך רופן און געוואר ווערן אז די זאליס זענען גערעכט? וועסט דאך סיי ווי נישט ענטפערן צום פוינט...

allgood1s » 23/2/2010 00:44

און אויב וועסטו געוואר ווערן אז די ארונים זענען גערעכט? (וואס איך הייב אן חושש זיין דאס איז די מעשה...)

פארגעס פון מיר, וואס איז מיט די איבריגע עולם?

רבי_יונה » 23/2/2010 01:01

באמערקט דא ווי די זאליס אויסער קאטשקענען דא סתם מיט שטותים, און חוזק קעגן מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אלס נקמה, חוץ דעם זענען זיי שטים און האבן נישט וואס צו פארקויפן.

זיי האלטן נאך אין מיטען באקן א מעשה.

נפל » 23/2/2010 18:10

יונה איך בין איבערגעגאנגען דעם גאנצן אשכול און נישט געטראפן "קיין איין" זילזול פון א זאלי קעגן דעם גאב"ד! די ביסט אזא אומפארשעמטער שקרן?

רבי_יונה » 23/2/2010 20:44

די מיינסט קעגן גאב"ד טאהש..

נפל » 23/2/2010 21:21

א ערענסטע דעמאראליזאציע ברעכט אויס ביי "עסקנים די בכל אתר ואתר" וואס האבן אפגעווארט די חאלאטלעך אין קענעדי... היות דער באמבע מייסטער יונה האט אביסל צו פרי געפלאצט זיין באמבע קען מען מער נישט שרייען בג"ץ... עס הייסט יעצט אז יונה וועט פארלירן צוויי וואכן וועידשעס פארן פלאצן די באמבע צו פרי.

עס איז צו ערווארטן אז אויך די בג"ץ חאלאטלעך וועט ווערן ארויפגעקלעבט די באמבע פון יונה בשם דעם גאב"ד... ווייל אויב נישט מיינט דאך אז די זאליס האבן יא אינטערגעשריבן שטריי ברורין...

רבי_יונה » 23/2/2010 21:42

איצט נאך אסאך מער ווי פריער, איז די בג"ץ חלאטלעך נוגע!

איצט ווען עס האט זיך נאכמאל ארויסגעשטעלט קלאר אז די זאליס האלטן נישט ביים זיך שטעלען צו דין דורה נאר בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!

ענדליך איצט נאך די פרעשור וואס די זאליס האבן געהאט פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און די רבני בני ברק, ווען זיי האבן אונער געשריבען דעם געצוויגענעם פורים געמעקטע שטרי בירורין, ווי זיי האבן ווידער אמאל ערקלערט אז זיי בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!!

שומו שמים!! נישט צום גלייבען!!

ווי טיף די זאליס זענען פארזינגען אינעם כוח הטומאה פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ!!

מיט אלע כוחות פרובירען זיי אנצוהאלטען דעם חילול שם שמים ומייקר שם אלילים, און בלייבן פארזינקען אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ!!

רשעים אפילו על פתחי של גיהנם אינם חוזרים בתשובה!!!

שוין נאכדעם וואס מען האט געליטען שרעקליכע בושות, מען האט געדארפט בלייבן אינדערהיים, געקענסעלט א נסיעה קיין א"י צוליב בג"ץ, געבוירען א שוויגער... געשאפען א באבע... געלט אין גארביטש, בזיונות אן א שיעור, די פרעשור פאר די זאליס איז עד לב השמים, ענדליך מען האט נישט קיין ברירה מען שרייבט אונטער מען מעקט פון אלע זייטן דער עיקר אז אין בג"ץ זאל מען בלייבן!!

היו לא תהיה!!

א שרעק ווי די זאליס זענען אזוי טיף אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ פארזינקען!

מלך_מלכים » 23/2/2010 21:59

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
למעשה קומט דער ביד"ץ ארויס מיטן פארשפראכענעם בריוו, צו נישט?



דערווייל ווארטן מיר נאך אויפן בריוו וואס ר' יונה האט פארשפראכן

דוד46 » 23/2/2010 22:18

וואס ווילטס עטס נעבעך פון דעם דעפרעסטן יונה'לע

ער ארבעט אויף קעסל און כלים צו פארווישן די קאטשקע און סידור קידושין פרשיות

rebyankel » 24/2/2010 18:31

איז דא עפעס אפדעיטס?

איינער זאגט מיר אז
עס קוקט אויס ווי די זאלי'ס גייען געווינען אין די קעיס בלייבט אין בג''ץ ר''ל אין ירושלמ'ר רב מיט די הנהלת המוסדות פארלירן אין די קעיס קומט נישט אן צו די''ת.

רבי_יונה » 24/2/2010 19:39

לויט ווי די זאליס טוען איצט קוקט ליידער אויס אז עס וועט בלייבען אינעם טמא'נעם בג"ץ.

מיט אלע כוחות פרובירען זיי אז עס זאל בלייבען אינעם טמא'נעם בג"ץ.

ליידער ווי ווייט זיי זענען פארזינקען אין טמא'נעם בג"ץ.

פאר חסידי סאטמאר איז עס בכלל נישט קיין נייעס, ליידער ווייסן מיר אז מען האט צו טאן דא מיט רשעים וואס טרעטן און רייסן אויס די הייליגע תורה הק', גארנישט שטעלט זיי נישט אפ.

די גרעסטע רייע איז טאקע בג"ץ!!! ווער האט זיך דאס אמאל געלייבט אז אידן וואס ריפען זיך סאטמאר זאלן גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ!

דא נייעס איז נאר איצט, אז איצט זעהט עס אויך איין מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס האט נעבעך געמיינט אז מען האט דא צו טאן מיט מענטשן וואס האבן א שייכות מיט די תורה הק'.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/02/2010 19:44:02

לאפלאש » 24/2/2010 22:54

יונה'לע דיינע בריוון האבן מיר שוין גענונג... יעצט וואו איז דער בריוו פון גאב"ד אנטקעגן די זאליס?

דוד46 » 25/2/2010 23:52

יונה'לע

האלסטו אז אויך דער ירושלימ'ער רב שליט"א וועט אנטאן דעם פורים ענקער בג"ץ העמעדלעך אלס פראטעסט קעגן נישט וועלן ארויסגיין פון בג"ץ?

רבי_יונה » 1/3/2010 20:27

איצט קומט די פרייליכע נייעס אז די זאליס האבן זיך ענדליך געבראכען צום דריק פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, נאכדעם וואס ער האט זיי געזאגט אז ער האט שוין גרייט די בריוו קעגן די זאליס און גייט עס ארויסגעבען די וואך, און האבן געמאלדן פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אז זיי גייען אונטער שרייבען די געהעריגע שטרי בירורין!!

פרטים יבואו!

דאס וואס איך האב געשריבן פאר די זאליס האבן אונטער געשריבען די פורים שטרי בירורין. מיין מיינונג איז אז דאס איז א קייט אינעם שפיל, זיי האבן קודם געמיזט אז דער גאב"ד שליט"א זאל פון סיי אראפ קריכען, צו זיי האבן אונטער געשריבען אנדערע שטרי בירורין, צו נישט די מענטשן וואס דארפן אונטער שרייבען האבן אונטער געשריבען, צו געלייגט תנאים, קודם וואלערשטיין אריין וכו'. וועלען מיר ווען עס וועט זיין.

איצט וועלן מיר שעהן וואס זיי האבן יעצט געטאן,

לאמיר האפן אז איצט האט דער יצר טוב גובר געווען.

האלט געשפאנט!!

מלך_מלכים » 2/3/2010 20:39

מיר ווארטן זייער געשפאנט,


מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
למעשה קומט דער ביד"ץ ארויס מיטן פארשפראכענעם בריוו, צו נישט?


דערווייל ווארטן מיר נאך אויפן בריוו וואס ר' יונה האט פארשפראכן

דוד46 » 5/3/2010 20:15

איך הער אז יונה'לע האט געסטראשעט דעם גאב"ד שליט"א אז אויב גיט ער נישט ארויס א בריוו קעגן די זאליס, וועט ער אים באשמירן אין היידפארק...

רבי_יונה » 5/3/2010 23:31

אפדעיט!

די זאליס האבן געמאלדען פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אז זיי האבן אונטער געשריבען די שטרי בירורין אזוי ווי דער גאב"ד האט געהייסן, און נאך געגבען די פארלאנגען פון קהלתינו הק' אין בני ברק, אבער זיי האבן געזאגט אז זיי ווייזן נישט די שטרי בירורין נאר זיי האבן עס איינגעלייגט בייי זייער בורר דער טשאקעווער...

יעדער האט גלייך פארשטאנען אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א טשאקעווער שפיל...

די גאנצע וואך האט עס מרן גאב"ד ירושלים געבעטן אז מען זאל עס שוין אריבער שיקן צו אים, דאס זעלבע האט געבעטן דער בורר רבי זלמן גרויז.

ענדליך נעכטן האט דער טשאקאווער אריבער געפעקסט די שטרי בירורין, אבער...?

אן קיין חתימות...!!!!

יא איר ליינט גוט אן קיין חתימות...!!!

ער זאגט אז ער האט עפעס חתימות אבער די זאליס לאזן אים עס בשו"א נישט ארויס געבען ווער עס איז געסיינט דעראויף...!!!

און וואס נאך...???

זיי האבן צו געלייגט נאך 2 זאכן!

1) אז די דין תורה זאל פארקומען אין אמעריקא - אזא זאך וואס דער גאב"ד האט זיך מיט זיי שוין ארום געשלאגען א גאנץ יאר, און פאר 4 חדשים צוריק האבן זיי געזאגט אז זיי זענען מסכים.

דער הויפט ציל דערפון איז ווייל רבי נפתלי פרענקל האט נאר מסכים געווען צו זיין דער שליש, נאר טאמער די דין תורה וועט זיין אין א"י, ממילא זענען די זאליס אויף געקומען אז זיי גייען נאכמאל זאגן אז זיי זענען מסכים נאר אין אמעריקא, אזוי וועט די גאנצע בי"ד צו פאלען!

2) אז מען מעג רעדן נאר פונועם בעלת הנהלה פונעם רכוש המוסד אין בני ברק, און נישט קיין שום אנדערע זאכן, ווי: מרדכי ווייס האטעל, טאלער זאל, ווער עס איז רבי, ירושלים, וכו'.

מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איז נאך אין שאק פון די ביטערע ביליגע ליצנות וואס די זאליס האבן געמאכט פון אים.

נעכטן נאכט האט ער געקאלט ר' חיים הערשלע און ער האט אים געשריגען אויף אים אז ער מיט זיין טאטע זענען מסרבים לדין און הולכי לבג"ץ, און ער גייט שוין ארויס געגבען די בריוו קעגן זיי, חיים הערשלע האט זיך איינגעבעטען, אז ער זאל ווארטן נאך א וואך ווייל זיין שוויגער איז געשטארבן, דער גאב"ד שליט"א האט אים געזאגט אז ער גיט אים ביז די קומעדיגע וואך מיטוואך.

מען זעהט בחוש ווי די זאליס זעענן נעבעך פארכאפט אונטער די נעגל פונעם כוח הטומאה, ווי זיי שטייען מיט אלע כוחות צו בלייבען אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ!

א שרעק ווי די זאליס זענען אזוי טיף אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ פארזינקען, און מיט אלע כוחות רייסן זיי איין צו בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!

רבי_יונה » 8/3/2010 00:00

אפדעיט!

עס טוט זיך טישן און בענק ביי רז"ל, צו ער זאל פארן פלוצלינג אויף א"י צו די ברר מצוה צו נישט.

די זאליס האבן דא א פראבלעם מיטן גאב"ד שליט"א, וואס ברענט אויף די ליצנות וואס די זאליס מאכן פון אים, און ער האט געסטראשעט אז ער קומט נישט צו די בר מצוה, און ער גייט נישט אויפנעמען רז"ל. 

היינט א גאנצען טאג פרובירען די זאליס מיט אלע כוחות צו בארוהיגען מרן הגאב"ד שליט"א, זיי האפן אז עס וועט זיי געלונגען, און טאמער עס ארבעט דעמאלס פארט רז"ל קיין ירושלים צו די בר מצוה.

דוד46 » 8/3/2010 00:10

wow

אזוי לאנג האט דיר געדויערט צו מאכן אזא ספין?

עס פאסט פשוט נישט פאר אזט פיקח עצום ווי יונה'לע אזוי לאנג צו באקן א מעשה...

דוד46 » 8/3/2010 01:37

יונה'לע

וועט כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א באיקאטירן די בר מצוה ווייל מען האט נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין?... 

רבי_יונה » 8/3/2010 01:45

ימים ידברו!!

עס ברויך ארויסגעברענגט ווערן נאכמאל און נאכמאל!!
 
ווי מען זעהט ליידער ווי פאר כאפט די זאליס זענען אינעם נעץ פונעם שטן, און מיט אלע כוחות פרובירען זיי צו בלייבען אינעם טמא'נעם בג"ץ, און אן האלטן דעם שרעקליכן חירוף וגידף ורמת יד בתורת משה רבינו ע"ה!

דוד46 » 8/3/2010 02:01

אבער פארוואס ענטפערסטו נישט יונה'לע

וועט כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א באיקאטירן די בר מצוה ווייל מען האט נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין?... 

נאכדערצו ווען די זאליס זענען ליידער פארכאפט אינעם נעץ פונעם שטן...

דוד46 » 8/3/2010 02:26

אפדעיט!

עס טוט זיך טישן און בענק ביי יונה'לע, צו וועט דער גאב"ד שליט"א קומען צו די בר מצוה צו נישט.

די אהרונים האבן דא א פראבלעם מיטן גאב"ד שליט"א, וואס ברענט אויף די ליצנות וואס די אהרונים מאכן פון אים, און ער האט געסטראשעט אז ער קומט צו די בר מצוה. 

היינט א גאנצען טאג ארבעט יונה'לע מיט אלע כוחות צו בארוהיגען מרן הגאב"ד שליט"א, זיי האפן אז עס וועט זיי געלונגען, און טאמער עס ארבעט דעמאלס וועט ער נישט גיין צו די בר מצוה.

רבי_יונה » 8/3/2010 03:20

קאטשקעט ארום איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטען.

אדרבה לאמיר הערן פון די זאליס זייער מעשה?

זיי שרייבן נאר יונה שקרן, בעקער, פוי, טמא, אבער זענען שטים איבער וואס עס גייט פאר.

פארוואס?

ווייל דאס וואס רבי_יונה שרייבט דאס גייט פאר.

דוד46 » 8/3/2010 23:35

נו יונה'לע

ענטפער מיר יעצט.

פאוואס איז כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א געווען ביי די בר מצוה?

ווי האט ער זיך געוואגט צו גיין צו בגצניקעס?

אויששש » 8/3/2010 23:41

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נו יונה'לע

ענטפער מיר יעצט.

פאוואס איז כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א געווען ביי די בר מצוה?

ווי האט ער זיך געוואגט צו גיין צו בגצניקעס?


נו דוד'ל
ענטפער מיר יעצט

פאוואס איז כ"ק מרן ההולך לבג"ץ הציוני נישט געווען ביי די בר מצוה ?

נפל » 8/3/2010 23:43

יונה מיר קוקן ארויס אויף דיין "דעיד ליין" בריוו פונם גאב"ד בפרט נאכעדעם וואס ער האט זיך משתתף געווען ביי די בר מצוה אויף וועלכע די האסט איינגעלייגט וועלטן דערקעגן!

אויששש » 8/3/2010 23:49

נפל שיין זעסטו אויס אז דו טרייסט זיך אויף ר' זלמנ'ס נישט קענען קומען, מיטן גאב"ד באטייליגונג ביים בר מצוה

נפל » 8/3/2010 23:50

דאס גלייב איך אז אדמו"ר מ'סאטמאר וו"ב איז נישט געווען וועגן בג"ץ איך וויל נאר וויסן פארוואס גאב"ד ירושלים איז יא געווען! יונה האט אונז נעכטן פארזיכערט אז דער גאב"ד וועט זיך נישט משתתף זיין

יונה ווי איז די בריוו?

sammy » 8/3/2010 23:51

נפל.
יונה איז כרגע אין ניו יורק שבפלורידה.

דוד46 » 8/3/2010 23:57

איך האב יעצט גערעדט קיין ירושלים און עס קומט די שלעכטע בשורה אז די הצלה געפינט זיך יעצט ביי יונה'לע...

אויששש » 9/3/2010 00:04

דוד'ל אפשר טוהסטו אונז א טובה און זאג אונז איבער א שטיקל חידוש וואס שמואל קאמפאט האט מחדש געווען פאר דיין רבי'ן אויפן הוק-אפ ביי די בר מצוה ?
אבער פליז אן קיין טעותים, און וואס ס'ווערט שוין געברענגט אין ספרים ברענג צו די מקורות

Palin12 » 9/3/2010 00:05

נייפעלע כ'האב פאר דיר נייעס, דער גאב"ד איז געווען לכבוד מאקעווע, ער האלט זיך זייער נאנט, זיין פאטער איז געווען א מאקאעווער תלמיד



נפל » 9/3/2010 00:07

אה.. ער איז געגאנגען צו די בגץניקים לכבוד "מאקעווע"? פארוואס איז ער "נישט" געגאנגען צו די בעלזא בר מצוה לכבוד "מאקעווע"?

אויששש » 9/3/2010 00:20

נפל'ע, אגב אין מאקאווע טענה'ט מען אז ר' חיים הערשעלע איז קעגן דאס גיין אין בג"ץ
נאר ער האט דאס מורא ארויסצוזאגן אין סאטמאר

Palin12 » 9/3/2010 00:23

נייפעלע א חידוש דיין בעלזער שוואגער/שוויגער האט דיר נישט פארציילט אז די בעלזער בר מצוה איז נאך נישט פארגעקומען
בלאט: 1 2