היינט האט שאול פערלשטיין מיאוס באפאלען הגה"צ רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א סענדזשארץ רב, ווייל זיין מחותן דער שבת שרייער ר' משולם כ"ץ האט געמאכט שבע ברכות דעם שבת אין ויואל משה זאל, ר' עזריאל מאיר האט מכתחילה געבעטען זיין מחותן נישט מאכן שבע ברכות דארט ווייל ער עסט נישט 82 פלייש, אבער זיין מחותן האט אים געזאגט אז ער וועט ערלעדיגען אז ער וועט קענען פאר זיך ברענגען זיין אייגענע פלייש.
למעשה איז געקומען פרייטאג און און ר' עזריאל מאיר האט זיך געברענגט זיין אייגענע פלייש זיפ וכו', ווען די זאליס האבן געהערט דערפון האבן זיי אלעס אוועק געווארפען און זיי האבן אים געזאגט אז די וועד הכשרות לאזט נישט אריין ברענגען קיין אנדערע פלייש נאר 82.
ר' עזריאל מאיר האט צוליב דעם געגעסען שבת אינדערהיים, נישט קענענדיג עסן שבת ביי די שבע ברכות פון זיין קינד.
היינט צופרי האט אים שאול פערלשטיין באפאלען און געשריגען אויף אים אז ער האט מיט דעם וואס ער האט נישט געוואלט עסן 82 פלייש האט ער מבזה געווען דעם דיין, ר' עזריאל מאיר האט זיך פרובירט טאהנען מיט אים אז דער דיין גיט ממילא נישט קיין הכשר, ער גייט קיינמאל נישט צו די שחיטה, ער ווייסט בכלל נישט וואס עס גייט דארט פאר.
אבער שאול איז נאך מער בייז געווארן און געמאכט קולי קולות אויף אים אז ער רעדט אויפען ראב"ד...
ר' עזריאל מאיר האט אים געזאגט אז 82 פלייש איז פון די שוואכסטע וואס עס איז דא, עס האט מיט קיין סאטמאר פלייש נישט קיין שייכות, מען נעמט פון איבערראל, מען נציט נישט קיין שטיינזאלץ, מען שניידט נישט אויף די טשיקען כפי הוראות רבינו, מען טשעקט נישט קיין צומת הגידין, מען טשעקט נישט קיין לונגען, וכו', אבער שאול האט געשריגען קאטשעקס...
ר' עזריאל מאיר איז צוגעגאנגען צו ר' שלמה לייב וויינבערגער וואס האט אים גערעכעט געגבען, און ר' שלמה לייב האט אים געזאגט אז די פראבלעם איז גאר שטארק, און ער אליין עסט אויך נישט פון די 82 פלייש, ווייל עס האט נישט קיין שום הכשר, די גאנצע דיין הכשר איז שקר, און עס האט מיט סאטמאר שחיטה נישט קיין שייכות.