היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!

נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2759714

וואלןמה » 21/2/2010 20:45

דער גאון הדור וואס האט זיך לעצטענס באקאנט געמאכט אין די וועלט אלס דער אויסשליסלעכער פוסק אין סידור קידושין און 10 אנדערע מורה הוראות קענען אויף אים נישט חולק זיין אויב יא זענען די קינדער פסולים עפ"ל, האט פארגאנגענע וואך געשאסן א פרישע פסק

פאריגע וואך איז דער חכם געווען מסדר קידושין אין עטרת טשארנא ביי די חתונה פון בן ר' אברהם הערש קליין נ"י, אויף די פראגע פון א איד פארוואס אין סקווירא גלילות מעג יא א פרעמדער און אין קרית יואל'ע גלילות נישט, האט ער געשאסן א פסק!

דעס איז נישט סקווירא גלילות!!
 
אויף די פראגע פון יענעם איד אז וואודבארי איז א ביסעלע ווייטער פון ק"י ווי עטרת טשארנא פון סקווירא, קיין אנטווארט  
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' געציל כ'האב פאר אייך גרויס נייעס אז אינעם אפיס פון עטרת טשארנא הענגט א טעוועלע א פסק דין פון סקווירא בי"ד אז מ'דארף אריינשרייבן אינעם כתיבה פה שיכון סקווירא ספרינג וואלי ניו יארק,

בקיצור ר' געציל איז מחולק מיט 3 בתי דינים 1) בד"ץ קהל יט"ל ווימ"ס 2) בד"ץ קהילות היראים ק"י אצינד ווער מיר געוואר אז ער איז מחולק מיט א דריטן בי"ד 3) בד"ץ דשיכון סקווירא

אבער נישט פארגעסן אינזערע קינדער זענען....

פארשטייצעך » 21/2/2010 22:01

איך זע נישט דעם געברויך צו מאכן א געשפעט פון ר' געציל.
איך קען פארשטיין אז מען איז ברוגז אויף ר' געציל אז ער האט געגעבן דעם אקעי אז צוליב פאליטיק זאל מען מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות בישראל.
איך קען אויך פארשטיין אז מען איז ברוגז אז אדאנק אים האט מען מבזה געווען דעם גאון וצדיק דעם שארמאשער רב שליט"א און דעם הגאון הגדול ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קרית יואל.
אבער לאמיר נישט פארגעסן, אז נאך אלעם איז ער איד א תלמיד חכם מובהק, און אפילו ער האט געמוזט צוליב פארטייאישע דרוק געבן זיין פסק, איז מען נאך אלץ מחויב נזהר צו זיין בכבודו, קיין ציוניסט איז ער ב"ה נישט, און אפילו אז ער האלט איז ר' אהרן איז יא א געזונטער מענטש קומט זיך אים נאכנישט קיין בזיונות.

והוי זהיר בגחלתן.

פארשטייט אז להלכה ולמעשה דארף מען טאן יעדער איינער לויט'ן פסק פון זיינע רבנים, די אהרונים זאלן אנבאדינגט נעמען ר' אהרן'ען אדער ר' געציל'ן אזוי ווי זייער דיין האט זיי גע'פסק'ט.

די בני יואל וועלן טאן אזוי ווי זייער בי"ד האט גע'פסק'ט און די חברי הקהלה פון קהל יטב לב וועלן טאן לויטן פסק פון זייער בית דין, איש על מחנהו ואיש על דגלו.

און איין זייטיגן בענעפיט וועלן האבן די אלע וואס מאכן חתונה אין "עטרת מאיר צבי" אדער בקרוב אין די ויואל משה זאלן, אז די "וועד הפנקס" האט זיך אונטערגענומען צו אדווערטייזן זייערע קינדער פאר אומזינסט בשעת זיי וועלן ווערן 18 יאר, אז די אלע וואס זוכן זיך משדך צו זיין מיט זאליס אדער בני יואל, זאלן וויסן ווער עס האט יעצט א זון אדער א טאכטער.

אויך וועט דער וועד הפנקס זיכער מאכן אז אלע ראטישע בחורים זאלן וויסן פון די משפחות חשובות
הירש, האכהייזער, פאלקאוויטש, וואלנער, כהן, סרוגא וכו',
פונקטליך וויאזוי עס הייסן זייערע עלטערן און געשוויסטער.
און בדרך אגב איז גוט אז די אהרונישע בחורים ווערן געוואויר פון דעם גאון וצדיק דער שארמאש רב שליט"א.
און ווי נישט ווי איז דאך דא ביי זיי אויך אפען-מיינדעט בחורים וואס וועלן האבן שכל זיך נאכצופרעגן, וואס די מעלות פונעם שארמאשער רב זענען, און זיי וועלן הערן פון זייערע עלטערן אדער קרובים, אז דער שארמאש'ער רב איז א איד וואס זיצט 24 שעה א טאג על התורה ועל העבודה, און מיט זיין התמדת התורה איז ער געווען דער סימבאל אין גאנץ סאטמאר.
נאך פאר פינף צוואנציג יאר צוריק  פלעגן מגי"ש זאגן אין ישיבה, "איך פארלאנג נישט מען זאל לערנען אזוי פלייסיג ווי דער שארמאש'ער רב" אבער כאטש די סדרי הישיבה זאל מען לערנען בהתמדה.
ער פלעגט זיצן ביים טיש פון ברך משה זי"ע, מיט א קליינע גמרא אין די האנט, און נישט אנגעברענגט קיין רגע.

בקיצור, די אהרונים מאכן די ריכטיגע ארבעט מיט מפרסם זיין די שמות הצדיקים,
אבער מיר טארן זיך נישט לאזן פארנארן, אדער אריינשלעפן.
נישט ר' געציל איז דער פראבלעם פון קרית יואל, ר' געציל איז אויך א וויקטים.
ר' געציל האט אסאך עגמת נפש זיך אנגעליטן פון די חברה, ביז ער האט מחליט געווען צו זיין וואויל.
ר' געציל איז א תלמיד חכם, און מען דארף נזהר זיין בכבודו.

דאס איז מיין מיינוג. וקבל את האמת ממי שאמרו.

ווער_איז » 21/2/2010 22:43

פארשטייצעך די זאגסט זייער ריכטוג,
די גמרא זאגט הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה,
גע'ווארענט דארף מען זיין פון אזאך וואס מען האט א נסיון דערביי,
דאס גייט ארויף אויף אזא ת"ח וואס עס גליסט זיך דיר מזלזל זיין בכבודו,
זאגט די גמרא,
הוי זהיר בגחלתן, 
געדענקט שפילט אייך נישט מיט פייער, 

דער_אקס » 21/2/2010 22:49

אבער איך מיין ווען ער האט די חוצפה זיך צי קריגן מיטן ברך משה ז"ל איז שוין אביסל אנדערש

וואלןמה » 21/2/2010 23:03

פארשטייצעך צוויי זאכן האסטו פארגעסן,

 האסט פארגעסן פון ר אהרן אליינס ער איז אויך א גרויסער תלמוד חכם!

צווייטע זאך ס'האסט פארגעסן, כל ת"ח שאין בו דעת נבילה סרוחה טובה הימנו

קבל את האמת ממי שאמרו

פארשטייצעך » 21/2/2010 23:37

פאר ר' אהרן האט דער ברך משה געשריבן
ווי פאלגענד:
לבני אהרן שיחי'
היות שלמרות כל הזהרות יצאו אנשי בריתך בעצתך להתריס כנגדי והלכו בערכאות של עכו"ם במסירות ומלשינות נגד הנהלת קהלתינו הקדושה, וחיללו ש"ש ברבים ה"י והמכשלה הזאת תחת ידך בעצה ובמזימה.
ובזה הנך מועל בשליחותך שנתמנית ע"פ פקודתי לשמש ברבנות בעירינו קרית יואל הי"ו.

אויסער דעם האב איך פערזענליך געהערט פון תלמידי חכמים מובהקים אז ער טויג נישט!
און איך האב געהערט זיינע דרשות, און איך האלט אויף אים וואס איך האלט.

משא"כ אויף ר' געציל, האב איך פון קיינעם נישט געהערט אזעלכע זאכן.
איי עס שמעקט דיר נישט וואס ער האט גע'פסק'ט?
מיר שמעקט עס אויך נישט, אבער איז א נאך אלץ תלמיד חכם,
און אפילו ער טוט וואס מיר געפעלט נישט בלייבט ער נאך אלץ תלמיד חכם!

דאס איז זיין בענעפיט אז ער האט געלערנט תורה, אז אפילו ווען עס שמעקט מיר נישט פארבייס איך די ליפן...

אוודאי איז זיין פסק מיך נישט מחייב, ווייל איך בין שוין נישט א מעמבער פון זיין קהלה, און איך וועל טאן וואס ערליכע אידן הייסן, אבער גיין פערזענליך מבזה זיין א תלמיד חכם, איז א בזיון התורה!

ווער האט דיר גע'פסק'נט אז ער גייט אריין בכלל תלמיד חכם שאין בו דעת, אפילו ער איז נישט גערעכט מיט א פסק, ווערט ער נאכנישט א תלמיד חכם שאין בו דעת.

אויף דוד עקשטיין האבן די רבנים אפגע'פסק'ט אז ער האט א דין מסור! ביזסטו בארעכטיג צו רעדן,
אבער אויף א איד א תלמיד חכם ווער געט דיר רשות צו רעדן בבזיון,

אדרבא פרעגט סיי וועלכען דעת תורה, אויב מען מעג.

דער_אקס » 21/2/2010 23:44

אבער איינער וואס איז מתיר א עוף טמא פאר כלל ישראל אין אסר'ט אזאך וואס פרייועט פאר מענטשן זאגט ער אז מ'מעג יא אין רעדט אזוי ברבים איז שוין עפעס .........

רשכבהגולם » 21/2/2010 23:50

וואלןמה
קודם כל,
אויב ווילסט דן זיין ר' געצל אזוי ווי ר"א
פארשטיי איך אז די ביסט נישט קיין קרית יואלער,
ווען יא וואלסטו געוויסט אז ר"א האט אינטער זיך דורך געווייקטע בליטיגע יארן,
און מיט איין דרשה ביי א גענעראל פארזאמלונג קען מען נאך נישט באקומען דעם זעלבן דין ווי ר"א,
זייט וויסן,
אז פאר די ווילסט מדמה זיין אפילו די שוואכסטע איד צי ר"א,
טראכט גוט אריין צי די נעמסט נישט אראפ פון די קרעדיט וואס קומט זיך פאר ר"א
ביים צי שטעלען צי זיינע מעשים ווער אימער עס זאל נישט זיין,

דעס וואס די ברענגסט די גמרא נבלה סרוחה טובה הימנו,
איך וואלט דיך געראטן, אז פאר די גייסט נאר אפשר אנרירען הייסע קוילען,
פסקן דיר נישט אליין צי דאס איז יא קוילען צי נישט
ווייל אויב עס איז יא איז בעסער די זאלסט זיין זיכער נאך פאר די כאפסט עס אן, 




תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 00:02:01

פארשטייצעך » 21/2/2010 23:56

קענסט האבן גוטע טענות, און קענסט זיין אפילו גערעכט אויך, אבער ער איז נאך אלץ א תלמיד חכם נישט א גאסן יונג!

אפילו ווען דו ווילסט ארויס ברענגען אז דאס נישט גערעכט דארפסטו נאך אלץ רעדן מיט דרך ארץ.


פארשטייצעך » 22/2/2010 00:02

[בילד – נישט אפגעהיט]


אינעם זעלבן פסק וואס די חשוב'ע רבנים שרייבן אז רב בקי בטיב גיטין וקידושין מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
אינעם זעלבן פסק שרייבן זיי קלאר אז מען דארף זיין געווארנט נישט מבזה צו זיין תלמידי חכמים, שלא תכוה ח"ו.

וואלןמה » 22/2/2010 00:14

איך זאג אייך צו ס'טוט מיר זייער וויי אזוי צו שרייבן, וואס זאל איך טון ס'טוט מיר מער וויי, ווען מ'איז ארומגעפארן ברשות הדומ"ץ מיט א טראק און טראמפייטערט חירוף וגידוף אויף שארמאשער רב ווערטער וואס דו שרייבסט נישט אויף רא"ט דא אויף היידפארק, ביי דיר איז ער טאקע דער זעלבער חשובער דיין יעצט ווי אמאל אבער ביי מיר נישט, אויב האב איך איבערגעטריבען איז סמכתי יתידותי אויף די משנה פון המבזה ת"ח

  

נערמאלער » 22/2/2010 00:21

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


אינעם זעלבן פסק וואס די חשוב'ע רבנים שרייבן אז רב בקי בטיב גיטין וקידושין מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
אינעם זעלבן פסק שרייבן זיי קלאר אז מען דארף זיין געווארנט נישט מבזה צו זיין תלמידי חכמים, שלא תכוה ח"ו.



יא יא און דאס טוט טאקע ר' געצל ער האט מוציא דיבה געווען און מבזה געווען גדולי תורה מיט א שרעקליכע בזיון, אויף די פאקט מען זיך נישט קריגן, ער האט געטוהן א שייגעץ שטיק און ער האט א חלק און צושפליטערן אידישע משפחות

תוקן על ידי נערמאלער ב- 22/02/2010 00:25:16

KJ » 22/2/2010 00:40

[quote]
פארשטייצעך צוויי זאכן האסטו פארגעסן,

 האסט פארגעסן פון ר אהרן אליינס ער איז אויך א גרויסער תלמוד חכם!

צווייטע זאך ס'האסט פארגעסן, כל ת"ח שאין בו דעת נבילה סרוחה טובה הימנו

קבל את האמת ממי שאמרו
[/quote]

איך וויל מוחה זיין אויף צוויי זאכן דא

איינס, זייט ווען איז "ר"א" א "גרויסער" ת"ח? ער קען גוט נאכזאגן א פשעטל און דרייען מיט די פינגער אזוי ווי א גוטער כולל אינגערמאן, קיין גמרא תוספות אדער הלכה פסוקה אין שלחן ערוך וועסטו ביי אים נישט טרעפן! א נבילה טובה?.. אפשר יא..

צווייטנס וויל איך מוחה זיין נמרצות אויף די וואס זענען ליידער נכשל געווארן אין מבזה זיין הרה"ג ר' געציל שליט"א, וואס ווער נאך ווי די לאקאלע קרית יואל'ע אידן ווייסן אז ער איז דער גרעסטער רחמנות, ער איז אונטער זייערע נעגל און ציטערט פון זיי אימת מות, מ'קען הערן פון זיין דרשה ווי דאס איז ממש כאילו כפאו שד, מיט אזעלכע פארווע לשונות אבי געזאגט.

ער איז א גרויסער ת"ח, און אפילו ער האט געטון זאכן וואס מיר האלטן נישט פאר ריכטיג, דארף מען ווייטער זיין נזהר בכבודו, און מיר קענען נאר מתפלל זיין ער זאל זיך ארויסראטעווען פון זייערע נעגל בשלום.

פארשטייצעך » 22/2/2010 01:05

וואלןמה
איך האב נישט געשריבן אז ער איז דער זעלבער חשוב'ער דיין ווי אמאל, און ס'איז טאקע ארויסגעקומען פון אים א מכשול, אז דורך זיין דרשה האבן די אהרונים געשפירט אז זיי האבן די רעכט מבזה צו זיין דעם גאון וצדיק דער שארמאשער רב.

וואס איך האב יא געזאגט איז, אז למעשה איז ער א גרויסער תלמיד חכם, און מען דארף נאך אלץ נזהר זיין בכבודו, אפילו אפילו אפילו אפילו אפילו.

למעשה קען מען זאגן, אז ווען נישט אים וואלטן אפשר די אהרונים אסאך מער אראפגעגליטש. און  אזוי ווי KJ האט געשריבן, אפשר וועט ער נאך אמאל האבן די זכיה פון דארט זיך ארויסצודערזען, אזוי ווי פילע טויזנטער אנדערע, 

אויך האט מען געזען זיינע בכיות ווען ער האט מספיד געווען זיין רבי'ן דעם מאנטעווידעא'ער רב זצ"ל, וואס ער האט אויף אים געזאגט מורא'דיגע זאכן, און דער מאנטעווידעא'ער רב זצ"ל האט דער קלאר גע'פסק'נט אז מען מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
נאר וואס דען מיט אלע קשיות אינאיינעם דארף מען נאך אלץ נזהר זיין בכבודו.

עס קען זיין אז ער ווייסט זאכן וואס מיר ווייסן נישט, אפשר האט ער צוטריט צו ר' אהרנס מעדיקל רעקארדס, און די דאקטוירים זאגן אז ס'איז א שאלה פון פיקוח נפש אויב ער זאל נישט רעדן.

מען דארף אים דן זיין לכף זכות.

ווען מען טרעפט אין חז"ל אז מען דארף מלמד זכות זיין אויף א תלמיד חכם, אויף וועמען איז עס געזאגט געווארן אויב נישט אויף הרה"ג ר' געציל שליט"א?

און די וואס עס טוט וויי אז מען איז מבזה דעם גאון וצדיק משארמאש שליט"א, איז דא גענוג וועגן וויאזוי זיך אנצונעמען פאר כבוד התורה.
א) די ערשטע זאך אים מכבד צו זיין מיט סידור קידושין, און טאקע אינעם נייעם זאל!
ב) עס קומט יעצט דער יום טוב פורים, מאכט זיכער אריינצוטראגן א שיינעם משלוח מנות, מיט א מתנה הגונה בצדה.

בקיצור נישט מיט מבזה זיין ר' געציל וועט מען זיך אננעמען אויפן כבוד התורה פון שארמאש'ער רב,
אזוי איז מיין מיינונג.

נערמאלער » 22/2/2010 01:25

בקיצור ר' געצל האט א רעכט צו נעמען א דירעקטע חלק אין טעראריזעם און צושפליטערן משפחות (הער אויס פונקטליך זיין דרשה) און ער טוט נישט גארנישט דאס צו מתקן זיין (עכ"פ אנרופן פריוואט די קרובים אז זיי זאלן גיין צו די חתונות) דערווייל טוט ער דאס פארקערטע

מאמע'ס און כלות וויינען וועגן ר' געצל אבער.... חלילה נישט צו רעדן....

פארשטייצעך » 22/2/2010 01:45

יא צו זיין א איד איז אמאל שווער.

קענסט ווערן א אהרוני וועסטו מעגן מבזה ומשפיל זיין מיט די גרעסטע ליצנות יעדן תלמיד חכם וגדול בתורה וואס שמעקט נישט פאר'ן רא"ט, וועסט קענען פארשפארן בתי מדרשים און מבזה זיין נפטרים פון דיינע שונאים, און ארומפארן מיט טראקס קעגן א רב וואס פסק'נט נישט לויט דיין גיסטע.

אבער אזוי ווי דו ביזסט ב"ה נישט א אהרוני, דארפסט האלטן די תורה אפילו עס קומט אן שווער.

ובכלל גלייב איך נישט אז ר' געציל האט חלילה הנאה אז מען טעראריזירט אידן וואס פאלגן אנדערע רבנים, און אפילו ער האט זיך אמאל שארף אויסגעדרוקט און דאס האט גורם געווען עגמת נפש פאר אנדערע אידן איז עס מסתמא געקומען מחמת פארשידענע סיבות, אזוי ווי עס האט זיך געמאכט אויך ביי אנדערע ערליכע אידן אז זיי האבן שארף אויסגעדרוקט בשעת כעסם.

און פאר די כלות וואס דו זאגסט אז זיי וויינען און בעטן, זאל דער אויבערשטער העלפן אז אין דעם זכות וואס זיי זענען מקדש שם שמים, און זיי פאלגן אויס דעם פסק פון גדולי ישראל, כאטש עס קומט זיי אן שווער, זאלן זיי זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות און האבן פון כל טוב וטוב.

און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן זיי נאך אסאך לאכן, ווען זיי וועלן זען במשך די קומענדיגע יארן הונדערטער אידישע קינדער מאכן חתונה כדת וכדין, דורך די מרא דאתרא'ס פון זייערע אייגענע קהלות, און זיי דארפן זיך נישט שלעפן קיין מאנסי אדער וויליאמסבורג, און דערצו וועלן זיי קענען שפארן אסאך אידיש געלט, דאס אלעס וועט פאררעכנט ווערן פאר זייער זכות.

אבער א תלמיד חכם, אפילו ער האט געטאן א עוולה, טאר מען אים נאך אלץ נישט מבזה זיין.

איך זאג נישט אז דו דארפסט אים פרעגן שאלות, אדער זיך פארלאזן אויף זיין פסק, אדער אויף זיין הכשר, 
אבער אים פערזענליך מבזה זיין, דאס טאר מען לכאורה נישט.

פארשטייצעך » 22/2/2010 03:11

הוספה:

ג) נאך א זאך וואס מען דארף טאן צו דער זאך, נעמען חתימות פון נאך רבנים קעגן די אומדערהערט חוצפה פון מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות בישראל.

 עס איז נישט קיין ספק אז איינס פון די הויפט סיבות אז דער סאטמאר'ער בית דין איז ארויסגעקומען לטובת סידור קידושין אין קרית יואל, איז געווען די אטאקעס קעגן די משפחות חשובות, און מען דארף זען אז מי שהיכולת בידו, זאל משפיע זיין אויף נאך און נאך רבנים, זאלן זיך אננעמען לטובת די משפחות.

קוקט וואס די רבנים שרייבן:

[בילד – נישט אפגעהיט]

רשכבהגולם » 22/2/2010 06:33

עס שטייט און די תורה ווען אידן זענען ארויס און מלחמת מצוה, ונתן לך רחמים,
שטייט און די מפרשים אז מען גייט און מלחמת מצוה דארף מען דאך הארגענן מענטשען
קען דאך דער מענטש באקומען א נטיה צי רציחה האט דער אייברשטער געגעבן א עקסטערע הבטחה
ונתן לך רחמים ער וועט ציריק געבן די רחמנות אינעם מענטש נאכדעם וואס איז געווארן געשעדיגט
דורך די מעשה רציחה בשעת די מלחמת מצוה,
די זעלבע דא אויב זענן מיר איבערצייגט אויף  100% ווער ר"א איז,
פון זיינע מעשים טובים פון אלע יארן,
היסטוריע פון זיך אויפפירן ניטאמאל ווי א געמיינע איד,
פארדעם ווערט נאך נישט פון א דיין וואס האט געזאגט א דרשה זניטאג נאכט ביז מאנטאג נאכט א פלענער....... איך וויל נישט נאך זאגן וואס,
טאמיר וואלט ר"א די אלע פאלאפענע יארן געטון נאר אזא עבירה און נאר איינמאל ווי וואס מהרג"ב האט יעצט געטון,
וואלטן מיר אויך נישט געקענט און געהאט רעכט מבזה צי זיין,
געדענקט גוט ר"א האט געארבעט 20 יאר מיט צואה רותחת אז ער איז ווערט מיר זאלן עם בהאנדלן ווי עס פאסט,
און דאס ווילט איר אוועק געבן פאר מהרג"ב פאר איין דרשה?
 



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 06:35:51

וואלןמה » 22/2/2010 17:06

איך האב שוין איינמאל געפרעגט, פארוואס זענען די גחלים פון שארמאשער רב נישט אזוי הייס ווי דעם באג"ד'ס גחלים ?

דער באג"ד ווייסט פינקט ווי אונז אלע פונעם טראק וואס האט טראמפייטערט חירוף וגידוף אויף שארמאשער רב ברשות הדומ"ץ שליט"א, דערווייל האט ער נאכנישט גענומען די מיה צו שיקן א מעסעדש אז דע דברי בזיון איז געווען אן זיין ידועה וכדו' ס'דא אסאך תתירוצים וואס מ'קען זאגן, אז ער קימערט זיך נישט מיט שארמאשער רב'ס כבוד דארפן מיר קיינער נישט זיין פרומער פון אים. שארמאשער רב האט קיינמאל נישט אטאקירט ר' געציל'ן, מיטן סידור קידושין ווייסט ר' געציל אז שארמאשער רב האט על מי לסמוך און ער איז קיין מרבה פסולים, ס'איז אייביג געווען חילוקי דיעות זייט מתן תורה זה אוסר וזה מתיר זה בונה וזה סותר, אויב מיז ער זיין שטיל ווען מ'איז מבזה שארמאשער רב ווייל ער איז איינגעשטעלט אין קיט"ל קען איך אים גארנישט העלפן, איך בין אין ערגעץ נישט איינגעשטעלט און איך קען נאר זאגן אויף וואס איך זעה

רשכבהגולם » 22/2/2010 17:43

מיר האבן מורה פון גחלים סיי פון שארמאשע רב און סיי פון מהרג"ב 
די זעלבע קרייז וואס נעמט זיך אן יעצט אויף שארמאשע רב'ס כבוד נעמט זיך אויך אן אויפן בזיון ת"ח פון מהרג"ב,
ווייל בזיון ת"ח פון וואס חז"ל רעדן האט נישט קיין שייכת צי עס געפעלט מיר אדער נישט,
נישט זאלסט מיר יעצט איבער פרעגן די נערישע שאלה וואס איך האב שוין גענטפערט אז ר"א איז אויך א ת"ח,
און נניח וואס די גמרא זאגט נבילה סריחה טובה הימנו שטייט נישט און ערגעץ אז דאס קילט אפ די גחלים,

נערמאלער » 22/2/2010 17:47

רשכבהגולם די מאכסט איין טעות קיינער איז נישט מבזה ר' געצל , מען זאגט פשוט איבער זיינע מעשים וואס ער טוט און זיינע ווערטער וואס ער זאגט און דאס רעדט פאר זיך, קיינער איז זיך נישט מבזה נאר ער אליין

רשכבהגולם » 22/2/2010 17:47

וואלןמה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אז ער קימערט זיך נישט מיט שארמאשער רב'ס כבוד דארפן מיר קיינער נישט זיין פרומער פון אים.
דאס שטייט און די ארונישע תורה נישט און אינזער

אויב מיז ער זיין שטיל ווען מ'איז מבזה שארמאשער רב ווייל ער איז איינגעשטעלט אין קיט"ל קען איך אים גארנישט העלפן, איך בין אין ערגעץ נישט איינגעשטעלט און איך קען נאר זאגן אויף וואס איך זעה
דאס שטייט און די ארונישע תורה נישט און אינזער

רשכבהגולם » 22/2/2010 17:50

נערמאלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רשכבהגולם די מאכסט איין טעות קיינער איז נישט מבזה ר' געצל , מען זאגט פשוט איבער זיינע מעשים וואס ער טוט און זיינע ווערטער וואס ער זאגט און דאס רעדט פאר זיך, קיינער איז זיך נישט מבזה נאר ער אליין

עס זעט נישט אויס פון דיינע ווערטער אז די ווייסט וואס גחלים מיינט,

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 17:52:59

נערמאלער » 22/2/2010 17:54

רשכבהגולם אפשר קענסט מיך מסביר זיין פארוואס ווען מען זאגט איבער וואס איינער האט גערעדט "ברבים" און געטוהן "ברבים" הייסט דאס מבזה געווען

דא האט נישט מער ווי איבערגעזאגט זאכן וואס יעדער ווייסט ממילא, זאכן וואס ר' געצל טוט וואס דאס ברענגט אים די גרעסטע בזיון


ר' געצל כבודו במקומו מונחאיז א גאון און תלמיד חכם מופלג און חוץ די פארטיי זאכן איז ער אן ערליכע איד  אבער דא איז ליידער געווען אזוי אז די תלמידי חכמים אליין היטן נישט אויף זייער כבוד ואם אין אני לי מי לי

וואלןמה » 22/2/2010 18:23

רשכבהג איך זעה ווילאנג איך וועל נישט ברענגן דעם מהר"ל מיט זיינע לשונות אויף א מרנן, וועט מען נישט פערטיג ווערן מיט דיר, ר' געציל איז א ריזיגע ת"ח איך צו גראדע צוריק פון מיין אויסדרוק נבילה סרוחה, מיין כוונה איז מער געווען אויף די ערשטע חלק פון דעם מאמר ווי די צווייטע, אבער וויפל איך זיך א לימוד זכות אויף זיין יעצטיגע צוגאנג קען איך נישט טרעפן, נישט אין צוטיילן משפחות, שנאת חינם, הוצאת לעז, בזיון ת"ח, אדרבה אפשר העלפסטו מיר ארויס און אזוי חס זיין אויף זיין כבוד נישט סתם איבערקייען יעדעס מאל גחלים גחלים, דו טיסט אן א שרעקעדיגע מאסק, טו אויס דע מאסק און הייב אים אן מלמד זכות זיין אחת אחת אזוי וועסטו מער אויפטוען לטובתו, און איך וועל מקבל זיין 

FiveBoro » 22/2/2010 18:33

וואלןמה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפל איך זיך א לימוד זכות אויף זיין יעצטיגע צוגאנג קען איך נישט טרעפן, נישט אין צוטיילן משפחות, שנאת חינם, הוצאת לעז, בזיון ת"ח,

יגעתי ומצאתי:

[בילד – נישט אפגעהיט]

דער_אקס » 22/2/2010 19:12

פארוואס ברעגסטו דע הייליגע בריוו דא סאיז דאך אינגאנצן נישט פין אינזער ענין

וואלןמה » 22/2/2010 19:48

לשיטת ר' געציל וואס ער בויט זיין גאנצע פסק אויף א מה מצינו מיט דעם בריוו, דאן דארף דער הייליגער דברי חיים מיטן יטב לב מיטן מהר"ם שי"ק תשובה טון פארן עובר זיין אויף דעם פסק.

(אנטשולדיגט פאר מיין שפראך דאס איז אן ענה כסיל כאוולתו)  

סעננדר » 22/2/2010 20:10

מ'דארף אנמערקן אויף וואס דע מה מצינו איז געבויט,

1) דארט רעדט אויך מען ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין
2) דארט רעדט מען ביי קהילות נפרדות וואס האבן אייגענע מורי הוראה מקוה, שחיטה,
3) דארט רעדט מען ווען די חופה איז געווען אינגאנצן אינדרויסען אין א אנדערע שטאט הנקרא גלילות בלע"ז
4) דארט רעדט מען ווען דער מרא דאתרא איז נתמנה געווארן בתורת יורש
  
אנדערש וואלט ר' געציל נישט געקענט מאכן דעם גזירה שוה

הערטס_צו » 22/2/2010 20:15

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'דארף אנמערקן אויף וואס דע מה מצינו איז געבויט,

1) דארט רעדט אויך מען ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין
2) דארט רעדט מען ביי קהילות נפרדות וואס האבן אייגענע מורי הוראה מקוה, שחיטה,
3) דארט רעדט מען ווען די חופה איז געווען אינגאנצן אינדרויסען אין א אנדערע שטאט הנקרא גלילות בלע"ז
4) דארט רעדט מען ווען דער מרא דאתרא איז נתמנה געווארן בתורת יורש
  
אנדערש וואלט ר' געציל נישט געקענט מאכן דעם גזירה שוה


סענדר'ל, יעצט האסטו פאר'הרג'ט די גאנצע זאך!
ווייל יעצט זעט יעדער אז עטס האטס נישט קיין זאל אין קרית יואל!

וואס האסטו דא געטון?!?!?!

פארשטייצעך » 22/2/2010 20:16

זעסטו דאס מיין איך טאקע
צו נוצן אויף ר' געציל דעם פסוק "ענה כסיל כאוולתו" איז נישט דרך ארץ'דיג!

דאס מיינט נישט אז דו מעגסט נישט אפענטפערן דעם בריוו.
און דער אמת איז דער בריוו קומט בכלל נישט אהער, ווייל דער רבי רעדט נישט דארט פון א אפגעטיילטע קהלה וואס האט רבנים וועלכע זענען מסדר קידושין, וואס דאס איז דאך געווען אין צענדליגער שטעטלעך אינדערהיים,
און טאקע אין קלויזנבורג ווי מען האט זיך אפגעטיילט פון דעם גלאסנער האבן די גרעסטע גדולי ישראל געשטיצט די קהל ספרדים, און געגעבן רשות מסדר קידושין צו זיין כאטש גלאסנער האט געשריגן אז ער איז מרא דאתרא, און קען אפילו זיין אז ער האט געמאכט א פנקס.

עס איז אמת אז פון ר' געציל איז ארויסגעקומען א גרויסער מכשול, וויבאלד ער האט זיך צוזאמען געפארט מיט די אהרונים און זיי נוצן זיינע ווערטער אויף מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות, און שפיכות דמים.
כאטש ר' געציל אליין מאכט נישט קיין פאני קאלס און טעראר האט ער געגעבן די בחורים די רעכט מיט זיינע פסקים.
אבער איך בין זיכער אז דאס איז נישט זיין רצון.

אז דו ווילסט נישט עסן פון זיין הכשר, נאך דעם שרעקליכן קאטשקע סקאנדאל, ווייל מען קען זיך נישט אויף אים פארלאזן, צו ווייל ער איז נישט דער פאסיגער מענטש פאר הכשרים, צו ווייל מאיר הירש איז בעל הבית אויף אים און ער מוז פאלגן וואס מען הייסט אים.
דאס פארשטיי איך אויך, אבער אז דו זאלסט אים פערזענליך מבזה זיין, דאס שוין נישט, ווייל ער איז פארט א תלמיד חכם, און מען דארף נזהר זיין בכבודו, מיטן גאנצן ווייטאג וואס מען האט אויף אים.

קענסט שרייבן אויף די "נושא" וואס דו האלטס, און וואס דער דעת תורה איז, אבער שרייב נישט אויף דעם "מענטש" שלא בכבוד.

הערטס_צו » 22/2/2010 20:21

אמת

(כמעט אינגאנצן)

סעננדר » 22/2/2010 20:45

איינער שיקט מיר אין אישי, אז די סיבה פארוואס ר' געציל וויל נישט אננעמן די תשובה פונעם אבני צדק מיטן דברי חיים און מהר"ם שי"ק און מהרש"ג איז פשוט ווייל, זיי האבן דעס שוין געשריבן אויף דער עלטער..

אבער איך האלט אז דאס איז שוין לצינות אויף די חשבון פון די פריערדיגע נבג"מ

וואלןמה » 23/2/2010 03:20

טעות לעולם חוזר, אזוי ווי כ'האב מיך עטליכע מאל צעפירט די פענע מיט ווערטער וואס איז נישט לכבודו פון ר' געציל שליט"א, לכן וויל איך דא באותו מקום ובאותו זמן אים מפייס זיין, כ'בין מבטל אלע מיינע פוטפוטים וואס איז נגד כבודו, והפה שאיסר הוא פה שהיתר.
 

חיים_מענדל » 23/2/2010 03:37

דערווייל האט ר' געציל'ס ווערטער אויב עפעס נאר דערהויבן שארמאשער רב, כ'בין זיכער אז שארמאשער רב גייט היי יאר פורים איינלייזן מער געלט ווי פאראיאר, ווי אויך איז אדאנק זיין דרשה ארויסגעקומען דעם פסק פון די סאטמארע דיינים לטובת די זאל,

דעריבער קענען מיר זאגן פאר הגאון מהרג"ב אשריך ר' געצל אשריך !! 

פארשטייצעך » 23/2/2010 21:15

איך האב היינט געהערט א טעיפ פון די דרשה פון ווינער רב ז' אדר,
און כ'האב הנאה געהאט צו הערן אז ער ברענגט ארויס די זעלבע נקודה וואס איך האב דא געשריבן,

ער ברענגט ארויס אז ווען ס'איז דא מחלוקות איז "זה פוסל דיינו של זה וזה פוסל דיינו של זה"
יעדער איינער פסל'ט דעם צווייטנס דיינים.
אז מען דארף זייער געווארנט זיין נישט פערזענליך מבזה צו זיין קיין תלמידי חכמים,

דו קענסט שרייבן דיין מיינונג איבער די נושא, קענסט שרייבן פארוואס יענעמס "מהלך" איז נישט ריכטיג, אבער נישט "פערזענליך" קעגן דעם תלמיד חכם!

זאגט ער ווייטער: יעדער דארף פאלגען זיינע דיינים און זיינע רבנים, אבער נישט מבזה זיין יענעם "פערזענליך", דאס איז א בזיון התורה.