איך האב אזוי איבערגעטראכט די טענות ומענות דא איבערן ענין פון מרא דאתרא און דער מטרה פון סאטמארע שטעטל, איך בין געקומען צו די הכרה אז מ'קען דערהערן די טענות פון מתנגדי ר' אהרן, איך ווייס די חסידי ר' אהרן וועלן עס נישט גלייכן אבער איך האלט עטס וועטס איינזעהן אז ניכרים דברי אמת. דאס זענען אלע מודה אז מתחלה ווען ס'עלה במחשבה פון סאטמארע רבי צו מייסד זיין א אייגן שטעטל, האט ער אוואדי און אוואדי געוואלט אז זאל האבן איין הנהגה, איין קהלה, וואס ווערט געפירט מיט דעם סאטמארער שיטה וויזוי דער רבי האט געוואלט, און זאלן נישט זיין דא קיין ערבוביא פון כל מיני קהילות און קרייזן, ווי קיינער איז משועבד צו קיין שום הנהגה. דאס איז אלעס פיין אין וואויל ווען דער איינער הנהגה איז מרוצה לכל, פירט זיך טאקע, לפי דעת תושבי הקרי' חסידי סאטמאר, אויפן דרך פונעם אלטן רבי'ן און יעדער איז משבחים ואומרים אויף די הנהגה, דאן איז דער מטרה פונעם רבי'ן פארפולקאמט, א סאטמארע שטעטל וואקסט אין בליט אפגעזונדערט פון אנדערע קרייזן ודעות. און דאן וואלט יעדער מודה געווען אז דער מרא דאתרא איז דער אויסשליסליכער אטעריטעט אין קיינער דאר מסדר קידושין זיין שלא ברשותו אזוי ווי בימי ר' יואל זצ"ל. אבער וואס טוט זיך לו יצויר ווען דער איינער מאנאפאלער הנהגה פירט אוועק דער שטעטל פון סאטמארער שיטה, איך זאג נישט אז ס'איז אזוי במציאות אין קרית יואל, די בני יואל וועלן זאגן אז יא, און די אהרוניס נישט, אבער לו יצויר ווען למשל אזא איינער ווי דער הייניטיגער בעלזער רבי זאל מאיזה סיבה ווערן רב אין קרית יואל און זיך רופן סאטמארער רבי, איז שוין אטאמאטיש דער גאנצער מטרה פונעם שטעטל חרוב, דער חלום פון סאטמארער רבי זצ"ל איז חרוב ונחרב, אדרבא, דער רבי וואלט שוין אין אזא פאל ווען ענדערש געבליבן אין וומ"ב, ווי מ'איז נישט געצווינגן צו זיין אונטער איין הנהגה וואס איז מנוגד פון די סאטמארע שיטה, ממילא צו זאגן אין אזא פאל אז די נפרדים מאכן חרוב דעם רבי'נס מטרה פון שטעטל, איז מהפך הקערה על פיה, ווייל אדרבא דער חורבן האט שוין לאנג פאסירט ווען דער גאנצער שטעטל ווערט אראפגעפירט פונעם רבי'נס שיטה, זיי פרובירן נאר בלית ברירה צו אפשוינען אז עכ"פ א חלק פון די תושבים זאלן זיך ווייטער פירן בדרכי רבינו. יעצט די חסידי ר' אהרן וועלן אוואדי טענה'ן אז די גאנצער ארגומענט איז נישט נוגע אהער ווייל לשיטתם איז ר' אהרן יא א קנאי און פירט זיך יא בשיטת סאטמאר בלי שום שנוי כ"ש, קען זיין יא קען זיין נישט, דאס איז א זאך וואס מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז איבערמארגן אין קיינמאל פערטיגן, איך פערסענעלי האלט אויך אז ער איז א קנאי און די אלע טענות קעגן איהם בעניני ציונית איז שטותים, אבער דאס איז לעולם נישט קיין שום נפק"מ, ווייל אויב א גרויסער ציבור אידן אין קרית יואל, האלטן אז ער פירט זיך נישט בדרכי רבינו יואל, לשיטת הזאלויניס דער רוב, אבער אפי' זיי זאלן זיין דער מיעוט, אויב דער ציבור אידן איז א מיעוט דמינכרא, א ציבור פון הונדערטער אידן יראים ושלמים, קען מען אויף אזא גרויסער ציבור נישט ארויפצווינגען א געוויסער הנהגה, אפי' זיי זאלן זיין נאר א פערטל פון שטאט, אויב א גרויסע ציבור אידן האלטן אז דער הנהגה איז נגד התורה נגד וויזוי דער מייסד שיטה איז געווען האבן זיי א רעכט זיך אפציטיילן. איך האלט אז דער ברך משה, צו משה גבאי, האט געמאכט א גרויסער חורבן מיטן איינשטעלן אזא מין סיסטעם פון אריינשטעלן זיינע קינדער און אלע סאטמארע צענטערן בלויז פארן סיבה אז זיי זענען זיינע קינדער, איך האלט אז די 2 זאכן פון אדמורו"ת און רבנות וואלט געדארפט זיין 2 גענצליך אפגעטיילטע ענינים, דער אדמו"ר זאל טאקע גיין בירושה, צו דורך די קהלה, אבער דער ענין פון מרא דאתרא אין לאקאלער רבנות, וואלט יעדער לאקאל אין סאטמאר ווען געדארפט זיך אליינס ערוועלן א פרעמדער רב, לויט זייער געשמאק, אזא גאטונג ווי רב וואזנער אין לאנדאן, אדער ווי די ארונים אין מאנסי, איינער וואס איז סיי מרוצה פאר די אנשי הקהלה און סיי נכנע אונטערן אדמו"ר, אזוי וואלט אסאך אסאך מחלוקה ווען פארמיטן געווארן איך ווייס אז חסידי ר' זלמן לייב זענען זייער פארליבט אין משה גבאי פארן צישטאנד ברענגען ר' זלמן לייב'ן אלס רב אין וומ"ב, אבער דער אמת איז אז אין א פערפעקט וועלט, וואלט ר' זלמן לייב זיכער נישט געווען דער ערשטער אויסוואל, אזא איינער ווי דער יאוואזשנער רב אדער ר' שמעי' גרינבוים, וואלט לכל הדעות ווען געווען א בעסערע קאנדידאט, נאר אזוי ווי מ'האט געמוזט אפשלאגן ר' אהרן האט מען געמוזט בע"כ נעמען איין אנדערן זוהן, דאס איז פונקט ווי א קינד זאל אויסגיסן א גלעזל מילך און זיך נאכדעם גרויסן אז ער האט עס אפגעווישט, גיס נישט און וויש נישט, ווען קרית יואל האט ווען א פרעמדער רב, און וומ"ב האט ווען א פרעמדער רב, (איך מיין נישט א נישט סאטמארע איך מיין נישט קיין זוהן) און דער אדמו"ר וואלט בלויז געווען דער וואס געבט נאר די פיינעל הסכמות און ברכות פאר יעדע זאך, נישט זיין אינוואלווד אין יעדער דיטעיל, וואלט סאטמאר ווען אסאך שענער אויסגעקוקט, און זיך פארמיטן אסאך מחלוקת, עגמות נפש, און חורבונות. איך האלט אז די 2 סאטמאר צדדים זאל זיך לערנען א לעקציע פון דעם, און זיך איבערטראכטן זייער אלטער דרך פון ממנה זיין רבנים, די מחלוקה צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב איז שוין דערנאך דאס קען מען שוין לכאורה נישט צוריקדרייען, אבער קוקנדיג אויף פאראויס, יעדער חסידות פאר זיך דארף זיך טראכטן פון זייער עתידות. איך בעט חסידי ר' אהרן זאלן נישט מיך אראפרייסן, איך מיין אינגאנצן נישט צו מינימיזירן דער גדלות פון ר' אהרן אדער רז"ל, איך האלט אז איר וועט גוט אריינטראכטן וועט איר איינזעהן אז ס'ליגט אסאך אמת דא.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2010 01:02:53