היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מאיר הירש אנטוישט: ר' געציל וויל מיר נישט נאכגעבן

מאיר הירש אנטוישט: ר' געציל וויל מיר נישט נאכגעבן

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2758143

כלהנערים » 17/2/2010 04:57

פאליטיק געלייגט אין א זייט, יעצט ביזנעס גערעדט,

נעכטן מאנטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א שווערן געפעכט צווישן ר' מאיר הירש און ר' געציל בערקאוויטש,
ר' מאיר הירש וויל ר' געציל זאל ארויסגעבן א בירור איבערן שערוריה פון די קאטשקעס און זאל שוין יא ארויסשרייבן מער די מעשה וואס דא איז פארגעגאנגען, ווי סתם מחמיר זיין ער פארשטייט שוין אויך זעט אויס אז דעס איז א פארנעפעלטע תשובה און מאכט נאר א טונקעלערן שאטן אויף די גאנצע שערוריא, און דאס איז פארשטייצעך נישט קיין גוטע אפשען פאר די ביזנעס, ר' געציל זאגט אז ער קען נישט מאכן ליצנות פון זיך אליינס ער האט שוין איינמאל געשריבן אז ס'איז בלויז להחמיר און דע בירור וועט זיין א גרויסע סתירה צו זיין ערשטע תשובה, למעשה האט ר' מאיר הירש נעכטן גארנישט געקענט פועלן ביי ר' געציל, און ביי דעם איז עס געבליבן, אבער איך הער אז ר' מאיר הירש רוהט נישט און ר' געציל איז אין פרעשור, דער סוף גייט לכאורה זיין אז ר' מאיר גייט אויספירן,
 
פארשטייצעך שמואל ווידער גייט אודאי מאכן א ארטיקל אז כ"ק ר' געציל איז ב"ה געגאנגען א דרגא ווייטער אין חומרות...

געדענק » 17/2/2010 15:43

אזוי גאר??
ווי אזוי קומט צו דיר אן ארוינישע "ביזנעס" נייעס? נאך מיט אלע פרטים?

די מוזט זיין א גוטער שפיאן

כלהנערים » 17/2/2010 16:39

כ'בין געווען אמאל א שרייבער אין די בלאט דארט האב איך מיך דאס אויסגעלערנט...

כלהנערים » 17/2/2010 16:42

דע מעשה אבער איז גראדע קאנפירמד, האב אביסל געדולד

וואלןמה » 17/2/2010 17:19

זאג פאר מאיר הירש ס'אויב ער קען נישט אליינס מצליח זיין מיט כ"ק אדמו"ר באג"ד שליט"א, קען ער נאך טרייען זיין מזל דורך דעם ארגעטינער מסור, ער האט א שפראך צו אים

דער_אקס » 17/2/2010 18:10

איך ווייס די מעשה פאר א פאקט אז ר' מאיר הירש פארלאגט דע בריוו פין דעם מועל בשליחות רבינו ז"ל אבער דער מועל בשליחו ווי נאך נישט ביזדערווייל אבער סאיז דא גיטע האפענונגען אז ער וועט צום סוף נאכגעבען אזוי ווי ביז יעצט אייביג

געדענק » 17/2/2010 18:47

איך ווייס פאר א פאקט אז פשעווארסקע רבי האט געקאלט ריח"ם אדמו"ר מראסס סטריט הבירה אז ער זאל זיך נישט וואגען אונטערצושרייבען די נעכטיגע פסק דין!

כלהנערים » 17/2/2010 19:31

איך ווייס נישט פארוואס דו פארציילסט נאר א האלבע מעשה, די מעשה גייט ווייטער, ווען שארמאשער רב האט געהערט פון דעם טעלעפאן קאל האט ער געכאפט א גאן איז ער אריינגעפארן צו ר'יח"מ און געסטראשעט מיטן לעבן דעמאלטס האט ער זיך געבראכן און האט אינטערגעשריבן

חיים_מענדל » 17/2/2010 19:35

סך הכל קען דוד עקשטיין סטראשענען ר' געצילן מיט א הזמנה פונעם בית דין הגדול אורח מישור, דעמאלטס וועט ער זיך דערשרעקן אזוי ווי דער שארמאשער רב

דער_אקס » 17/2/2010 19:43

לאמיר נישט אוועק קריכן אין די זייט דא רעדט פין די קאטקעס נישט פין קיין סידור קדושין לאמיר נישט ארויס העלפן דע  לעבעדיגע קאטשקעס אוועק צי קריכן פין די נושא "קאטשקעס" ווייל דעס איז די עיקר
 
וואס ברויכען מיר מער דער מועל בשליחו האט זיך געקענט ארויס דריין פין אלעמען די לעצטע 10 יאר אבער נאך דעם וואס ער האט געגבען צי עסען די עוף טמא פאר אידן איז ער געווארן  א ריכטיגע מועל בשליחו


תוקן על ידי דער_אקס ב- 17/02/2010 19:46:40

ווער_איז » 17/2/2010 22:09

דער_אקס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאמיר נישט אוועק קריכן אין די זייט דא רעדט פין די קאטקעס נישט פין קיין סידור קדושין לאמיר נישט ארויס העלפן דע  לעבעדיגע קאטשקעס אוועק צי קריכן פין די נושא "קאטשקעס" ווייל דעס איז די עיקר
 
וואס ברויכען מיר מער דער מועל בשליחו האט זיך געקענט ארויס דריין פין אלעמען די לעצטע 10 יאר אבער נאך דעם וואס ער האט געגבען צי עסען די עוף טמא פאר אידן איז ער געווארן  א ריכטיגע מועל בשליחו



האסט א שטיקל פוינט