היפאקריטיע:ר' אהרן מסדר קידושין און לאנדאן, אנע רשות פונעם מ...
פאר די 'בחדרי חדרים' באזוכער, וואס כאפען זיך אויך אריבער צום אפיציעלן אהרוני פארטיי פורום- כל העולם כולו, איז נישט פרעמד דעם אויסדריק "נאר איך מעג און די טארסט נישט", די דאזיגע פראזע ווערט דארט אפט באנוצט ווען די דארטיגע מיקראסאפישע קעפלעך פילן אן גאנצעטע בלעטער מיט דמיונות און חזיונות צוגלייך, און פראבירען צו פארבען דאס בילד ווי גלייך דער סאטמארע קהלה-(מהר"יי) זוכט צו באהערשען דער גאנצע וועלט, און טוען אפ דאס ארגסטע בו ובזמן זיי רייסן אראפ און קריטעקירען אנדערע פאר די זעלביגע חטאים.
איך וועל נישט אריינגיין אין קיין דיסקאסיע מיט די קינדישע טונט גיסער פון דארט (אגב, האב איך באמערקט אז די גרעסטע פליק וואס מען קען געבן דא אויף הייד פארק איז צו באצייכענען עימעצן אלס קינדיש, דער שרייבט ווי א קינד, יענעמס קינדישע ארטיקל, דער בחורישע פורום, אא,וו... ) איך וויל נאר פארציילען א געשיכטע -וואס ווער עס וויל קען עס נאכגיין צו באשטעטיגען איר ווארהייט- וואס וועט קלאר צייגען אז טאקע די זעלבע פרה דאתרה וואס דרייט יעצטט איבער א שטאט צו פארלאנגען זיינע מכלומרשטע רעכטען, און שאנטעזירט רבנים מיט די מיאוסטע לאזינגען, און האבען זאגאר יעצט געשאסען זייער גרעסטע קאנאן -וואס ווערט שוין אזוי אוועקגעלייגט און געהאלטען אויף אייז פאר גאנצע צעהן יאר פאר אזא וויכטיגע געשעהניש- מיטן לאנטשען די פארעווע דרשה פון ר' געציל דיין.
טאקע דער זעלביגער -און איך וועל רופן דאס קינד ביים נאמען- ר' אהרן טייטעלבאם האט זיך דערוואגט מסדר קידושין געווען אן דעם רשות פונעם מרא דאתרא, און טאקע א מער קאמפעטענטע מרא דאתרא ווי אונזער מאסקאווי גלילות רב
ומעשה שהיה כך היה: מיט בערך צעהן יאר צירוק (איך ווייס נישט דעם פינקטליכען דאטום ווער עס האט מער אינפא. איז געלאדענט מגיב צו זיין) איז ר' אהרן דינן געפארען קיין ארץ ישראל, אונטערוועגענס האט ער געמאכט א סטאפ אין לאנדען צו די חתונה פון הנגיד ר' יעקב יושע פריעדמאן פון בראזיל א שטארקע שטיצער זיינעם, וואס האט חתונה געמאכט מיט ר' יעקב יצחק גרינפעלד פון לאנדען, ר אהרן איז נתכבד געווארען מיט סידור קידושין טראץ דעם וואס אין לאנדען האט דאן געלעבט און געווירקט הרב פאדווה ז"ל, איך ווייס נישט אויב די צוויי - רא"ט מיט הרב פאדוה ז"ל- האבן זוך נישט געגליכען, אדער סתם אזוי די האט די עגאאיסטישע נאטורען פון ר' אהרן געטון דאס זייניגע, און ר' אהרן האט אנגענומען דעם כיבוד און האט טאקע מסדר קידושין געווען.
די געשיכטע גייט נאך ווייטער פרייטאג צו נאכטס האט פאסירט א טראגעדיע, ווען די מוטער יעקב יושע איז פליצלינג צוזאמגעפאלען, און מען האט איר געדארפט אריינפירען אין שפיטאל און א קריטישען צושטאנד (לויט באריכטען האט זי דאן באקומען יענע מחלה, נישט נאכגעגאנגען) ר יעקב יושע ווען ער האט געזעהן כי כלתה אליו הרע איז שנעל אריבערגעלאפען צו הרב פאדוה אז ער זאל אים מוחל זיין, הרב פאדוה האט אבער בשום אופן נישט געוואלט מוחל זיין אויפן פגיעה אינעם מרות פונעם רב טראץ די גרויסע סכומים וואס יעקב יושע האט אים געוואלט דערלאנגען.
קאמענטארען אויף די געשיכטע איז גענצליך איבעריג, סך הכל איז, אז ר' אהרן-דער וויליכער רב- האט נישט געצעגערט קיין מילי-סעקונדע מסדר קידושין צו זיין אין א שטאט מיט א שטאנדהאפטיגע מרא דאתרא , און יעצט פארפירט ער און דרייט איבער א שטאט, אויף דעם וואס מען איז מסדר קידושין אין קר"י ווי ער איז קלאר נישט קיין מרא דאתרא, חוץ אויף די וויליזש אפיסעס און די סוער טענק.
בכגון דא אמרינן 'היפאקריטיע'...אגב אז מען רעדט שוין וועגן די סידור קידושין סאמאטוכע, האט מיר א חבר -א פאיע מתפלל- פארציילט אז זינט די העצערישע רעדע פון רב"צ לאוב, געפונט זיך דער לעצטער נישט דאס ארט אינעם פאיע ביהמ"ד, ווי דער מוצ"ל וואס איז קוים ארויס פון די ווינדלען דאווענט געווענליך שחרית אין די קליינע נאכמיטג שעות.
די פאיע עולם -וואס באשטייט מערסטענס פון מיטעליעריגע און עלטערע אידן וואס קענען באלד זיין זיין זיידע-אפשייען אים און גרויסען, און עטליכע האבן זיך שוין גענומען דעם קוראזש אים צו ווייזען די טיר פון אינדרויסען און אים פארשריגען ברבים.
כה לחי!!!
די האסט עס פארגעשריגען
וויאזוי זאגסטו נאר היפאקריטיע
אין לאנדאן איז אלעמען געווען 5-6 קהילות איינצ דערפון איז כדתיא
רוב די קהילות זענען שוין היינט נישטדא אבער עס איז נאך אלץ דא מער מאדערענע קהילות
אויב עפעס איז הרב ערנטרוי לאנדאנער רב
בסך הכל איז כדתיא די היימישסטע קהילה אין רוב תושבה סטעמפארד היל זענען חברים אין דעם קהילה
אבער צו זאגען אז ער איז רב דמתא? מן דכר שמיה
אפשר מעג מען נישט מסדר קידושין זיין אין ירושלים אן רשות פון ר' טוביה ווייס? כאילו דא אנדערע קהילות האבען שייכות מיט די עדה החרדית חוץ פון הכשר פראדוקטען
רבינחום זעט אויס צו זיין יואלי808'ס טרענסילעטאר...
ער האט ס'אזוי גוט ארויסגעברענגט צום פינטל. בטוב טעם ודעת.