נעכטן ביינאכט כ"ט שבט איז פארגעקומען די יערליכע דינער (מגבית השנתי ) פון די ארטיגע "מרכז המוסדות", וועלכע איז ברייט באקאנט און די לעצטע יארן אלס א פארזאמלונג פון פאליטיק ווי די פארשידענע רעדנער, אנגעהויבן פונעם אזויגערופענער זעלבסט געקרוינטער "ראש הישיבה" ר' חיים הערש מייזליש און די אנדערע חברי ההנהלה, און די אנדערע פארשידענע רעדענער'ס, שמועסן אויס זייערע פאליטיק אנאליזן בשער בת רבים.
נעכטן ביינאכט מוצש"ק אינעם "גראנד האל" זאל, איז ווידער דער דינער פארוואנדאלט געווארן פאר א פאליטיק האליעראציע.
דער "ראעש יעשיווע" הרב מייזליש האט געלאזט הערן דראמאאטישע סטעטימענט'ס, "אז די מוסדות מיט ר' משה חיים ווייס האבן שוין אונטערגעשריבן און די פארגאנגענהייט שטרי בירורין, און דער צווייטער צד האלט נישט ביים אונטערשרייבן בוררות, און זיי זענען מסרבים".
אויך האט ער פארשפראכן אז ביז א האלבע יאר וועט זיין אין בני ברק א גרויסער שינוי און דער צווייטער צד וועט ליידן א פארלוסט בכמה ענינים.
ר' ברוך אילאוויטש (דער נו"נ פון די מרכז המוסדות מיט'ן ירושלימ'ער רב) האט נישט געוואלט זאגן בפה מלא אז זיי האבן שוין אונטערגעשריבן בוררות, ווייל עס איז נישט מער ווי א שקר גס., ער האט אבער געלאזט הערן, אז מ'האלט שוין ביים אונטערשרייבן בוררות, און די צווייטע צד וויל נישט.
און האט דערביי ארומגערעדט די השתלשלות הענינים פון דעם סכסוך פונעם שטאנדפונקט פון די אהרונים.
נאך ווען ער האט געענדיגט רעדן, האט עם ר' משה חיים ווייס אנגעזידעלט מיט א טוץ פון קריטיק, פארוואס ער האט נישט געזאגט בפה מלא אז ער האט שוין אונטערגעשריבן בוררות, "אז די קענסט נישט רעדן וואס נעמסטו זיך עס אונטער" האט עם ר' נשה חיים פארגעהאלטן.
אבער איצט איז אויפגעדעקט געווארן דעם זיוף הנורא, וועלכע איז געטאן געווארן דורך אלע ביידע אויבערדערמאנטע פערזאנען. די באנדיטן האבן אריינגעשיקט פאר'ן ירושלימ'ער רב א אומקלארע אונטערגעשריבענע "שטר בוררות" וואס מ'קען כמעט נישט ליינען, און דערמיט האבן זיי געוואלט פארפירן דעם ירושלימ'ער רב מיט פאלשע אינפארמאציע ווי זיי האבן שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און די צווייטע צד נישט.
למעשה האבן זיי אבער געמיינט אז דער ירושלימ'ער רב וועט נישט ליינען זייער שטר, אבער עס שטעלט זיך אויף די האר פון קאפ זעענדיג וואספארא ליצים זיי זענען, ווען דער גאנצער שטר וואס עס האט אגב נישט קיין דאטום, איז א שטר פון פאר דריי יאר צוריק, פון יאר תשס"ז, ווי זיי שרייבן אונטער אז זיי גייען בוררות ביי די דריי פאלגענדע רבנים: ר' נפתלי נוסבוים, ר' יעקב כהן, ר' נתנאל לינדער, א הרכב פון בוררות, וועלכע עס איז שוין גע'פסלט געווארן מיט דריי יאר צוריק, און די צייט וואס דער הרכב הבוררות המוסכם פון דעם לעצטן חודש באשטייט פון א בי"ד של חמש, און גאר אנדערע רבנים אינגאנצן.
און מיט דעם פאלשן שטר האבן זיי געוואלט פארפירן דעם ירושלימ'ער רב מיט אידן תמימי לב, כאילו ווי זיי האבן שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, אבער די דראמאטישע פאפאראציע איז אנטדעקט געווארן געציילטע טעג נאכן עס האבן אריינגעשיקט פאר'ן ירושלימ'ער רב.
איצט בייסן זיך די באנדיטן זייערע נעגל, איבער דעם זיוף זייערע וועלכע עס אנטדעקט געווארן.
תוקן על ידי סוג ב- 14/02/2010 19:40:44