צווישן די אהרוינים און זאלוינים גייט שוין א לאנג יעריגער וויכוח. יעדער צד טענה'ט "די תורה איז מיט מיר און די אנדערע זענען רשעים"..
עס קאכט זיך לעצטנס וועגן א פרישער דיין וואס האט זיך אויפגעשטעלט רעדן קעגן שארמאשער רב, פארשטייט זיך אז די זאלוינים רייסן אים אינגאנצן אינטער און די אהרוינים שרייען אז ער איז א דיין און האט רעכט דאס צו טון.
איך האב אין א אנדערע אשכול אנגעפרעגט דעם ציבור אפאר שאלות, און לויט די תשובות וואס איך האב דארט באקומען פון ארוינים מיט זאלוינים צוגלייך, פארשטיי איך אז דער דיין איז א 34 יעריגער היץ קאפ א עסקן און א גוטע רעדנער, קוים ארויס פון די ווינדלען. אויף די פראגע פאר די אהרוינים פארוואס זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט א עלטערער דיין אדער לכה"פ א גרעסערע ת"ח פון יענעם האבן זיי נישט געקענט ענטפערן. (עיין שם).
האט מיר אויפגעבליצט א געדאנק, די אהרוינים ניצן די דיינים פאר די פארטייס אינטערעסע און דאס איז א זאך אויף וואס סאטמאר רב זי"ע האט שרעקליך פארפירט, בעיקר קעגן די רבנות אין ארץ ישראל מיט די טענה אז די גאנצע רבנות איז נאר דא אויף צו כשר'ן דעם שרץ.
זיך צו איבערצייגן אז דאס איז טאקע די תפקיד פון די אהרוינישע דיינים, וויל איך אנפרעגען דעם עולם א שאלה, פארשטייט זיך אז די צד וואס באזיגט האט מיט דעם א שטארקע הוכחה אז די תורה איז אויף זייער זייט.
ווער זענען די דיינים, און וויפיל דיינים זענען אויפגענומען דורך 1 הרה"ק בעל דברי יואל 2 הרה"ק בעל ברך משה? און צו וועלכע אפטיילונג פון סאטמאר געהערן זיי?
(די דיינים אויפגענומען דורכן ברך משה קענען נאר גערעכנט ווערן די וואס זענען אויפגענומען געווארן ביז תשנ"ט, פון דארט און ווייטער וועט יעדע צד טענה'ן אז נישט דער ברך משה איז געשטאנען אינטער די הכתרה וכדו')
ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, בעל דב"י, זאלוינים
ר' חיים דוד כ"ץ, בעל ב"מ, זאלוינים
ר' אלי' כ"ץ ב"ב, בעל, דב"י, זאלוינים
ר' זלמן לייב פילאפ, בעל ???, זאלוינים
ר' שלמה לייב וויינבערגער, בעל ???, זאלוינים
ר' משה מנחם טירנויער מאנטריאל, בעל ????, זאלוינים
ר' געציל בערקאוויטש, בעל דב"י, אהרוינים
ביטע העלפט מיר צו מיט די רשימה