הרה"ג ר' אהרן קויפמאן לאנגיאריגע מגי"ש און "תורת משה" תחת הנהלת הדומ"ץ רמ"מ טירנויער שליט"א, איז ארויס פון ישיבה און איז געווארן די נייע ראש ישיבה און "אור תורה"
למעשה האבן אסאך מענטשן נאך דעמאלט נישט פארשטאנען די באדייט פון די ישיבה, מונטריאל איז צו א קליינע קהילה צו קענען האבן אפי' איין ישיבה און כ"ש צוויי.
"תורת משה" פלעגט בעיקר האבן פרעמדע בחורים וואס האבן נישט געוואלט גיין אין ק"י ישיבה, און צשום איזה סיבה האבן זיי אויך נישט געקענט גיין און פרעמדע ישיבות זענען זיי אהון געגאנגען.
למעשה טאקע פון ווען קווינס האט זיך געפענט איז די ישיבה שוואכעק געווארן.
ע"כ איז געווען א פלא פארוואס די ארונים האבן געפענט א נייע ישיבה, ווייל ווער וועט דען אהון שיקן, די ארונים גייען קיין ק"י, און די פרעמדע ווילן דאך נישט אהון גיין די זעלבע סיבה ווי גיין אויף ק"י, ס"ה בלייבט איבער די פאר מונטריאלער בחורים, און אזוי אויך עטליכע בחורים ארונים, וואס ווילן נישט לערנען אין קיין גרויסע ישיבה, אדער מען מיז זיי משום איזה סיבה פארשוקן ווייט.
למעשה האט זזיך טאקע אזוי עס ארויסגעשטעלט, און די ישבה האט געהאט ווייניג בחורים,און אויך געלט איז נישט געווען, ווייל קיינער האט נישט קיין ספעמיעלע סיבה דאס צו שטיצן, און טאקע מען איז נאך שולדיג פאר די איינגעשטעלטע פון אנהייב זמן, דער קעכער איז יעצט אוועק געגאנגעען.
האט די הנהלה יעצט געמאלדן אז מען פארמאכט די ישיבה אויף קומענדיגע זמן.
עס איז צום ערווארטן אז הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט"א, וועט זיך אריבער ציען קיין ק"י, און ווערן א מגי"ש דארטן