גרויס פרייד הערשט ביי קרית יואל'ער אידן צו האבן א גרויסן גאסט אין שטאט אויף צוויי טעג היינט מיטוואך און דאנערשטאג.
אזוי ווי אלע רבנים וואס זענען פארנומען מיטן כלל, מיזן פון צייט צו צייט אוועק פארן זיך אפרוען אויף עטליכע טעג, ווי רביה"ק פלעגט פארן קיין בעל הארבער, שערן ספרינגס וכדו', אביו בעל ברך משה פלעגט פארן קיין פלארידע, אחיו הגדול מהר"א פארט קיין פאלם ספרינגס, אזוי אויך פארט מהרי"י אויף וואקאציע, אבער ער האט זיך איינגעפירט אז ער פארט נישט אוועק אויף ווייטע פרעמדע מקומות נאר ער פארט ארויס אין דימאונטענס צו זיין קעמפ, מחנה דברי יואל, און יעדן טאג קומען צו פארן עטליכע אידן פון ק"י צו משלים זיין צו מנין.
אזוי אויך היי יאר איז ער ארויסגעפארן פאריגע וואך מיטן פלאן דארטן צו זיין אויף צוויי וואכן, אבער אזוי ווי עס האט היינט אויסגעבראכן די שניי בליזארט, און עס איז שווער צו פארן פון ק"י משלים צו זיין מנין, האט ער באשלאסן ארויסצוקומען אויף די קומענדיגע טעג אויף ק"י, ביז שבת ווען ער וועט אהיים פארן לביתו נאווה קודש.
היינט אינדערפרי איז פארגעקומען די תפילות שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול "ויואל משה" דקהל יטב לב, און דערנאך איז ער צוגעפארן באזוכן אינעם נייעם בנין פון מוסדות ויואל משה, ווי מען פארענדיגט יעצט די נייע 26 קלאסן, און אזוי אויך די חתונה זאל.
אכסניה בבית ראש הקהל הרה"ח ר' מענדל שווימער שליט"א
תוקן על ידי נוטראלער ב- 11/02/2010 04:33:28