אזוי! רבי בנציון לויב איז גיווארן א ראצער ווייל ער זאגט נאך א פסק פין בעל דברי יואל ואס שמעקטא נישט פאר די פורצי גדר, אופאיינמאל איז ער א הדיוט קופץ בראש, פארוואס? ווייל ער איז נאר 34 יאר אין סע זענען דא עלטערע רבנים פין עם, וכאן הבן שואל, איז נישט דיין רבי א ראצערל א הדיוט קופץ בראש? איז נישטא עלטערע פין עם, איך פארשטיי אז די ווילסט נישט רבי אהרן, ווייל עם קענסטי נישט פירן ביי די נאז, אזוי ווי דער בירך משה איז אויך נאר גיווארן ענקער רבי ווען איר האט מיט עם גיקענט טין וואס איר ווילט, ווען ער האט שוין נעבעך נישט גיוויסט בין ימינו לשמולו דעמאלץ איז ער גיווארן א צדיק, דעמאלץ איז ער ענק גיט גיווארן, וועגן דען וויל דער שארמאשער פינקטליך וויסן ווען דאס איז גיווען, פאר ער האט גיזאגט ווערעמיגע קינדער צי דערנאך, אה קיי, אבער ר' ליפאלע, פארוואס נעמט איר נישט דעם הייליגן זענטער פאר רבי?, ער איז דאך עלטער, א עם ארץ איז ער דאך פינקט ווי ענקער רבי, סא פארוואס איז ער ענק נישט גיט?, פארוואס דארף דעם הדיוט קופץ בראש זיך אריין שטיפן די נאז ווען סאיז דא עלטערע פין עם?.
אין צי שלעק זאג איך, קיק אראן אין דעם געשריבענעם חוות דעת פין די דריי פורצי גדר שראבן זיי קלאר אז מען קען דארט מסדר קידישן זיין ווייל סאיז אינדרויסן פין שטעטל, זיי שראבן נישט אז ער איז נישט מרה דאתרא, איך דארף נישט פרעגן דעם שארמאשער ער האט דאס גישריבן אין יעדער זעט וואס ער האט גישריבן, אדרבה זאל ער שראבן אז ער איז נישט מרה דאתרא, זאל די ועלט זען וואס פאר א פורץ גדר מיר האבן, קודם איז דער בירך משה גיווען א... נאכדעם איז די תורה נישט קיין תורה, ואלה המשפטים איז שוין נישט אקטועל, אזוי איז מען בועט בתורת משה, מען גייט אין ערכעות, אין מע שרייבט אז רבי דוד עקשטיין איז גאר דער מסור, אזא פנים האבן ענק,
לאמיר זען ווען א רב בישראל אויזער די פאר מחוצפים זאלן קימען דארט מסדר קידישן זיין בלי רשות רבינו שליט''א, רבי געציל שליט''א האט נישט גיזאגט זיין חוות דעת פאר בועטי בתורת משה, פאר אזעלעכע וואס פאלגן נישט די תורה וואס פאלגן נישט דעם שולחן ערוך, פאר זיי האט רבי געציל נישט גירעט, ער האט געזאגט זיין חוות דעת פאר די רבנים ודיינים פין די ועלט, פאר ווינער רב פאר תולדות אהרן רבי פאר טאשער רבי פאר סוקולענער רבי פאר ספינקא רבי וכו' לאמיר זען צי זיי וועלן אנפייפן דעם מרה דאתרא צי זיי וועלן עם פאלגן. אין ענקערע שטותים מאכט נאר שטארקער רבי געצילס פסק דין וחוות דעת.