א. וואדבערי לגבי קרית יואל איז לויט'ן פסק פונעם דומ"ץ קהל יטב לב בקר"י אין די גלילות, כאטש וואס עס איז גאנץ ווייט, איז דאך א קל וחומר אז עטרת טשארנא איז כשיכון סקווירא ממש, ווייל לגבי גיטין האט אזא מקום א דין ווי ארץ ישראל אפילו עס איזפון חו"ל ווייל עס האט א דין פון "מובלעות", עס איז טעכניש אין שיכון סקווירא נאר אויסער די גרעניצן פונעם ווילעדזש.
ב. קרית יואל איז שוין א געווען א שטאט צעהן יאהר איידער איינער האט זיך דארט דעקלערט רב שלא ברצון הציבור, ואעפ"כ האט דער דיין דקהל יט"ל גע'פסק'נט אז ער הייסט מרא דאתרא, אין דאך על אחת כמה וכמה אז עטרת טשארנא איז חמור פי כמה, ווייל הגה"צ טשאקאווער רב זצ"ל האט געשריבן א תשובה להלכה (געדרוקט אין קובץ "זרע יעקב" וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאהר צוריק לרגל הדינער של מרכז הכוללים דשיכון סקווירא) אז יעדער וואס באזעצט זיך אין שיכון סקווירא קומט על דעת מייסד השיכון הה"ק מסקווירא זצ"ל, און יעדער מוז איינהאלטן די תקנות וואס דער מייסד השיכון האט אוועקגעשטעלט, עיי"ש באריכות ובחו"מ סי' ב'.
ג. מען האט אויסגעשמועסט וואס די הלכה איז ווען אין א שטאט זענען דא עטליכע קהילות מיט אן אייגענעם בית דין אויב עס קען נאך אל. זיין א מרא דאתרא אויף אלע קהילות, און מען האט אדורכגעלערנט די תשובה להלכה פון דומ"ץ דקהל יט"ל, און לפי דבריו קומט אויס אז אפילו ווען עס זענען דא מערערע קהילות און בתי דינים אין א שטאט קען נאך אלץ זיין איין מרא דאתרא. אין שיכון סקווירא אבער איז דא בלויז איין קהילה, איז זיכער בלי שום ספק אז כ"ק אדמו"ר שליט"א איז דער מרא דאתרא און ווער איז מסדר קידושין בלי רשותו (ווייל רבינו שליט"א איז דאך נישט אליין מסדר קידושין ער איז נאר עומד אצל הקידושין כמנהג אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק זי"ע) איז א פורץ גדר. און אזוי איז געבליבן מוסכם להלכה.
ד. די רבני ודייני ק"ק סקווירא שליט"א האבן נאכדעם נושא ונותן געווען אויב די אלע קידושין'ס זענען פסול למפרע, און עס איז געבליבן אז מען וועט מוזן דן זיין אויף דעם פרט בכובד ראש אין א קומענדיגע געלעגנהייט, ווייל מען קען נישט אויפהאלטן די חשוב'ע דיינים פון אויסלאנד צו פארבלייבן דא ביז דאס וועט נתברר ווערן, און מען וועט שטיין מיט זיי אין נאנטע פארבינדונג בכתב און בעל פה.
דערווייל האט מען אריבערגערופן דעם אייגנטימער פונעם זאל און פארלאנגט א גענויע ליסטע פון אלע בעלי שמחה און מסדרי קידושין, כדי אויב דער פסק זאל ארויס אז די קידושין זענען חלילה פסול זאל מען קענען זאפארט עפענען א טעלעפאן ליין צו מפרסם זיין די פסול'ע משפחות און די רבנים פורצי גדר אזוי ווי מען האט געטון אין קרית יואל.
דער זאל אייגנטימער האט זיך תיכף פארבינדן מיטן מזכיר הבי"ד דקהילות היראים בקרית יואל, און איהם געפרעגט וואס דער דעת הביד"צ איז בנוגע מסדר קידושין זיין אין די גלילות אדער מובלעות פון א שטאט בלי רשות המרא דאתרא, און ער האט איהם געזאגט אז ער רעדט פון שיכון סקווירא. דער מזכיר האט זיך שפעטער פארבונדן מיט איהם און געזאגט אז דער בי"ד קען נישט נעמען קיין מיינונג אין א שטאט וואס איז נישט תחת מרותם און די מציאות איז אנדערש, ווייל לכאורה איז דארט פיהל הארבער ווי קרית יואל וואס דער מרא דאתרא איז נישט אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא און די גלילות זענען נישט קיין גלילות און אודאי נישט קיין מובלעת ווי אין שיכון.
און ער האט צוגעגעבן (דברי עצמו) אז היות ווי עטליכע יאהר צוריק האבן מאנכע תושבי סקווירא געקויפט דירות נעבן שיכון אין א געגנט וואס איז ווייטער ווי דער זאל עטרת טשארנא איז פון שיכון, און כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ווי באקאנט געהאלטן א שארפע דרשה אז דאס איז קעגן רצון פון טאטן ז"ל מייסד השיכון, זאל מען דאס תיכף אפשטעלן, און מען האט אויסגעפאלגט רצון קדשו, קומט דאך אויס אז דער מרא דאתרא פון שיכון סקווירא קען יא זאגן א מיינונג אינדרויסן פון שטעטל און אפילו אויף א געגנט אריבער דעם 45 גאס וואס איז ווייטער פון שיכון סקווירא ווי עטרת טשארנא, ממילא איז אלס וואס איז נענטער ווי יענע הייזער תחת מרותו. מה שאין כן דער רב דקהל יטב לב אין קרית יואל האט נישט קיין מרות אויף די מענטשן וועלכע געהערן נישט צו זיין קהלה אפילו אין קרית יואל, און אודאי נישט אינדרויסן פון קרית יואל, און אין וואדבערי זיכער נישט. דעריבער זאגט ער אז ער וועט מוזן אויספאלגן דעם פסק פון דייני ורבני ק"ק סקווירא שליט"א שעל פי פסק הדומ"ץ קהל יטב לב בקרית יואל.
דער זאל אייגנטימער האט פרובירט זיך איינ'טענה'ן אז היות ווי אדמו"ר שליט"א מסקווירא האט אנגענומען דעם דעת הביד"צ דקהילות היראים דקרית יואל ביי די הלכה פון פאבליק סקול, און ער האט טאקע נישט געמאכט מיט עטליכע יאהר צוריק אן אייגענעם סקול דיסטריקט און פאבליק סקול כדעת חברי הביד"צ דקהילות היראים בקרית יואל ושלא כדעת הדומ"ץ דקהל יטב לב, ממילא שפירט ער אז אפשר אויך אין דעם פאל וועט דער רבי שליט"א אננעמען דעם פסק דין הדומה לנידון. דער מזכיר הביד"צ האט איהם געזאגט אז ער וועט דאס מוזן אליין פרעגן ביים סקווירא רבי'ן שליט"א. און עס איז געבליבן מוסכם אז ער וועט אליין אנפרעגן ביים רבי'ן שליט"א דעם מרא דאתרא.
(לא היה ולא נברא אלא משל היה)