היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » גאב"ד מיטן בי"ד שרייבן א בריוו: בג"ץ קאמפיין צופאלט

גאב"ד מיטן בי"ד שרייבן א בריוו: בג"ץ קאמפיין צופאלט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755144

yuchw » 9/2/2010 02:50

איצט איז ארויסגערינען די אינפארמאציע, אז צום באזוך פון סאטמארער רבי'ן שליט"א (וועלכע איז אפגעשיבט געווארן אויף כ' סיון דהאי שתא) איז שוין געווען גרייט אונטערגעשריבן א היסטארישן בריוו פון דעם ירושלימ'ער רב מיטן בית דין צדק דהעדה החרדית שליט"א, ווי זיי רופן דעם ציבור צו חולק זיין כבוד לתורה און מקבל פנים זיין מרן מסאטמאר שליט"א דער מגן ומחסה לחינוך הטהור.

דער בריוו איז זייער היסטאריש און עס האט אין זיך גאר שטארקע לשונות שבח בכבוד מרן מסאטמאר שליט"א, און עס וועט אי"ה פארעפענטליכט ווערן לכבוד די נסיעה כ' סיון תש"ע הבעל"ט.

דעם אונטערגעשריבענעם בריוו מאכט צופאלן דעם בג"ץ קאמפיין פון די אהרונים, וועלכע האט נישט געהאט קיין השפעה אויף קיין איין ערנסטער רב, דעריבער איז לעכערליך צוזאגן אז מ'האט אפגעשיבט די נסיעה איבער די בג"ץ פראבלעם.



תוקן על ידי yuchw ב- 09/02/2010 02:51:23

נערמאלער » 9/2/2010 03:35

די דארפסט פאר איינעם פארענטפערן אז די נסיעה איז געווען איבער דעם בג"צ ווי די ארוינים האלטן אין איין גיין? יעדער ווייסט ממילא און פאר א ארויני וועט ממילא נאר זיין אינטערסירט איבערצוקייען זיינע אפפאל אפילו ער וועט טויזענט מאל הערן דעם אמת