קיינער דא -מיטן אויסנאם פון 1 (אום) נארמאלער- איז נישט מפקפק אין ר' געציל'ס כח להורות בדבר ה' זו הלכה.מיר ווילן נאר וויסן 1 זאך: מהיכן דנתנו.
כ'מיין, סאיז טאקע א או"ה שאלה, אבער בנידון כזה, וואס סאיז חב לאחריני איז מען בארעכטיגט צו פרעגן. און אדרבה ווער עס קען ענטפערן בשמו אדער אפילו מחדש זיין מעצמו, בעט איך אל תמנע טוב מבעליו.
א) הגר"ג שליט"א סיי אינעם מכתב, און סיי ביי די דרשה בויט גג על גג אז מסברא האט רביה"ק בעל ד"י געוואלט דוקא
והנה, נניח ס'איז אזוי פארשטיי איך סתם אזוי נישט וואס מאכט עס אויס כ'מיין לכאו' לויט מיין הבנה אפילו די שטאט איז נישט נתייסד געווארן אדעתא דהכי, איינמאל מען נעמט אויף א רב כדת וכדין האט ער לכאו' אלע דיני מרא דאתרא.
אבער אם לדין יש תשובה, ווייל די ערשטע תושבים פון קר"י זענען מעיד קלאר דאס פארקערטע אז ביי די ערשטע חופה אין ק"י האט רביה"ק קלאר געזאגט אז ער וויל נישט איינפירן אז נאר דער מרא דאתרא זאל זיין מסדר קידושין.
און, באמת איז דאס פשוט מסתבר. ווייל כידוע האט רביה"ק געוואלט אז יעדער וואס רעדט נישט קיין עברית זאל זיך גוט געפונען דא, און ווי מער רבנים זאלן זיך דא אהער ציען און גרינדן בתי מדרשים און מוסדות התורה, און יעדער בר דעת פארשטייט אז באבובער רבי וואלט נישט אהער געקומען מיטן פלאן אז ער זאל נישט קענען מסדר קידו' זיין ביי זיינע חסידים.
נ.ב. עס איז וויכטיג צו געדענקן אז הגר"ג שליט"א האט קלאר געזאגט אז ער זאגט עס מסברא דנפשי' נישט ווייל ער ווייסט עס פאר א פאקט.
(גראדע דער בר"מ האט געזאגט לגבי מוסדות בני יואל אז ער איז זיכער אז דעם רבי'ן האט אין ווילי גארנישט געפעלט ער'ט נאר געבויט מאנרא צו האבן אן אייגענע ווירטשאפט. <אינטערעסאנט גראדע ר' געצל ברענגט אים נישט - אפשר ווייל ער'ט צוריק געצויגן עיין ערך מענדל בירל עם הגה"צ משארמאש שליט"א, אדער ווייל ס'דא עדות מכחישות אין דעם ענין - גרב"ץ לאוב בשם צוויבל>).
ב) לאמיר שוין אן נעמען אז יא, דער רבי האט דייקא געוואלט אריבער ברענגן דעם סיסטעם פון אונגארן.
אבער געוואלד!!! די וואלן -און עכ"פ הסכמת רוב הציבור- זענען געבליבן אין אונגארן???
כ'מיין, רבונא דעלמא כולה!!! שטייט דא א קהילה פון נארמאל מענטשן און שרייען קאזאק הנגזל!!! חרם דר"ת גאר??? וואו איז ר"ת געווען בשנת תשמ"ה??? דער חת"ס פסק'ט אויף אזא רב - וואס איז ארויף געצווינגען געווארן קעגן דעת הקהל - אז מען טאר זיך נישט אויף שטעלן פאר אים, אסור לקבל תורה פיו!!!
רב לאוב, זיך ווייקענדיג "בצילא דמהימנותא" האט איר אמאל אריין געטראכט דעם חומר הדבר? אדער נאר ווען די פארטריבענע בעה"ב בויען זיך א זאל אין זייער שכנות פטור צו ווערן פונעם זיך דארפן אלעמאל שלעפן, דעמאלטס כאפט מען זיך צו צו א ר"ת??
אנשטאט צו אנטלויפן מיט די גניבה, שרייט מען אויף די בעלי בתים גנב!!!
תוקן על ידי מאנדרויער ב- 08/02/2010 15:50:43
תוקן על ידי מאנדרויער ב- 08/02/2010 15:58:25
תוקן על ידי מאנדרויער ב- 08/02/2010 16:00:58