היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » צווייטע חתונה אינעם נייע חתונה זאל אין וואדבערי!!!

צווייטע חתונה אינעם נייע חתונה זאל אין וואדבערי!!!

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2754663

נוטראלער » 8/2/2010 06:04

מיט גרויס פרייד נעמען ערליכע אידן אינעם געגענט פון וואדבערי והגלילות, אז אי"ה ביז צען טעג ארום, ד' פרשת תרומה וועט פארקומען די צווייטע חתונה אינעם נייעם הערליכען זאל אין וואדבערי "היכל עטרת מאיר צבי"
ווי די מחותנים פון די חשוב'סטע בעלי בתים וואס קרית יואל פארמאגט. ה"ה הרה"ח ר' חיים צבי וואלנער שליט"א מצד הכלה, והרה"ח ר' קלמן מענדל פאלקאוויטש שליט"א מצד החתן, וועלן פירן זייערע קינדער אינטער די חופה בשעטו"מ.

כלל ישראל וואונטשט פאר די מחותנים, אז דער זיוויג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע זייערע קינדער, על דרך ישראל סבא.
מזל טוב!!! מזל טוב!!!

smilo » 8/2/2010 06:13

כלל ישראל וואונטשט: 
אנטשולדיג ווער איז ביי דיר כלל ישראל???????????

allgood1s » 8/2/2010 06:34

וואס איז געשעהן? עס האט דיך געכאפט א ציפ? וואס טוישטו דעם ניגון צו וואדבערי? דער שארמאשער האט דאך גובה עדות געווען און פארענט פונעם ווידיא פונעם בעל הצלת יוסף?

בכורשוטה » 8/2/2010 09:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 9/2/2010 02:14

עס קומען גוטע טעג פארן יהדות החרדית אין קרית יואל

ענדליך אן עכט אידישע זאל מיט אן ערליכן מסדר קידושין און כשר פלייש

נוטראלער » 14/2/2010 09:47

די וואך שבת איז פארגעקומען די "שבת אויפרוף" אין דער קידוש, ווי עס האבן זיך משתתף געווען א גרויסער עולם יראים ושלימים קומען אפגעבן "מזל טוב" פאר די מחותנים

 

הרה"ח ר' חיים הערש וואלנער שליט"א האט געזאגט א טייער געדאנק, אז אזוי ער האט באקומען א בריוו פון די א. ג. קהל יטב לב אז זיי גייען פארשרייבן אין פנקס הקהילה אז מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט די קינדער, האט דאס אים ארויפגעברענגט א מוראדיגע שמחה, ווייל יעדער טאטע האט א גרויסער זארג אז זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן זיך פירן על דרך ישראל סבא און נישט פארשלעפט ווערן מיט די השפעה פון די גאס, און ליידער זעהט אז אפי' פון גאר היימישט ערליכע שטובער ווערן קינדער פארפאלען, האט אים דער בריוו געברענגט א געוויסע פארזיכערונג אז זיינע אייניקלעך זאלן נישט קענען פארכאפט ווערן צווישן די ליצני הדור, ווייל קיינער פון די כת וועט זיך דאך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ וועלן זיי מיזן ע"כ בלייבן ערליכע אידן על דרך ישראל סבא

מישמאש » 14/2/2010 15:11

דער שאפראנער רב ר' הערשל מייזעלס גייט זיין מסדר קידושין.

א_בני_יואל » 14/2/2010 16:04

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער שאפראנער רב ר' הערשל מייזעלס גייט זיין מסדר קידושין.


שקר וכזב

מישמאש » 14/2/2010 16:34

Just confirmed: Shopron'e Ruv Shlit'a accepted to be Mesader Kidishin at the Chasuna next week Wednesday in the new Bnei Yoel Hall.

allgood1s » 14/2/2010 17:10

האט דער שארמאשער באקומען קאלטע פיס?

הערמיךצו » 14/2/2010 18:39

איך וויס נישט אבער עפעס זענען די אהרונים זייער אנגעזעצט. איך וויס נישט אויב זיי זענען געווען אזוי אנגעזעצט פאריגע מאל וון יודל הירש צו חיים הערש וואלנער האט חתנוה געמאבט עס מיז זיין אז קומט פין די צד הטומה רח"ל אין דער שטן לייגט ארייין א געוואלדיגע אנגעזעצטקייט אין די קליינע קינדער זעט אויס אז ס'איז א מצוה חתונה צו מאכן אין די זאל אין די אהרונים וואס זענעו נעבעך אריין געכאפט אין די נעץ פין די שטן טראגן עס נישט איבער

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/02/2010 19:20:14

nys10952 » 14/2/2010 19:06

שוין נישט אינטרסאנט מער דע נושא פין סידור קדושין לאמיר רעדן פין אינטרסאנטערע נייעס

קליפ » 18/2/2010 05:58

* width="500" height="405"> <*

קליפ » 18/2/2010 05:59

מנחם_מענדל » 18/2/2010 18:06

[בילד – נישט אפגעהיט]

מנחם_מענדל » 18/2/2010 20:07

אויך פון אימעיל:

[בילד – נישט אפגעהיט]

א_בני_יואל » 18/2/2010 20:22

איך האף אז איך וועל נאך אויך אריין גיין אין דע פינקס

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אסאך פאן געווען אין בני יואל מען האט געטאנצט מיט הר' אהרונ'ס קאטשקעס

[בילד – נישט אפגעהיט]

 [בילד – נישט אפגעהיט]

א_בני_יואל » 18/2/2010 20:49

פאר דע וואס מיינען אז סאיז נישט דא נאך פרינטערס אין קאפי מאשינען
[בילד – נישט אפגעהיט]

TeaParty » 18/2/2010 21:25

א_בני_יואל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האף אז איך וועל נאך אויך אריין גיין אין דע פינקס 
 


סא די ביסט איינער פון די קווינס באמ'ס וואס דרייען זיך דא אויפן פארק

א_בני_יואל » 19/2/2010 16:40

נאך איינמאל איך זע אזא זאך פון דיר אדער א צווייטן ווערט יענער אויסגעשפארט פונעם פארום!
דער מנהל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2010 21:35:57

אדמיראל » 19/2/2010 18:37

זאג זשע נאכאמאל בני יואלישל, ווער זענען די וואס מאכן פאני קאלס? הא?

נוטראלער » 22/2/2010 02:30

אזוי ווי דער מנהל לאזט נישט עפעמען אן עקסטערן אשכול אויף יעדע חתונה, פעסט איך עס דא אריין
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2759429&whichpage=1&forum_id=16386



דריטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי !!!

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה ביי כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט בכלל, און איבער אנ"ש בוואדבערי והגלילות בפרט, אז קומענדיגע וואך וועט אי"ה פארקומען די דריטע חתונה אינעם הערליכן זאל "עטרת מאיר צבי" אין וואדבערי בת"ת דישיבה תורה ויראה "בני יואל" ד'סאטמאר, טראץ די אלע פריוונגען פון די אינשי דלא מעלי, בוקי סרוקי, און קורץ קעפיגע, צושטערן דאס זאל קענען צושטאנד קומען, ווערט שוין אין בלויז עטליכע וואכן זינט דאס עפענונג פונעם זאל אפגעהאלטן די דריטע חתונה.
עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה, און זיידעס און באבעס, אז מען זאל זיך תמיד קענען פרייען נאר אויף שמחות געזונטערהייט.

והחוט המשולש לא במהרה ינתק

עס דערמאנט מיר דאס קלאפן פונעם שמש יום כיפור, ביים פארקויפן מפתיר יונה
צום ערשטן מאל, און צום צווייטן מאל, און צום, דריטן מאל...





תוקן על ידי נוטראלער ב- 22/02/2010 02:32:59

נוטראלער » 26/2/2010 08:10

די רשעים פון די מחריבי (משמרת) הדת, פרובירן נאך אלץ צו טוען וואס זיי קענען. די וואך האבן זיי געטוען נאך צוויי פרויבעס

1) זיי זענען ארויף צום מחותן הרה"ח ר' שאול יצחק כהן שליט"א, און אים געזאגט אז זיי גיבן אים אן אפשען, אז נאך די חתונה זאל ער פארן מיט חתן כלה קיין מאנסי, און דארטן איבער מאכן די חופה, און דעמאלט וועלן זיי גארנישט טוען!, האט הרה"ח ר' שאול יצחק צוריקגעפרעגט און אויב נישט דעמאלט... וואס וועט איר טוען, די תירוץ איז געווען... אז זיי האבן זיך אויפגעהויבן און ארויס, נישט האבענדיג וואס צו ענטפערן:, ווי אזוי שטייט און פסוק ופני המן חפוי.

2) זיי זענען אריבער צו די כלה און ארבעט, און איר אויך געזאגט די זעלבע זאך, און איר תירוץ איז געווען רעדט צי מיין טאטע, ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז מען דארף פאלגן א טאטע.
[טראכט נאר אביסל אריין אין די זאך, אז צוויי מענטשן זאלן אריבער גיין צו א מיידי רעדן, פוי פוי, מען דארף איינשפאנען די גאנצע וועד הצניעות דאס אויסצוראטן...]

נוטראלער » 4/3/2010 02:38

ביז עטליכע מינוט וועט אי"ה פארקומען די חופה
דער מסדר קידושין וועט זיין אי"ה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י)

א_בני_יואל » 4/3/2010 04:44

ב"ה סאיז שוין געווען די דריטע חופה אין די נייע זאל

SatmarBum » 4/3/2010 05:53

היסטאריש! בני יואל 3טע חתונה ס"ק כ"ק מסאטמאר שליט"א
" > <*

תוקן על ידי SatmarBum ב- 04/03/2010 05:54:07

FiveBoro » 4/3/2010 21:10


פון אישי.

לאמיר מאכן א שטיקל אנאליז פון נעכטיגן סידור קידושין

במילא ר' יואליש מארגענשטערן און ר' מאיר יודא טענענבוים קען איך נאך טרעפן א לימוד זכות זיי וואינען אין קרית יואל אנבלאנגען צו בני יואל ס'איז זייער זאל איז מהיכי תיתי

זיי שפירן נישט אז זיי טוען עס סתם פאר שנאה זיי קענען זיך נאך איינרעדן אז זיי מיינען דעם באשעפער דערמיט

אבער נעכטן איז ר' זלמן לייב ארויסגעקומען פון וויליאמסבורג איין מינוט כאפט אייך אן אינעם בענקל איר זאלט נישט אראפפאלן. ער קומט פון וויליאמסבורג פארוואס? וועגן ער

וויל זיין די מסדר קידושין לאמיר נישט פארגעסן דא רעדט מען נישט פון איינער וואס גיט א מיליאן דאלער א יאר פאר זיינע מוסדות ער זאל דארפן קומען צו אים ווייל אפילו ער

זאל נאר וועלן געבן האט ער עס נישט וד''ל.

גראד נאך די סידור קידושין איז ער צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג ניטאמאל געכאפט א בליק אויף זיין הייליגן סאסמאנ'ל אין צענטער פון שטאט וואס מיינט דאס???

האט איר שוין אמאל געהערט א רב זאל פארן א וועג פון איין און פערטל שעה (אן בליצער'ס וד''ל) סתם פאר סידור קידושין אין צוריק פארן?

דאס זאגט עפעס !!!!

דעס ווייזט עפעס!!!

אבער נאכאמאל ר' מאיר יודא טענענבוים ר' יואליש מארגענשטערן זענען בני יואל די זאל באלאנגט צו זיי (נישט אז זיי זענען חלילה  גערעכט וועגן דעם חס מלהזכיר) זיי וואינען

אין קרית יואל דארפן נישט פארן א שעה צייט. ער דער ר' זלמן לייב וואוינט ניטאמאל דא ער האט נישט דא געהאט א מסיבה אז ער זאל יעצט דארפן דא זיין די זאל איז ניטאמאל

זיינס אז ער זאל דארפן ווייזן בעלות נאר פשוט און פראסט אני ואפסי עוד וכל זה איננו שוה לי (האסט דאך אין וויליאמסבורג ס'איז נישט גענוג? וואס דארפסטו קומען קיין קרית יואל?)

זאג נאר ווען דיינע תלמידים האבן חתונה אין נייטרא פארסטו אויך?



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/03/2010 02:41:52

FiveBoro » 4/3/2010 21:17

פון אימעיל:

[בילד – נישט אפגעהיט]

בלומבערג » 4/3/2010 21:21

מערקוועדיג צווישן די באטיליגטע דער רויטער יאקאבאוויטש וואס האלט די ליכט דער גנב פון AT&T כידוע

ווייסט איינער וואס ער זוכט דארט?

האט ער היי יאר פורים אויך באגנב'עט כלל ישראל מיט די עי טי ענד טי וואוטשערס????

FiveBoro » 4/3/2010 21:24

נאך אימעיל:

[בילד – נישט אפגעהיט]

נוטראלער » 5/3/2010 07:34

פייו !!!
פארוואס מעלדט מען מער נישט די נעמען פון חתן כלה, עס קען דאך חלילה צוקומען צו א מכשול אז מען וועט זיך משדך זיין מיט זיי.

לוזערס

allgood1s » 5/3/2010 18:35

ווער געדענקט נאך ווי רז"ל האט פארפירט ווען די רבי שליט"א איז געקומען קוקען די מקוה טהרה אין ווילעמסבורג נאכדעם וואס דער רבי האט פארשאפט גרויסע געלטער דערפאר

אבער ווי געזאגט הא לן והא להו

דוד46 » 5/3/2010 18:52

וועמן מיינט מען למשל "וכל ישראל הכשרים"?

די געהאקטע בערד?...

א_בני_יואל » 8/3/2010 18:50

א פרישע אקציע פין די סבלנים פאר איינע פין די מחותנים
זעט אויס אז דער שיק אינגל איז נישט געווען ביי די חול המועד דרשה ווי זייער רבי האט געזאגט אז יעדער זאלל פאלגן זיין רבי אין נישט רודפ'ן איינעם וואס טיט ווי זיין דיין

די בילד איז פין היינט פין איינע פין די מחותנים וואס האט חתונה געמאכט ווי ער האט געוואלט משמיסט אז די פענט קימט פין S&L פענטינג וואס דער בעל הבית איז איינע פין די וועד משמרת הדת
[בילד – נישט אפגעהיט]

קושקע » 8/3/2010 18:57

איך האב סאך בעסערס



[בילד – נישט אפגעהיט]

א_בני_יואל » 8/3/2010 19:00

קושקע
ווי אזוי זאגט דיין רבי ביי די לעצטע דרשה ערגעץ אנדערשט איז עס פאטריקאנערס אבער אבער דא איז עס היימישע אינגעלייט אינזערע אינגעלייט

איך האב א עצה פאר דיר אז די שעמסט דיך דערמיט זע אז מזאל עס נישט טיען וועט נישט זיין קיין בילדער!!


תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 08/03/2010 19:08:02

א_בני_יואל » 11/3/2010 16:26

זעט אויס אז דע ארונים מיינען אז נאר זייער חבר וועד משמרת פארקויט פענט פארדעם האבן זיי דע נאכט אויך געלייגט פענט אויף איינע פין די מחותנים וואס האבן געפאלגט זייערע רבנים אין חתונה געמאכט ווי ער האט געוואלט איך מיין אז זיי זאלן טראכטן אז אויף זייערע קארס קען מען אויך לייגן פענט ווי למשל אויף דעם פישער וואס דרייווט פאר זייער סבלן אדער מסור עקשטיין זאלן זיי וויסן אז מקען אויך האבן פענט ערגעץ אנדערשט


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/03/2010 17:15:55

allgood1s » 11/3/2010 17:01

עה קען נישט זיין בנ"י טיט דאך נישט קיין טעראר! (סארי איך האב פארגעסן ווען בנ"י טיט טעראר הייסט דאס קידוש השם... ווייל הא לן והא להו)

אגב הער איך אז יאשקע מסור האט נאך נישט אויפגעניצט זיין גאנצע קען פעינט,

ער האט נאך נישט מחליט געווען צי ער זאל עס גיסען אויף א בנ"י קאר און מאכען בילדער אז סאטמאר טוט טעראר,

אדער דאס מאל זאל ער עס גיסען אויף אן ארוני קאר און מאכן דערמיט א קידוש השם!

א_בני_יואל » 11/3/2010 20:47

allgood1s כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עה קען נישט זיין בנ"י טיט דאך נישט קיין טעראר! (סארי איך האב פארגעסן ווען בנ"י טיט טעראר הייסט דאס קידוש השם... ווייל הא לן והא להו) אגב הער איך אז יאשקע מסור האט נאך נישט אויפגעניצט זיין גאנצע קען פעינט, ער האט נאך נישט מחליט געווען צי ער זאל עס גיסען אויף א בנ"י קאר און מאכען בילדער אז סאטמאר טוט טעראר, אדער דאס מאל זאל ער עס גיסען אויף אן ארוני קאר און מאכן דערמיט א קידוש השם!


יא האסט גענפערט צי די זאך[בילד – נישט אפגעהיט]ווי א אה.....

ביי דע וועי געדעקסט נאך ווען יעדער האט געוויסט אויף זיכער אז הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן האט אנגעצינדן ילד אין 14 יאר שפעטער איז געקימען דער נידערדרעכטיגער מסור דוד בן פעסיל עקשטיין אין געזאגט אז ער ווייסט ווער סהאט עס אנגעצינדן אין ער האט אויך געוויסט דעמאלטץ אז מגייט עס אנצינדן אין דער צינדער איז געווען משה גבאי לוכאורה גייט נעמען נאך 14 יאר ביז מסור עקשטיין גייט פארציילן ווער סהאט געלייגט די פענט

allgood1s » 11/3/2010 21:19

איז וואס זאגסטו? אז אויף די נעקסטע sd קארד פון יאשקע מסור גייט מען הערן ווי ער בעיט מען זאל עס נישט גיסען אויף די דרייווערס זייט כדי ער זאל נאך קענען ארומפארן אזוי?

א_בני_יואל » 11/3/2010 21:59

allgood1s כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איז וואס זאגסטו? אז אויף די נעקסטע sd קארד פון יאשקע מסור גייט מען הערן ווי ער בעיט מען זאל עס נישט גיסען אויף די דרייווערס זייט כדי ער זאל נאך קענען ארומפארן אזוי?


כדי איך זאל ווייטער רעדן מיט אייך ביטע ענפער אויף דעס וואס איך זאג נישט געב א דריי אין נישט ענפערן אויף מיינע ווערטער

allgood1s » 11/3/2010 22:26

האסט די ברירה נישט צו רעדן מיט מיר... אבער וואס האט איר געפרעגט נישט געדרייט?

א_בני_יואל » 11/3/2010 22:39

איך האב געשרבן אז סאיז נישט די ערשטע מאל וואס ענק טרייען אנצושמירן יענעם מיט ענקער שמיץ ווי למשל ביים ילד וואס יעדע ארוני האט געוויסט אז ר' יוסף האט עס אנגעצינדן אין יעצט דעם ווינטער איז געקימען דער מסור עקשטיין אין געזאגט אז ער האט שוין דעמאלטץ געוויסט אז משה גבאי איז געווען דער וואס האט עס אנגעצינדן אין נישט ר' יוסף נ"י נו יעצט איז נאכאמאל א פראבלעם מיט די טעראר גייט מען נאכאמאל שרייען ר' יוסף  האט עס געטיען נאר איך האף אז סוועט נישט נעמען נאך 14 יאר געוואר צי ווערן ווער סאיז באמת געווען

allgood1s » 11/3/2010 22:54

איך האב דיר געזאגט אז צילוב וואס די פעינט איז נישט געווען אויף די דרייווערס זייט קיקט עס מער אויס ווי אן אייגענע מעשה ווי טערעאר, און פרעג מיר נישט וועגן 14 יאר ארום ווייל פון יאשקע'ס sd איז מען אויך געוואר געווארן ווער עס האט געטהון געוויסע זאכן

לעקסינגטאן » 12/3/2010 03:19

בני יואל כהאב קיימאל נישט געוואוסט אז יאשקע פאנדראק האט אונטערגעצינדן ילד

ווי ווייט איך געדענק האט מען געשמיעסט אז סהאט עס געטון א יונגערמאן א שיק יונגל פון פראדלזאהן יענער איז שפעטער געווען פון ר' זלמנ'ס גרעסטע שלעגערס און שפעטער האט ער באקומען אביסל קאלטע פיס און זיך אפגעלאזט פונעם עסק און געווארן א זילבערבערג חסיד

אנדערע האבן געשמיעסט אז א צווייטער שיק יונגל פון פראדלזאהן האט עס געטון יענער אינאך עד היום ר' זלמנ'ס רעכטע צו לינקע האנט ער איז דער געוועזענער ראביי פון ניו יארק קארנעל האספיטאל

הצד השוה שבהן זיי זענען אלע זאליס!!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/03/2010 07:09:11

א_בני_יואל » 14/3/2010 16:23

דעם פרייטאג נאכאמאל טערזירט איינעם פין די מחותנים


תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 14/03/2010 16:24:23

א_בני_יואל » 14/3/2010 16:27

איך וואלט געראטן דעם חברה מאן אז ער זאל אויפהערן מיט די זאכן ווייל אז נישט ?......


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/03/2010 18:38:51