מיט א חוצפה'דיגע דרשה האט היינט אויפגעטרעטן דער דיין פון סאטמאר דרייוו מיט א בפירוש'ע חוצפה קעגן רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה זי"ע און רבינו בעל ברך משה זי"ע ארויסשיסנדיג קלאר קעגן זייערע פסקים, די פסקים פון זיין אייגענעם רבי'ן
קודם כל לאמיר זיך איינרעדן אז דא גייט ארויף אלע זאכן וועגן מרה דאתרא צו פרה דאתרא צו מרה שחורה וויאזוי מען וויל עס נאר רופן, איז דאך אבער קלאר אז רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע וואלט זיכער נישט געוואלט האבן פאר רב אין זיין שטאט דעם שייגעץ וואס איז בוגד בדרכו הקדוש, איז מכבד רשעים, ברענגט אריין פארברענטע ציונים אין דעם רבי'נס הייליגע שטעטל
חוץ דעם איז א קלאר א רבן דקרו אינדערצייט וואס דער ברך משה האט קלאר געשריבן אז רבינו שליט"א מעג זיין מסדר קידושין דא אין קרית יואל קומט ער און זאגט אז דער ברך משה האלט טאקע אזוי אבער איך זאג אנדערש,
רבי געצל, אויב איר קענט זיך אויפשטעלן און זאגן אזעלכע חיזוק ווערטער פאר'ן כבוד פון א טעראריסט א הולך בערכאות און א פורץ גדר פון ערשטען קלאס, דעמאלס וועלן מיר זיך באגנוגען מיט די פסקים פון אונזערע ערליכע רבנים און דיינים וואס כמעט אלע פון זיי באלאנגען און אונזער מחנה
כבודך במקומו מונח אבער דעם כבוד פון רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע קומט קודם
תוקן על ידי המהדרין ב- 09/02/2010 02:25:58
ווי אזוי פרעגט יונה בעקער זאגן? עס אונטערסירט אונז נישט וועס ענקער פעיראל דיין זאגט.
זיי נישט אזוי צוקאכט וועגן רבי געציל, וואס האסטו ערווארטעט אז אפילו דאס זאל ער נישט טאן פאר'ן ראט?
לגופו של ענין, עס איז קלאר אז די אלע וואס באלאנגען צו קהל יטב לב בערנאדא, דארפן פאלגן וואס ר' געציל הייסט זיי, און זיי זאלן נעמען וועמען ער האלט פאר מרא דאתרא.
און די וואס באלאנגען צו קהל יטב לב וועלן פרעגן, וואס דער דיין ר' ארי' ראזענפעלד, וועט פסק'ענען ווער ס'איז מרא דאתרא.
און די אלע וואס באלאנגען צו קהל בני יואל, אדער צו די קהלות היראים וועלן טאן וואס זייער בית דין וועט פסק'ענען.
אדרבא ואדרבא יגדיל תורה ויאדיר.
איך בין בכלל נישט ברוגז אויף ר' געציל אז ער האט געהאלטן א דרשה לטובת דעם רב פון זיין קהלה, ער דארף באקומען זיין געהאלט ווייטער, און ער מעג אפילו אזוי האלטן, ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם.
איך בעט אז קיינער זאל אים חלילה נישט מבזה זיין, ער איז א איד א תלמיד חכם, וכבודו במקומו מונח.
פארשטייט זיך אז זיינע פסקים זענען בינדענד אויף די מענטשן פון זיין קהלה, און זיי דארפן טאקע נעמען דעם ראט פאר מסדר קידושין, ספעציעל אויב זיי מאכן די חתונה אין א זאל וואס איז אונטער זיין קאנטראל.
און די אלע אידן וואס פרעגן דעם שארמאשער רב דארפן זיך צוהערן צו זיין פסק.
די אלע אידן וואס פרעגן שאלות פון הרה"ג ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א, דארפן זיך צוהערן צו זיין פסק,
און די בעסטע עצה וועט זיין, אז יעדע קהלה וועט זיך מאכן אייגענע חתונה זאלן, וואס דארט וועלן זיי אויספאלגן די פסקים פון זייערע דיינים ומורי הוראות.
למעשה האט איינער געזאגט דארט אז מען טאר נישט גיין צי א חתנה אהין?
פארשטייצעך אנטשולדיגט מיר אז ר' געצעל גייט קעגן דעם מרא דאתרא איז ער אויס דיין,
דער מרא דאתרא דא אין שטאט איז געווען דער ברך משה און אז דער ברך משה שרייבט א בריוו קומט ער און זאגט איך פייף דיך אריין דעמאלס קען ער זיך גיין מאכן א בית מדרש אין פלעטבוש אינטער וועלכע מרא דאתרא עס געפעלט אים
זייטס נישט נאריש
הרה"ג ר' געצל בערקאוויטש שליט"א האט נאך פאר די ארונים גארנישט געטון ביז היינט,
איז וואס, האט ער זיי געגעבן א ביינדל,
אנטשלדיגט איר זענט גרייט אויסציהאלטן דער חשובער דיין דקהלת ר"א אויף אייערע קאסטן,
לענ"ד האט ער געטון די מינומום פאר זיי,
פאריגע וואך ווען איינער האט עם געפרעגט
היתכן דאס איז א מרא דאתרא מען מאכט צי א בית מדרש,
האט ער יענעם געריפן און א זייט כדרכו און עם געזאגט מיט א שמייכל
דער חיליק פון סידור קדישין ביז פארמאכן די שול איז
אז פארמאכן שול איז געווען מיטן רשות פינעם מרא דאתרא, און ס"ק נישט,
| רשכבהגולם כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | למעשה האט איינער געזאגט דארט אז מען טאר נישט גיין צי א חתנה אהין? |
|
דער אגלי דבש האט געזאגט אז עס איז דא זייער שארפע לשונות אויף די משתתפים
רשכבה"ג יא יא מיט די שיינע שמייכלעך שטיצט ער אלע רשעות וואס זיי טוען נאר
ווען עס איז געקומען צוצושפארן א שוהל און ארויסטרייבן הונדערטער מתפללים...
וואס טוט ר' געצעל.... שיין געשמייכעלט
ווען די מענטשן וועם ער לעקט זיי טוען אהן די גרעסטע רשעות...
וואס טוט ר' געצעל.... שיין געשמייכעלט
ווען זיינע טיש זיצערס גייען אין קאורט מיט אפענע מסירה...
וואס טוט ר' געצעל... שיין געשמייכעלט
ווען מען איז מבזה רבנים און דיינים אויפ'ן ערגסטען פארנעם....
וואס טוט ר' געצעל... שייין געשמייכעלט
ר' געצל איר קענט נישט טאנצן אויף צוויי חתונות אם לה' לה' ואם לבעל לבעל
מיט דעם שיינעם שמייכל פאר ביידע זייטן האט ער זיי געגעבן א בלענק טשעק פאר אלע זייערע רשעות
יא יא איך קען פארשטיין עס איז דא מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו דעם נאמען "בערקאוויטש" אבער אז מען גייט קעגן די תורה דארף מען אוועקוקן אויף די אייגענע שוואכקייטן
אקעי
יעצט האט שוין א יעדער גענדיגט רעדן?
נערמאלער(?)
קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס דו האסט גענומען די מיה און צייט, און אנגערופן די קול געוועזענע סאטמאר, און אויסגעהערט די דרשה פונעם אפגעפרעגטן "שוואכקייט נאמען" בערקאוויטש??..
[בילד – נישט אפגעהיט]
אמעער
לעני"ד האבן די ארונים יעצט ארויס געשאסן זייער שטערקסטער און לעצטער קויל
דאס איז עס,
א יעדער קען זיך יעצט מאכן א חשבן הנפש וואס עס טוט זיך דא און ווי עס האלט,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 05:41:55
אלזא נאכאמאל,
ווייסט איינער ווער עס האט דארט אלס גערעט חוץ הגאון הגדול מהרג"ב שליט"א?
| רשכבהגולם כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לעני"ד האבן די ארונים יעצט ארויס געשאסן זייער שטערקסטער און לעצטער קויל
דאס איז עס א יעדער קען זיך יעצט מאכן א חשבן הנפש וואס עס טוט זיך דא און ווי עס האלט,
|
|
דאס איז עס אמת דברת ויפה דברת, די גאנצע מערכה האט זיך לכאורה יעצט געענדיגט
זיי האבן זיך אבער צו שפעט דערמאנט הערשט נאכדעים וואס עס איז שוין דא 25 דעיטס אין די נייע חתונה זאל, יא יא יעצט שריי שעלט בייס די קארפעט, די מציאות וועט זיך אבער נישט טוישן,
ערליכע אידן וועלן ווייטער אנגיין בדרך התורה והיראה מופרש ומובדל פון דעם פרה דאתרא אזוי ווי עס איז געווען אין אלע קהילות אינדערהיים אז ערליכע אידן האבן זיך אפגעטיילט פון די מהרסי הדת און מען איז ווייטער אנגעגאנגען לשם ולתפארת
הייבטס אן ענקערע ספינס כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן
און בני יואל איז ר"א א פאלנער שייגץ און אודא נישט מרא דאתרא,
אנביליוועבל!
פארוואס ווען א דיין וואס האט דער זויבערסטע רעקארד פון אלע דיינים אין סאטמאר, שטעלט זיך אויף אין זאגט בלויז זיין מיינונג, מיינט עס שוין 'שעלטן, שרייען, בייסן די קארפעט',
און ווען די זאלויני דיינים יעדן שני וחמישי, ביי יעדע קליינער אנטוויקלונג און די סאטמאר חאזעריי מחלוקה, קומען זיי ארויס מיט חרמות וארורים מיט קול קורות, רעכטס אויף לינקס, דעמאלטס איז עס הייליג אין טייער, תורה הקדושה, רבי ז"ל, וכו' וכו'...
היפאקריטן!
א מין השגה פון יארע 2010
ר"א, איך בין ענקער מרא דאתרא
ר"א [בילד – נישט אפגעהיט] די זייגער דרייט זיך און די באן פארט ווייטער, אויב די ווילסט קענסטו דיך מיטכאפן,
אדער אויב ווילסטו קענסטו זיין די הינט וואס בילד
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 06:04:16
| רשכבהגולם כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | הייבטס אן ענקערע ספינס כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן
|
|
דערפאר האב איך עס געשריבן מיט נעמען.
גלייב מיר נישט! פרעג זיי אליינס אן!!
פארקויף עס פאר דיינע קעלבלעך
איך פארקויף נישט גארנישט. איך פארצייל דיר א משעה מיט א נאמען, גיי פרעג זיי אליינס!
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | הא? שוין דא 25 דעיטס? דו ווייסט אפשר וואס טוט זיך אויף דער וועלט??
דו ווייסט אפשר וואס עס גייט פאר ביי די פאלקאוויטש-וואלנער שידוך וואו פאלקאוויטש שרייט אז וואלנער קען זיך אויסוועהלן א צווייטן מחותן פאר אזא חתונה?!
דו ווייסט אפשר וואס עס גייט פאר ביי די כהן-סרוגא שידוך, וואו די כלה מיט איר מאמע שלאפן נישט קיין נעכט און מאכן נעבעך נאס דעם קושן, נישט ועלנדיג זיין ענקער שמוץ-שטעקן?! |
|
יעצט גערעדט צו א זון פון משפחת פאלקאוויטש, ווי ער באשטעטיגט אז יא!!! די חתונה וועט אי"ה פארקומען מיטן פולסטן הסכמה פון זיין טאטן אינעם נייעם זאל.
אי"ה מארגן אינדערפרי וועל איך פרובירן צו רעדן צו איינעם פון משפחת סרוגא
צום ווידער זעהן מארגן
יא יא, "יעצט גערעדט".. מארגן רעדן..
ווען דו רעדסט שוין יא, דארפסטו קיינעם נישט צוריק קומען זאגן וואס דער ענטפער איז געווען, עס איז מיר גענוג אז "דו" זאלסט עס וויסן...
תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/02/2010 06:16:15
ברעיקינג -
יעצט באקומען א לייוו ריפארט פון די FIVE BOROS אז סטוט זיך אויף טישן און אויף בענק ביי צוויי חשובע קרית יואלע משפחות,
ווי ער געט איבער זינט דער עגלי דבש האט זיך די ערשטע מאל איו די היסטורי געמישט אין פאליטיקס (כפי עדותו של ר' סקאט) און גאסרט די חתונה ווי א פרה חרינה געט נישט קיין רשות טוט זיך יום טוב דארט.
די פרויען ליגן אויף דער ערד די יללות פון די כלה גייט אויף די העכסטע טענער, די שכנים האבן אריין גערופן די פאליציי, און עס דערקעמט זיך שטארק זייער אנוועזנהייט אין שטאט,
דיר מעיאר טוט העפטיגע שתדלנות צנאזאם מיט אלע שרי האחשתרנים והסדרנים
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן פון FIVEBORO
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אנביליוועבל!
פארוואס ווען א דיין וואס האט דער זויבערסטע רעקארד פון אלע דיינים אין סאטמאר, שטעלט זיך אויף אין זאגט בלויז זיין מיינונג, מיינט עס שוין 'שעלטן, שרייען, בייסן די קארפעט',
|
|
סקאט
קיינער האט נישט קיין קשיות אויף ר' געציל וועגן זיין סידור קידושין דרשה, יעדער פארשטייט אז ער דינט זיינע ברויטגעבערס,
און מען פארשטייט אפילו זיין שמור לי ואשמור לך געשעפט מיט'ן ראט, וועלכער האט געהאלטן א דרשה אז ר' געציל איז דער איינציגער דיין און אלע פארטייאישע דיינימליך זענען אונטערגעווארפן אונטער אים.
די מעמבערס פון די אנדערע קהלות אין קרית יואל רעכענען זיך סייוויי נישט מיט זיינע פאליטישע פסקים, לטובת דעם רא"ט.
די אמת'ע קשיא אויף ר' געציל איז נאר וועגן די שרעקליכע קאטשקע סקאנדאל,
אסאך מענטשן פון אנדערע קהלות האבן זיך ליידער פארלאזט אויף זיין רעפוטאציע אז ער איז זיכער עומד על המשמר אז דאס כשרות זאל זיין כדת וכדין
און ליידער יעצט ביים שרעקליכן קאטשקע סקאנדאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט עטליכע וואכן מיטגעארבעט מאכיל צו זיין אידן מיט עופות טמאות, כדי צו פארדעקן די שאנדע פון די פארטייאישע מופקרת בית השחיטה.
דאס אז ער זאגט דרשות אז רא"ט זאל זיין מסדר קידושין, דאס שטערט אונז נישט, ער קען זאגן זיין מיינונג, און מיר וועלן טאן וואס אונזערע דיינים ורבנים וועלן האלטן,
אבער דאס וואס אזויפיל אידן האבן זיך פארלאזט אויף זיין כשרות, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פארטייאישקייט האט ביי אים באזיגט ערנסקייט דאס איז באמת א ווייטאג
איך וואלט געקענט פארענטפערן, די א"ג 'שרעקליכע' קאטשקע סקאנדאל,
ער איז א דיין און ער האט אלע רעכטן צו האלטן אז די עופות זענען נישט טמאות, און דער איינציגער פראבלעם איז בלויז מסורה, ער האט גרויסע גדולים וצדיקים הקודמים אויף וועם זיך סומך צו זיין, ממליא בדיעבד, במקום ספק רחוק, האט ער אלע רעכטן אלס דיין מובהק צו מיקל זיין, דאס איז אזאך וואס יעדער דיין ספראוועט זיך טאג איין טאג אויס.
ועל כולם האט ער דאך געמאכט א ריקאל.
מיינסט אז די רופסט אים עגלי דבש ווערט ער קלענער?
סקאט
איך ווייס אז ער איז א דיין און ער האט רעכט אנצונעמען וועלכע קולות עס שמעקט אים, און איך בין זיכער אז ער קען ארויסקראצן א היתר אויף אסאך הארבערע שאלות.
דער פראבלעם איז נאר, אז מענטשן ווי איך און אנדערע, פלעגן זיך אויף אים פארלאזן אז ער האט א נאמנות, אבער יעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז פאר כשרות איז ביי אים וויכטיגער די פארטיי. און צו פארטיידיגן די פארטיי וועט ער זוכן וועלכע קולות עס איז נאר שייך, ממילא האט ער ביי אונז פארלוירן דאס נאמנות.
איך האב נישט אויף אים קיין טענות, ער דארף זיין כבוד, און ער דארף שפייזן זיין משפחה מיט זיינע חתונה געהאטע קינדער, און אויב וועט ער נישט דינען זיין פארטיי הונדערט פראצענט, וועט זיך אים נישט לוינען. ממילא וועט ער שטענדיג טאן וואס די פארטיי הייסט.
אבער סתם פשוט'ע אידן וועלכע האבן זיך פארלאזט אויף די קרית יואל'ע שחיטה, טראסטן אים מער נישט.
דאס איז דאך מיין פוינט, מהיכי תיתי אז ער האט מקיל געווען מיט די קאטשקעס צוליב 'פארטיי', דער מענטש האט דאך א סקוויקי-קלין רעקארד און פארטייאישע מחלוקה ענינים, ער איז נאך עד היום נישט ארויסגעקומען מיט קיין איין איינציגע בריוו אדער פסק הלכה בנוגע די סאטמארע ירושה/קארט חאזעריי, קיין איינס, ער האט אפי' מספיד געווען ר' אברהם לייטנער און די זאלוינישע שול, דער מענטש איז נודע אלס איינער וואס האלט זיך קלין
ממילא לייגט זיך אויפן שכל איהם צו שטעלן אויף די חזקה אז ווען ער האט מקיל געווען מיט די קאטשקעס, איז עס נישט געווען מחמת פארטיי, נאר מחמת חוות דעת תורתו, בהל' איסור והיתר, פונקט ווי ער קען יעדן טאג טרעפן היתירים ווען מ'פרעגט שאלות, און אנדערע מקצועת התורה
די זעלבע מיט די יעצטיגער סידור קידושין פסק, די מציאות איז אז ר' געציל איז דא ארויס מגדרו, און דאס ווייסמיר אז ווען א מענטש איז יוצא מגידרו איז עס מער לעדשיט און סאך שטערקער ווי איינער וואס איז ביי איהם א רגילות צו ארויסקומען מיט פסקים וואס זענען נוגע צו פאליטיק, ווי למשל דער וומ"ב דיין, ער איז מסתמא אויך א גרויסער צדיק אין א ת"ח אבער ער קען שוין נישט זאגן אז ער איז יצא מגידרי.
זייער פשוט, ווייל קודם זאגט ער אז מ'האט נישט גשחטן נאר ער האט געראטעוועט א צווייטן און נאכדעם זאגט ער אז יא נאר יש על מי לסמוך אבד חזקתו,
והשנית ער איז קיין פארווע מענטש קיינמאהל געווען, ער האט פאר פארטיי מתיר געווען טריפנע מילך אין קר"י, פאר פארטיי האט עא עובר געווען אויפן חדרב"ת און איבער געמאכט א גט
פאר פארטיי האט ער בועת געווען ברבו וועם ער האט מספיד געווען אין חרדים, און מתיר געעוען די פס"ל אין מאנרא פאר פארטיי האט ער מתיר געווען ערכעות אין קרית יואל אלע יארן
פאר פארטיי האט ער גאסר'ט בני יואל
און פאר פארטיי האט ער מתיר געווען מאסקאוי קאטשקעס אבער אויף סידור קידושין האט ער נישט געטראפן קיין איין היתר, ווען ער האט נישט געמאכט קיין איין טעלעפאן קאל צו די רבני צופרעגן פון ווי זיי האבן געפנסקנ'ט זיי וועלן עם שוין ווייזן פון ווי זיי האבן געפסקנ'ט ווי איידער מוציא לעז זיין אויף יידישע קינדער רח"ל
סקוויקי קלין???? יא ביי די ירושה פרשה איז ער געווען נוטראל, ער האט נישט געוויסט ווי צו שטיין
תוקן על ידי zibala ב- 11/02/2010 04:27:53