באקומען אין אימעיל
נעכטן נאכמיטאג בין איך צופעליג געווען זייער רואיג ווען איך האב געענדיגט ארבעטן אביסל פריער ווי געווענליך, האב איך באשלאסן צו אהיימגיין פריער פון דער ארבעט. איך זעץ מיך אריין אין קאר און פאָר זיך אזוי געמיטליך די האלבע שעה וואס נעמט די וועג פון מיין ארבעט ביז צו מיין היים.
איך קום אן צום "טאל-בוט", איך גיי אויפ'ן "איזי-פעס לעין", איך פאר אויף די פארלאנגטע 5 מייל א שעה, דאס לעמפל ווייזט גרין, און איך פאר ווייטער. איך קום אן ביים עק פונעם "פאליס סטעישאן ראוד", איך מאך בלינקערס און דריי זיך איין אויף רעכטס, אריין צו קרית יואל. אבער אט די "קרית יואל", דאס האט מיר געמאכט א פראבלעם. איך האב נישט געוואוסט אז קרית יואל איז געקומען אונטער אן אטאקע און יעדער וואס געפינט זיך דערין "מוז" פריער אדער שפעטער ווערן אפגעשטעלט אין משך פון די וואך.
איך פאר לאנגזאם אויף בעיקערטאון ראוד, ווען פלוצלינג זע איך רויטע לעמפלעך אינעם שפיגל. אפשר יאגט זיך א הצלה צו העלפן א פאציענט, קלער איך, אפשר וויל מצילי אש שנעל אנקומען לעשן א ווילדן פייער, אבער גאנץ שנעל זע איך אז ניין, דא רעדט זיך פון א פאליציאנט, און ער מיינט טאקע מיך.
מיין הארץ האט בכלל נישט אנגעהויבן שנעלער קלאפן, וויסנדיג אז עס זיכער נישט עפעס וואס איך האב געטון שלעכט. כ'בין דאך יעצט געפארן הונדערט פראצענט רואיג און געלאסן, סיט-בעלט איז אנגעטון, געמאכט בלינקערס, געצאלט ערליך טאל, נישט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן, מיינע אלע לעקטערס ארבעטן. איז וואס יא? האב איך זיך געוואונדערט. ווי געזאגט, האב איך דאך נישט געוואוסט אז איך בין פשוט אנגעקומען אין די "אטאקע זאנע".
איך מאך שנעל בלינקערס, רוק מיך תיכף אין די זייט דאס מערסטע וואס מעגליך, ווי דאס געזעץ פארלאנגט. איך נעם שנעל ארויס מיין לייסענס קארטל און זוך אויף דעם רעגיסטראציע קארטל, אלעס זאל זיין גרייט ווען דער פאליציאנט קומט אן. איך ווייס אז זיי האבן נישט ליב צו ווארטן.
דער פאליציי מאן שפאנט מיט א פעסטקייט צו מיין טיר, איך עפן די פענסטער און באגריס אים. אבער ער, אן קיין איבעריגע שהיות זאגט טרוקן " לייסענס ענד רעגיסטרעישאן פליז". נאך פאר ער ענדיגט עס ארויסזאגן, גיב איך זיי אהין די זאכן. איך פרעג אפילו נישט גלייך וואס עס איז די פראבלעם דא, וואס איך האב איך חוטא געווען, נאר איך ווארט ער זאל זאגן. אבער ער זאגט נישט, ער באטראכט די רעגיסטראציע און הייבט זיך באלד אן אויסדרייען צו אוועקגיין.
זעענדיג אז דאס איז מיין לעצטע שאנס צו געוואויר ווערן וואס דא גייט פאר, און זייענדיג זיכער אז קיין פארלעצונג האב איך נישט געטון, געב איך שנעל א פרעג, "עקסיוס מי, מעי איי פליז נאו, איף איי דיד סאמטינג ראנג? ענד איף סאו, וואט איז איט?" באמת איז די איינציגע זאך וואס איך האב דעמאלט געקענט טראכטן וואס דא גייט פאר, איז אז אפשר האט זיך מיר פונקט אויסגעברענט די לעקטערל העכער די לייסענס פלעיטס. אויסער דעם, קען גארנישט זיין.
ווי ער הערט מיין פראגע, גיבט ער זיך א דריי אויס, טראכט א סעקונדע, קוקט מיך אן, און זאגט: "דעיר, בעק אן דע ראוד, יו ווענט אן די יעלאו ליין." דאס הייסט, ערגעץ פריער האט ער מיך געזען ארויפטרעטן אויפ'ן געלן ליין אויפ'ן ראוד.
קודם האב איך זיך געפרייט אז מיין לעקטערל העכער די לייסענס פלעיטס ארבעט יא... אבער ערנסט גערעדט, איך האב נישט געוואוסט צי כ'זאל לאכן אדער וויינען. כ'מיין, ווי קען איך דאס אפילו אפלייקענען? כ'בין געווען אויף דעם געלען ליין פאר א סעקונדע, וואס קען איך דען זאגן? און אפשר האט פריער א טרעקל פארנט פון מיר עפעס אראפגעלאזט און איך האב זיך נישט אפגעשטעלט דאס אויפהייבן און דערביי געשטעלט א געפאר פאר די אנדערע קארס... גיי ווייס וואס נאך איך האב דא געטון אומוויסנדיגערהייט אין די לעצטע האלבע שעה – אויב איך האב עס בכלל געטון. כ'בין ווייט פון איבערצייגט אז ער האט מיך בכלל געזען פארן אויף א געלן ליין. איך האב אים נישט געהאט געזען פריער, און אז ער האט מיך אזוי קלאר געזען און נאך אזוי זיך קאנצענטרירט צו קוקן אז איין רעדל האט פאר א סעקונדע זיך געגעבן א גליטש ארויף אויף דעם ליין אינמיטן דעם ראוד, וואלט איך אים געמעגט זען.
בקיצור, דעם טיקעט האב איך באקומען, פארשטייט זיך, און שפעטער איז עס מיר בכלל נישט געווען קיין חידוש, ווערנדיג געוואויר איבער די גאנצע שטאט וואס רעש'ט איבער די ווילדע "טיקעט אטאקע" אויף קרית יואל. עס איז "הימל און ערד, און טיקעטס אין מאנראו."
אבער אנטשולדיגט, ניין, נישט אין מאנראו, די מענטשן אין טאון אף מאנרא ווייסן פון גארנישט. עס איז נאר ממש אין דעם אידישן שטעטעלע "קיריעס דזשאועל". נאר דארט וואו די חסידים, די סארט מיט די גרויסע דיקע בערד און לאנגע געקרייזלטע פיאות, זיי זענען עס וואס באקומען טיקעטס רעכטס און לינקס. זיי ווערן אפגעשטעלט אין די מאסן און באקומען די ווייסע צעטלעך איינס נאכ'ן צווייטן. אויב כאפט ער דיך נישט אריבערפארן א געלע לייט, וועט ער דיך כאפן פאר'ן זיך אפשטעלן פאר א סעקונדע אין די זייט פונעם ראוד. אויב דאס אויך נישט, וועט ער דיך כאפן פארן אויף די געלע ליין, און אויב דאס אויך נישט, וועט ער זאגן אז אין איין רעדל פעלט לופט... אויב ביסטו א איד וואס פארט אויף די קרית יואלער גאסן, וועט ער שוין עפעס טרעפן.
און מ'קען קיינעם נישט איינרעדן אז "מען מיינט דא גארנישט", פשוט היטן דאס געזעץ, ווייל אויב זאל מען הערן די פארלעצונגען אויף רוב טיקעטס, זעט מען אז זיי טרעפן דא נישט קיין בין לאדינס אדער על קאפאונס, נישט קיין סוספענדעט לייסענס איז די אישו און נישט קיין טרעפיק-לייט אריבערפארער, עס איז פשוט און פראסט דא איין פראבלעם וואס די מענטשן האבן: זיי זענען אידן. און חסידישע אידן. און נאך מער, לאמיר עס איינמאל פאר אלעמאל אינגאנצן קלאר אפן ארויסזאגן: אלטרא חסידישע, היימישע, פרומע, אפגעפליקטע, עקלדיגע, אפגעריסענע, אפגעשליסענע, חסידישע חסידים. יא, דאס איז זייער פארברעכן.
און לאמיר דא זיין אויפריכטיג, מען קען נישט זאגן אז מ'קען קיינעם נישט כאפן פארן מיט דריי העכער די ספיד לימיט. עס זענען מענטשן וואס יאגן זיך אמאל, פונקט ווי אין אילינאי, שיקאגא. ביזנעסלייט יאגן זיך צו אניאגן זייערס, טאטעס דארפן אפנעמען קינדער פון חדר, מאמעס דארפן לויפן שאפינג און אהיימלויפן צושטעלן נאכטמאל פאר אירע 8 טיייערע קינדערלעך, און די קאר סערוויסעס זענען פארנומען טראגן און ברענגען יעדן איינעם צו זייער באשטימטן ציל. אבער צו נעמען "נאר" איין סארט מענטש, גערופן חסיד, אין "נאר" אין איין שטעטעלע, גערופן "קרית יואל", און "נאר" דארטן זאלן א מחנה פאליציי אפשטעלן יעדע איינציגע מינוט נאך א מענטש און "נאר" אין די ספעציפישע וואך צייט, דאס איז אומ'יושר, דאס איז "ראנג", און דאס איז, אמעריקאניש גערעדט, ריכטיגע "רעישעל פּראפיילינג", לויט אלע ראשונים און אחרונים.
זאל די זעלבע זאך ווען פארקומען ערגעץ אין א שווארצן געגנט אין ניובורג אדער הארלעם, וואלט שוין געווען פראטעסטן און דעמאנסטראציעס, על שארפטאן וואלט שוין געגעבן פּרעס קאנפרענצען און דערמאנט די טונקעלע יארן ווען מען האט באהאנדלט שווארצע אנדערש ווי יעדן נארמאלן בירגער, אלע טיקעטס וואלטן באלד געווארן ארויסגעווארפן און מ'וואלט נאך אפשר באקומען אנטשולדיגונגס געלטער, מען וואלט פארלאנגט אן "אפעלאדזשי" פון דעם הויפט קעפטעין און פרעזידענט אבאמא וואלט נאך אפשר אין זיין קומענדיגע רעדע געזאגט אז " נאך אלעם איז רעישעל פראפיילינג נאך ליידער נישט קיין זאך פון דער פארגאנגענהייט." און אפשר וואלט ער אפילו באצייכנט די אקטן פון די דאזיגע גרופע פאליציי אלס "סטופיד".
איז וואס איז יעצט אנדערש דא אין קרית יואל? איין זאך, דא רעדט זיך ביי די איצטיגע מעשה בלויז פון "חסידים". און ווער זאל זיי פארטרעטן? ווער זאל דא דורכפירן מארשן און פראטעסטן? זיי האבן דאך קוים אחד בעיר וואס קען רעדן א גוטן ענגליש? און אפילו יענער וועט זיך דאך נישט דערוואגן צו רעדן צו די טעלעוויזיע. קיין לאיער אדער פראפעסיאנאלן פארטרעטער האבן זיי דאך אויך נישט, זיי קענען דאך בכלל נישט דעם גאנצן לעגאלן סיסטעם, זיי זענען דאך פארנומענע מענטשן מיט א ים מיט קינדער? שוין, איז דאך אלעס ווי געגאסן, קיינער וועט נישט שטערן, קיינער וועט נישט קעמפן. און דאס ווייסן די פאליציי זייער גוט.
איי, די מענטשן זענען דאך נעבעך נישט שולדיג אז די פאליציי האט פאר סיי וועלכע סיבה באשלאסן צו אויסטיילן מינימום הונדערט טויזנט טיקעטס אין איין חודש. איך ווייס נישט צי זייער ציל דערמיט איז בלויז צו אריינגיין אין די "גינעס בוק אוו ווארלד רעקארדס", אלס זייענדיג די פאליציי גרופע וואס האט "אויסגעטיילט די רעקארד מערסטע טיקעטס אין איין חודש פאר איין באצייכנטע גרופע מענטשן". אדער אפשר האט זיי פשוט דער הויפט קעפּטעין געלאזט מעלדן אז מען גייט שניידן דעם בודזשעט אדער זייערע וועידזשעס, און די פאליציאנטן האבן אים צוגעזאגט אז זיי גייען אים אריינברענגען צוואנציגע מאל די געלט וויפיל עס קומט געווענליך אריין. ווען ער האט זיי געפרעגט, וויאזוי? האבן זיי אים בלויז געוואונקען און געזאגט "פארלאז זיך אויף אונז." און עס איז, זעט אויס, קלאר געווען אויף וואס זיך צו פארלאזן...
בקיצור, דאס זענען מעגליכקייטן, און אפשר בלויזע קאנספיראציעס. אבער איין פאקט איז קלאר ווי דער טאג: די מאנרא פאליציי האט באשלאסן צו טיילן די מערסטע טיקעטס וואס נאר מעגליך אין פיר-און-צוואנציג שעה אין טאג. און דוקא פאר חסידים, איינוואוינער פון קרית יואל. איך זאג אייך, א גוי וואס פארט אויף 125 מייל-פער-שעה אויף פארעסט רד., האט נישט וואס צו מורא האבן. ער זאל נאר זיכער מאכן אז זיין הוילן קאפ מיט לאנגע האר זאל זיך גוט אנזען (נאר ח"ו זאל ער נישט האבן קיין טונקעלע פענסטערס, וואס דעמאלט וועט דער פאליציאנט זיך שווערן אז עס איז א אידישער פישל,) און דאן קען יענער גוי ארויסרייסן זיין סיט בעלט, פארן אויף 100, נישט מאכן קיין בלינקערס, אויסדרייען זיין פלעיט, און אפילו פייפן דורכפארנדיג דעם פאליציאנט, עס וועט אים גארנישט געשען. דער פאליציאנט וועט זיין צו פארנומען צו קוקן אויף דעם קאר וואס קומט צו פארן הינטער אים אויף 35 מ.פ.ש. אבער האט אנגעצינדן די ווייפּערס טראצדעם וואס עס רעגנט נישט. און אויף דעם מוז ער דאך שטרענג קעיר נעמען, ווייל ער האט באמערקט א קאפל אויפ'ן קאפ.
און יעצט, אן ערנסטע ווארט צו די פאליציי: פליזזז, קיינער פון אונז וויל מיט אייך נישט אנהייבן. יעדער פון אונז פרובירט, פונקט ווי יעדן נארמאלן דרייווער, צו אויספאלגן אלע דרייוון געזעצן. מיר זענען אפילו אויך גרייט צו באקומען א טיקעט און ליידן די קאנסעקווענצן אויב פאלגן מיר נישט אמאל אויס דעם געזעץ. אבער זיך צו פארלייגן "נאר" אויף אונז, דאס איז נישט יושר. צו טיילן טיקעטס פאר זאכן ואוס זענען גאר מינדערוויכטיג, איז נישט פעיר. צו אפשטעלן איינעם און אים געבן א טיקעט מיט אבי א תירוץ, אפילו דו ווייסט אז דו האסט אים קיינמאל נישט געזען אויף דעם געלן ליין, פליז, איט דאזענט מעיק עני סענס.
נישט ווייל איינער האט א טלית קטן (די געלע קליידעלע וואס מיר טראגן אויפ'ן העמד) דארף מען אים שוין אפשטעלן, און מעט שוין טרעפן עפעס אן "עקסיוז" אים צו אהינגעבן א טיקעט. נישט ווייל איינער טראגט שווארצע ברילן, א וועסטל, און א רויטן בארד וואס שלענגלט זיך אראפ ביז גאר נידריג, דארף מען אים שוין אפשטעלן און אויסטיילן צרות. נישט ווייל יענער קען נישט קיין ענגליש און דארף זיך אויסקראצן פינף מינוט צו מסביר זיין אז ער יאגט זיך צו זיין קינד אין שפיטאל וואס מען האט נארוואס דיאגנאזירט מיט א ביטערע מחלה, מעגט איר מיט אים טון וואס איר ווילט. ניין, מען האט נישט מיט אונז געלערנט קיין געהעריגן ענגליש, אזוי איז דער סיסטעם דא ביי אונז, און איר מוזט דאס, לעגאל, רעספעקטירן. און אגב, דאס איז אויך די סיבה וואס איך שרייב דעם בריוול אויף אידיש און נישט אויף אייער ענגלישן שפראך, וואס צום באדויערן איז דאס אויך די סיבה פארוואס איך קען דאס נישט שיקן צו די "דעילי ניוס", אז זיי זאלן דאס בעסער נאכקוקן, אויספארשן, און העלפן אפשטעלן.
עס איז נישט פעיר צו רייטן אויף מענטשן וואס קענען נישט, און ווילן נישט, זיך שלאגן מיט אייך, זיי זענען נישט אין די גוסטע צו קעמפן, זיי ווילן זיך פשוט גיין זייער וועג, קעיר נעמען פון אלעס וואס עס פעלט אויס אין זייער אזוי פארנומענעם לעבן, וואס רעכנט אריין א גרויסע צאל קינדער (א זאך וואס איר מעגט אין באטראכט נעמען אויך פארוואס מיר יאגן זיך אסאך מאל און זענען זייער פארנומען, און איר וואלט דאס אפשר געמעגט געדענקען ווען איר שטעלט איינעם אפ און איינע פון די פינף קינדער איז נישט פינקטליך אריינעלייגט ווי עס פארלאנגט זיך. נישט אז דאס איז בכלל א תירוץ צו נישט אויספאלגן 100 פראצענט דעם געזעץ, אבער פשוט, עס איז אונז אביסל שווערער.)
א פאליציאנט דארף דאך זיין א קארעקטער מענטש, איינער וואס "באקעמפט אומרעכטן". פליז, טוט אייער דזשאב אויפריכטיגערהייט, נישט מיט בייזע כוונות, נישט מיט זייטיגע כוונות. פליז, פליז, פליז.
א דאנק אייך פון פאראויס פאר'ן אויסהערן
אן ערליכער געזעץ-אויספאלגער