ווי עס קוקט אויס האבן אויך די אהרונים באקומען די פונקטליכע באריכטן איבער דעם געפלאנטן מסע המלכות בראשות כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א, ווי די מוסדות התורה והחינוך און ארץ ישראל גרייטן זיך מקבל פנים דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א מיט די איבער 1000 געסט וואס האבן זיך איינגעשריבן אינעם "וועד האש"ל", אויך צו די אהרונים איז שוין אנגעקומען די באריכטן איבער די געפלאנטע מאורעות דקדושה, און עס איז ביי זיי ווי גירי בעיני שטנא.
און דעריבער פארבאצירן זיי יעדן טאג פרישע ספינס מיט פאלשע דאקומען אויסגעשטעלט אליין אויף זייערע קאמפיוטער'ס.
אמת. די מוסדות התורה על טהרת הקודש וועלן אי"ה באקומען גרויס חיזוק ברוחניות ובגשמיות ביים רבינ'ס באזוך, ווייל דאס איז געווען דעם רבי'ן זי"ע באגער אז מ'זאל שטיצן מוסדות התורה על טהרת הקודש.
און אויף דעם דארף מען נישט קיין הסכם און אן אופמאך מיט די מוסדות, דאס האבן מיר באקומען מסורה ומורשה פון רבי'ן זי"ע, און מ'דארף נישט מאכן דערפאר אן הסכם מיט קיין מוסדות, במילא איז נישטא דא קיינע אופמאך'ס, און עס וועט נישט געמאכט ווערן קיין אופמאך'ס.
אלע בעלאני באבקעס פון יונה בעקער מיט שמואל ווידער, וועט נישט איבערמאכן דעם פאקט, אז ר' אהרן טייטלבוים איז געקומען און געפארן און ארץ ישראל ווי א וועלט'ס לאזער, נישט האבענדיג קיין שייכות מיט די ערליכע מוסדות התורה, און ווייזענדיג פאר זיי אז מבחינתו איז חינוך הטהור א פארגאנגענהייט.
פון צווייטן זיין גייט דער סאטמארער רבי שליט"א בדרכי אבותיו און גייט מחזק זיין די מוסדות התורה ווי עס איז געווען דער רבי זי"ע וואונטש און באגער, און פונקט ווי זיין גרויסן טאטן האט געטאן ביי זיינע נסיעות און ארץ ישראל.
לאמיר ענדיגן די באריכט מיט די אייניגע מעלדונג פאר די אהרונים ווי פאלגענד:
די סורפרייזעס ביים באזוך האט זיך נאכנישט אנגעהויבן, האלט אייך געשפאנט!

תוקן על ידי yuchw ב- 07/02/2010 23:23:51