היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הוי מתפלל בש' ש' מלכות ש"א מוראה איש את רעהו חיים בלעו...

הוי מתפלל בש' ש' מלכות ש"א מוראה איש את רעהו חיים בלעו...

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2753679

1satmar » 4/2/2010 22:22

דאס שטעטל איז ב"ה פול מיט פאליציי
אדאנק די ארוינים טעראר,
די לעצטע צייטן ווען דאס טעראר האט ווידער אויפגעפלאקערט און דער ציבור האט זיך שרעקליך אנגעליטן פון ארוינים,
האט דער ציבור כסדר געריפן דעם מוראה של מלכות - דאס הייסט די ני' סטעיט פאליס.
אדאנק זייערע חיו'תע מעשים איז דער שטעטל ב"ה געפאקט פול מיט די פאליציי,
וואס העלפט ארויס פארן דעם ציבור צו העלפן באשיצען פון די מעשי אכזריות פון דעם הגה"ק דער חרויני רבי און זיינע געטרייע תלמידים.

הערשט די לעצטע נאכט האבן די ארוינים שאדן געמאכט פאר די הייליגע מוסדות ויואל משה גרויסע שאדענעס,
אויסער די עגמת נפש וואס די ארוינים פון זייער יוניווערסטי יעשיווע האבן מצער געווען הינדערטע אידען החרדים לדבר ה' מיט זייערע הינדערטע פאני קאללס,
יעדער וואס באקומט א סאמאנס זאל אנקאלן דעם הגה"ק רבי און אים בעטן צו באצלן די פיינס.
די ארוינים האבן געברענגט א חורבן אויף קרית יואל
יעדער וואס טרעפט א פאליציי זאל צוגיין צו אים און מיטן גרעסטן מאס דרך ארץ אים באדאנקען פארן קומען און באשיצן די פריעדלכע ק"י איינוואנערס 

1satmar » 4/2/2010 22:30

די ארוינים שרייען געוואלד קעגן די פאליציי, ליינטס וואס זיי וויינען. נאר זיך אליינס שולדיג

[בילד – נישט אפגעהיט]

עס אז שרעקליך, עס לאזט נישט נאך, היינט דאנערשטאג דרייען זיך דא ארום בעכך 15 קארס נאר אים ק"י, און טיילן טיקעטס רעכטס און לינקס, זיי פירן זיך אויף זייער אגרעסיוו, ב"ה איך האב נישט באקומען גארנישט, אבער עס איז א רחמנות צו זעהן ווי צענדליגער קארס שטייען אין די זייטן און באקומען טיקעטס,

לויט ווי איינע פון די עסקנים געבן איבער האט מען נעכטן מיטטואך אויסגעטיילט אין ק"י אריבער 300 טיקעטס, ד.מ. בערך $40,000 אידיש געלט.

ווער עס קען האבן סיי וואסערע השפעה ביי די הויכע פענסטערס זאל טוען וואס ער קען, ווייל מען זעהט קלאר אז דאס איז בלויז א אקציע אנטקעגן ק"י איינואוינער.


תוקן על ידי 1satmar ב- 04/02/2010 22:32:27