אונז פארלאנגען פון דעם ווילידזש צו מאכן איינמאל פאר אלעמאל ארדענונג אין קרית יואל און שטעלן די בני יואל אין פלאץ.
איך וויל וויסן פארוואס ווען איינער רופט 911 קומט די קאל אן צו די סטעיט פאליס און נישט צו די פובליק סעיפטי.
ס'איז צייט איינמאל פאר אלעמאל ארויסצוקאפען די סטעיט פאליס פון קרית יואל און קרית יואל זאל פראטעקטעד ווערן דורך די פובליק סעיפטי, אזוי וועט יאסל וואלדמאן נישט קענען נוצן די סטעיט פאליס צו ארעסטירן אומשולדיגע איינוואוינער ווייל זיי האבן אויסגערופן מיט א מייק קעגן יואליש מארגנשטערן.
שוין צייט איינמאל פאר אלעמאל צו ווייזן אונזער majority power.
א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!
נוץ אביסל שכל, אז דו האסט שוין א השפעה אויפן ווילידזש בעט זיי אפען: ווארפטס ארויס פרעזידענט אבאמא פון אמעריקא!
פארוואס ווען מען רופט די ווייט האוז דארף אבאמא אויפהייבן? פארוואס הייבט נישט כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אויף די טעלעפאן אינעם ווייט האוז? סצייט צו ווייזן די קרית יואלע כח!
גדלי' סעגעדין! ערלעדיג עס!
ארגינעלער, די פארשלאג איז שוין זייער אלט, און דער איד האט שוין אפילו געהאט אמאל "אמתע" פיקטשערס פון חסידישע פאליס, אבער די ווילעזש קען נישט מאכן קיין פאליס אן א קאורט סיסטעם, און סוועט קיינמאל נישט געשען.
צענדליגער ווילידזשעס אין ניו יארק האבן זייערע אייגענע פאליס דעפארטמענטס.
די ראמאפא פאליס טרעט געווענליך נישט אריין אין ספרינג וואלי, ווייל ספרינג וואלי האט זייער אייגענע פאליס.
ביז אהער, איך ווייס נישט אויב ס'פעלט זיך אויס צו האבן אן אייגענע קאורט כדי צו קענען האבן אן אייגענע פאליס.
אגב, סקווער האט אן אייגענע קאורט וואס קומט שטארק צונוץ פאר מענטשן אויף וועמען די פאליס פארלייגט זיך אומשולדיג ווייל דער דזשאדזש טוט זיי ריינוואשן. אבער מענטשן וואס האבן באקומען א טיקעט ווייל זיי האבן געספידט די מוזן באצאלן ווי טאטעלעך.
אויב קענען מענטשן בלאקן א טראק אויף סאטמאר דר. ווייל זיי הערן עפעס וואס עס שמעקט זיי נישט (אבער ווען זיי פירן ארום א טראק מיט מייקס אין שטעטל באקומען זיי א פערמיט) אין זיי ווערן נישט ארעסטירט דורך די פאליס, דעמאלס פופט די וויליזש
אויב קען יאסל וואלדמאן מאכן פאני קאלס און סטראשען צו ברענגען פאליס אויף מגידי שיעורים, דעמאלס פופט די וויליזש
אויב קענען די באסעס פון סאסמאנס מוסדות ווארפן פאשקעווילן אויף די גאסן אין זיי ווערן נישט אפגעשטעלט, דעמאלס פופט די וויליזש
אז אומשולדיגע בחורים ווערן ארעסטירט אבער טעראריסטן פון בני יואל דרייען זיך ארום פריי דעמאלס פופט די וויליזש
גדלי', דער עולם וויל זעהן רעזאלטס. די האסט א זעלטנעם כח לויטן געזעץ פין ניו יארק, ניץ עס!
State Police continue to patrol the area top prevent further activities from occurring and keep residents safe, troopers sat Sunday. The Village of Kiryas Joel Department of Public Safety has been relatively ineffective with assisting the State Police with the incidents causing State Police resources to become taxes in the Monroe patrol area, according to the State Police.
גדלי' דאס זאגט זייער אסאך פאר דיר!
אה, ענדליך רופט מען זיך אן דא
פארוואס איז די גאנצע שטעטל באקלעפט מיט סטיקערס קעגן דוד עקשטיין, נישט אז מיר באדערט דוד עקשטיין'ס כבוד, ווייל אים אליין באדערט עס אויך נישט, אבער פארוואס קען נישט די ווילידזש קער נעמען אויף דעם שמוץ וואס די שמוציגע יונגען מאכן.
איך מאך מיר צו די אויגן און איך פרוביר צו טראכטן ווען יודל כהנא און מענדל שווימער וואלטן נאך היינט געווען ווילידזש טראסטי, וועלכע פוינט וואלט געקענט זיין ערגער אין די לעצטע צוויי וואכן?
יאשקע משומד מאכט פאני קאלס אין ישיבה, און מען טוט נישט גארנישט, ווען צוויי בחורים וואקן דורך טשאטע ביהמ"ד און ווערן ארעסטירט (איינער א יתום) טוט מען גארנישט.
איך דארף מיר נישט גיין נאכפרעגן וואס דארט איז געווען ווייל איך קען די טענענבוים'ס, איך האב אויך אמאל געלערנט אין צעירים, די האבן אלס געמאכט צרות סתם פארן דורכוואקן דעם שארטקאט דארט.
איר געדענקט נאך די וויינערייען אז ממש מען טעראריזירט מענטשן, ר' מרדכי אהרן זאבעל האלט א דרשה פאר די בחורים ער ברענגט עס דעם חומר הענין פונעם סידור קידושין ובאותו שעה ברענגט ער ארויס אז מען וועט גארנישט אויפטון מיט טון ווילדע אקציעס, מען זאל זיך האלטן רואיג, פארן חטא פון אדרעסירן דעם נושא מאכט מען אים פאני קאלס א גאנצן טאג.
און די זעלבע זאך איז מיט קהל, מען מאכט א מיטינג מיט אלע טובים, און וואס זענען די רעזאלטס?
אז מען דארף איבערלייגן די גרויסע צעטלעך צו די קליינע (צו שרייעדיג-נוסח מ"ל) און מען דארף שרייבן ר' אויפן פורץ גדר
עני טינג עלס?
====
אונזער רוף צו די ווילידזש און קהל
טוט צו די זאך
ווייל אם החרש תחרישי לעת כזאת גייט דאס ארויסגיין פון די גלייזן
פאשטינקענע ביוראקאטיע פונקט ווי אין א שטאטישע אפיס!!!
אלעס גייט מיט מיטונגען וואס האט נישט קיין רעזאלטס אזוי ווי וואלןסח האט געשריבען דא פריער!!!
אלעס מיטן תירוץ אז אונז זעמיר נישט קיין חיות... אונז זעמיר נארמאלע מענטשען....
אויב ווילסטו זיין א נארמאלע מענטש דאן טו דיר אויס די הענטשקעס און טוטס ענקער פליכט!!!
אונז ווער מיר סייווי פארשריגען און ארעסטירט אפילו אונז טו מיר גארנישט! אויב אזוי פאר די זעלבע געלט טו כאטשיג עפעס!!!
איז די רבי'ס כבוד הפקר????
פוי!!! עקעלדיגע מי בראש בהמה'ס!!!!!
איך שליס מיך אויך אן מיט די אנדערע וואס רופן אז די ווילידזש זאל זיך אנגארטלען און מאכן סדר דא
אבער נאך אלעמען איז ביז_אהער גערעכט אז די ווילידזש וועט סוכ"ס נישט מאכן קיין אייגענע פאליס, ווייל זיי ווילן נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט צו דארפן טיילן טיקעטס פאר די וואס פארלעצן דעם געזעץ אא"וו, וואספארא פנים וועט טראגן ווען א חסידישער איד קייטעלט זיין חבר שכן קרוב
עס איז אבער נאריש צו זאגן אז די ווילידזש פּופט, מען האט נישט ארעסטירט די פאשקעווילן ווארפער אינמיטן די נאכט פונקט אזוי ווי די סטעיט פאליס (לייען: בני יואל זאליס) האבן נישט ארעסטירט די ארונים וואס האבן אויסגעווארפן צעטלעך אינמיטן נאכט, דאס אז אומשולדיגע בחורים ווערן ארעסטירט איז פשוט ווייל יענער איז דער מסור! אדרבה זאל איינער פרובירן אריינצושלעפן אין בעיסמענט צוויי אומשולדיגע זאלי בחורים (אזוי ווי טענענבוים האט געטון) און רופן פאליס מיט א בלבול אז זיי האבן צעבראכן זיינע פענסטער און פוינטן אויף די צוויי בחורים, וועט דען פאליס נישט ארעסטירן די צוויי זאלי בחורים, וועט דען מסור וואלדמאן קענען אפהאלטן מען זאל זיי נישט ארעסטירן?
נאר וואס דען, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביי יעדע סכסוך שטייען די סטעיט פאליס אויף די בני יואל/זאלי זייט, און דאס איז א זאך וואס מען דארף קעיר נעמען, אבער אזא זאך גייט נישט פון איין מינוט צום צווייטן, איך פארלאז מיך אויף ר' אברהם ווידער מיט זיינע פאליטישע פארבינדונגען אז דא גייט ווערן סדר איין טאג.
מען דארף נישט מער ווי דערמאנען אז פאר צוואנציג יאר צוריק איז עס אויך ארויס פון די גלייזן ווייל קהל האט גארנישט געטון, די בני יואל האבן דאן נאך געהאט חוצפה אריינצוקומען אין ביהמ"ד און ארויסהענגן א צעטל מיט נעמען פון בחורים וואס האבן דעמאלטס איבערגעקערט די יפו ביהמ"ד.
געט אביסל צייט און דאס וועט זיך איבער חזרן, זייער טראציגע חוצפה האט נישט קיין גבול, שטיין ביי יענעם אין ביהמ"ד און רייסן צעטלעך, האט דיר איינער געפרעגט, זענען אלע ביזי מיט בזיון תלמיד חכם, און פארגעסן פונעם מאמר חז"ל ת"ח שאין בו דעת וכו'.
מל"ג וועט שנעלער באשייגעצן איינעם פארן טראכטן צוצוגיין צום עמוד א מינוט פארן זמן, ווי איינער וואס רייסט אראפ די צעטלעך פאר זיינע אויגן.
און לעבעדיגער דיינע ווערטער זענען אומפארשטענדליך, ווייל אונזערע מענטשן האבן קיין פאשקעווילן נישט געווארפן, איך האב גערעדט צו איינער פון די עסקנים וואס איז געווען אינוואלווד און איך האב אים געפרעגט פארוואס מען מאכט נישט ווייס די ראוד'ס מיט צעטלעך כדרך שעשו הם, אבער זיי האבן עס אפגעווארפן.
למעשה זיי פירן זיך דא כאדם העושה בשלהם, אלע סטאפ סיינס און נאו פארקינג סיינס זענען באקלעבט מיט סטיקערס, און ס'אינטערעסירט נישט קיינעם.
פארלאזן זאלסט דאך אויפן באשעפער, און איך גלייב אויך ס'גייט ווערן סדר, די שאלה איז ווי אזוי און דורך וועם, און וויפיל בזיונות ס'גייט דיר נאך ברענגן אינצווישן.
פונקט ווי מ'האט געזאגט אז צו איראק מוז מען האבן א סאדאם כוסעין.
הגם איך וואלט נישט צוריקגענומען דעם שלאנג אפילו ס'קאסט אביסעל עגמת נפש אויף די מינוט, אבער אביסעל מוז מען צוריקנעמען זיין טעראריסטישע גאנג אויף ביז ס'ווערט סדר!
מ'דארף די חברה צוריק אריינשליידערן אין מייזן לאך!!!
געדענק, וואו פונקטליך זעמיר אונז אנגעקומען מיט משה גבאי? האט ער אפגעהאלטן בני יואל? זיינע צעדרייטע ארבעט האט געברענגט א פאקט אז 40% פון שטעטל איז היינט קעגן אונז, אסאך פון די מענטשן וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען אהין ווען נישט דעם רשע.
נעם למשל וואס די בחורים האבן געטין די וואך אין בית מרדכי, וועם האבן זיי אפגעטין און וואס האבן זיי אויפגעטין? סתם גענומען אזא מענטש למשל ווי אבגדור שלום מייזעלס און מפאשט אים אריבער גענצליך צו די אנדערע זייט. ועוד כהנה וכהנה.
יא! עס פאדערט זיך שוין לאנג אז די ווילידש זאל נעמען די זאך אין די הענט אריין, פארוואס שלאפן אונזערע ערוועלטע? פארדעם האבן מיר זיין ערוולעט?
איך הלאט אז מען זאל מאכן א אייגענע פאליס דיפארטמענט און אויב פעלט אויס פארדעם א קארט סיסטעם זאל מען מאכט א קארט סיסטעם און אויך א תפיסה. די ערשטע געזעץ אינם קארט סיסטעם זאל זיין אז אלע "קרעציגע" זאלן מיזן יעדן טאג ניצן 'ניקס' און קעמן די האר אויב נישט וועט מען ארעסטירן אלע זייערע קינדער. די צווייטע געזעץ זאל זיין אז די רב באקומט א געזעצליכע כח אויף סידור קידושיןץ
איך גלייב אז די "קרעציגע" וועלן נישט פאלגן די קארט אזוי וועט מען קענען ארעסטירן אלע בני יואל און זאלי'ס אין איין טאג! און גענדיגט מיט אלע צרות.
---
קינדערלעך וואקסט אינטער
די סידור קידושין איז נאר געקומען מחמת כעס ונקמה, דער נאטור איז ווען איינער ברענט פאר נקמה זעהט ער נישט קיין שום שלעכטס און וואס ער טוט, די זאלויניס ווילן נאר איבערקערנישן אין קרית יואל, פאשקעווילן, ארעסטן, מחאות, זאל זיך טון מהומות, זאל זיין אין די נייעס, אין דאס איז דער גרעסטער בזיון פאר ר' אהרן
דער ווילעדש קען דאס נישט אפשטעלן, זיי זענען גערעגט, און זיי וועלן אלס טרעפן וועגן זאל זיך עפעס קאכן.
בקיצור: זאגט אלע שכוח פאר עקשטיינ'ען
אלע בני יואל זענען "געבוירן" און אויפגעהאדעוועט מיט דעם "חינוך" אז א"ט איז א רשע שגץ וגו' (כוויל נישט זאגן ווייטער - מיין פען איז נישט אזו שמוציג), און ביי זיי איז גארנישט קיינמאל געווען קיין פראבלעים. דעץ אלל.
און דאס אז זיי ווארפן פאשקעווילן, פארדעם איז יצא שכרו? מאכסטעך נאריש?
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 03/02/2010 20:04:56
אבי גערעדט
ס'עפענט זיך נישט קיין זאל אין 3 /4 חדשים
ווען ר' דוד טוט א גיטע זאל דארפן מיר אים נישט קריטיקירן, עס איז זיכער אז רביה''ק ז''ל איז אים מכיר טובה פאר'ן האבען א חלק אין פאשפארען דעם מושב ליצים - דורך זייער אייגענע טופשית נגד התורה פין רופן קהל אין ערכעות
נאר, די פראבעלם איז ר' דוד טוט זיינס אין נאכדעם לאזט ער זיי זיך אויסגיסען זייער כעת אין טוהן אלע מינע מעשה נבלה אין האלט זיי גארנישט ציריק,
די זעלבע פראבלעם איז אויך געווען תשמ''ט, ביז ווען די קינדער פין רבי'ן בעל ב''מ ז''ל האבען פאררופן א אסיפה מיט קהל, אין פארגעהאלטען קהל דערויף, אין קהל האט זיך גענומען ארבעטן.
אבער ח''ו זיך צו נעמען צו די מהלך פין משה פרידמאן, דאס איז קעגן די תוה''ק, עס ברענגט אפשר אויף די מיניט א ניצחון
אבער במשך הימים ברענגט עס אסאך שאדען, כידוע
א גרויס חלק פין די 30% תושבי קרית יואל וועלכע זענען קעגן די הנהגה אז זיין קרעדיט פין תאוות הניצחון.
איך ווייס נישט וויפיל יודן וועלן שטארבען מיט אזעלכע בלוטיגע הענט ווי דער כלב.
תוקן על ידי rebyankel ב- 03/02/2010 20:50:10
איך האב אליינס גענוג וואס אויסצוזעצן קעגן די ווילעזש אבער דא דראפעט מען זיך אויף גראדע ווענט. אמאל האט מען נאך געקענט טרייען צו טעראריזירען, היינט קענסטו דאס אויך נישט.
|
פארוואס ווען זיי ווארפען פאשקעווילן, זענען מיר אזוי איידעל?
פארוואס ווען זיי מאכען פאני קאללס (אפי' צו מענטשן וועלכע האבען נישט קייין חלק אין סיי וועלכע אקט (למשל דער הויז בחור וכו')) זענען מיר אזוי איידעל?
פארוואס ווען זיי פארברענן קארס זענען מיר אזוי שטיל?
פארוואס ווען זיי פארען ארום מיט א טראק קעגן די גדולי אירופה בכלל (חברי וועד להצלת בתי עלמין בראשות הגאון הגדול רבי אליקום שליט''א) אין די קדושי טאלעדא בפרט זענען מיר אזוי שטיל?
פארוואס ווען דער מסור הייבט זיינע ידי עשיו זענען מיר אזוי שטיל?
לויט די געזעץ קען די וויליזש די אלע זאכען אפשטעלן, זאלען זיי אויסטוהן די זיידענע הענטשוך איינמאל אין די זאך וועט זיך אויפהערן
אויף א מוסרים שטייט מורידין ולא מעלין, מ'טאר אויף די מוסרים נישט קיין רחמנות האבען.
פארוואס ווען זיי ווארפען פאשקעווילן, זענען מיר אזוי איידעל?
פארוואס ווען זיי מאכען פאני קאללס (אפי' צו מענטשן וועלכע האבען נישט קייין חלק אין סיי וועלכע אקט (למשל דער הויז בחור וכו')) זענען מיר אזוי איידעל?
פארוואס ווען זיי פארברענן קארס זענען מיר אזוי שטיל?
פארוואס ווען זיי פארען ארום מיט א טראק קעגן די גדולי אירופה בכלל (חברי וועד להצלת בתי עלמין בראשות הגאון הגדול רבי אליקום שליט''א) אין די קדושי טאלעדא בפרט זענען מיר אזוי שטיל?
פארוואס ווען דער מסור הייבט זיינע ידי עשיו זענען מיר אזוי שטיל?
לויט די געזעץ קען די וויליזש די אלע זאכען אפשטעלן, זאלען זיי אויסטוהן די זיידענע הענטשוך איינמאל אין די זאך וועט זיך אויפהערן
אויף א מוסרים שטייט מורידין ולא מעלין, מ'טאר אויף די מוסרים נישט קיין רחמנות האבען.
[/quote]
עקטשועלי איז דאס די פראבלעם, לויט די געזעץ קען די וויליזש די אלע זאכען נישט אפשטעלן!
רוב פון די זאכען וואס דו רעכענסט אויס באלאנג צו פאליס, און די ווילעזש וועט קיינמאל נישט און טאר קיינמאל נישט מאכן א פאליס אינפארסמענט
דער מסור יאסל וואלדמן ימ"ש איז א מומחה אין נוצן די געזעץ פאר זיין זייט, און ווען בחורים און יונגעלייטלעך פארשטייען עס נישט און מיינען אז די פאליס איז סתם אנטיסעמיטען האמיר אונז אלע ביזי בזיונות.
יא, אונז קען מיר צוריקווארפען פאשקעווילען און מאכען טראקס (מיט פערמיטס) אא"וו, אבער פון דעם פארדינען נאר אזעלכע רשעים ווי יאסל וואלדמאן און די בני יואל!!!!!!!!
אויב דארף איך געבן $1000 דאלער פאר יעדע אהרויני קאר וואס א בני יואל אדער זאלי האט פארברענגט. וועט דאס מיר נישט קאסטן קיין פעני
אויס דארף איך געבן $500 פאר יעדע בני יואל אדער זאלי קאר וואס א אהרויני האט פארברענט ווער איך א עני ואביון איבער נאכט.
די לעצטע סעמפל איז געווען טאקע ביי דעם זאלי אינגערמאן וואס איז ארומגעפארן אויסרופן וועגן די ספאנישע ביה"ח וואס די אהרוינים האבן אפגעשטעלט מיט פאליציי (דאס הייסט ביי ר_יונה געזעצן שטיל) און נאך יענעם נאכט אריינגעגאסן ציקער אינם געז טאנק פונם אינגערמאן און גע'הרג'עט זיין קאר.
|
וואו איז דיין שוואגער אומגעקומען ל"ע?
האבען ענק נישט פארברענט א קאר תשס''ג?
האבען ענק נישט פארברענט אפיסעס אין כמעט דירות מיט קליינע קינדער מיט א זעלטענע מאס רציחה?
די פאבליק סעיפטי איז פון די מינוט אין קראפט! לאמיך זעהן ווער עס וועט נעקסט מסדר קידושין זיין! דא גייט זיין ארעסטן!
יוסל, נאך איין ווידיאו אויף יו טיוב ביסטן אין קייטלעך!
|
דאס איז מיין שאלה פארוואס קענען די מוסרים יא.....
דאס אז אינזערע בחורים ווייסען נישט וויאזוי מ'מסרט דאס פארשטיי איך ב''ה זייער גיט, כ'וואלט מיך געשעמט ווען זיי קענען ווען יא אזווי די קווינס בחורים. (ע'י ערך שלום דייטש כ''ו אב)
אבער דאס אז די וויליזש קען עס נישט פארלאנגען אז מ'זאל באהאנדעלן זייער עוולות אין רשעות אין טעראר לכה''פ ווי ווען יאשקע שיקט פאליס אין ישיבה מיט די טענה בחורים מאכען פאני קאלס... דאס פארשטיי איך נישט
(אגב, ער קוקט נעבעך אייביג אין טעלעפאן בוך די פאבליק טעלעפאן'ס פין ישיבה אין זאגט פאר די פאליציי ''פין די נומבער האט מען גערופן'' אין די פאליציי זענען אנגעקומען האט מען זיי געוויזען אז די טעלעפאן ארבעט שוין נישט א שטיק צייט....)
איך פארשטיי ס'איז שווער פאר א סאטמערע יוד צו גיין רופן פאליציי אויף א צווייטע יוד אפי' יענער האט א דין מסור,
איך וועל דיר געבן א דוגמא, ווען די זאלי'ס קלאגען די וויליזש אין קארט שרייען זיי אז זיי דארפען נישט קיין היתר בי''ד (אפי' אין פעלער ווי מ'קען איינזעצן יודן ר'ל) ווייל די וויליזש ווער געפירט דורך סעקולער געזעצן
נו פארוואס ווען די וויליזש האט טענות אויף א זאלי'ס וועלן זיי ווערן מוסרים אויב זיי רופן פאליציי?
האט די וויליזש א דין בן נח אדער א דין ישראל?
דער אמת איז אז דער ווילידש מיז זיך פירען אויף א ליבלעראלער וועג, וואו באלד עס איז א רגירונג אנשטלאט, קענן זיי זיך נישט מישען און קיין שום סיכסוך אפאציעל, דעריבער דארף מען נישט אטאקירען דען ווילידש,
מיר אלע האבן געוויסט, אז מיטן אפשפארען דעם מושב ליצים, דער קרעשמע, וועלן מיר ארויס ברענגען דאס בייז בלוט פון אירע באזיצער, דעריבער האט קהל קיינמאל נישט גענימען קיין ערענסטע שריט, צו פארטרייבען די קרעציגע עבריינים, ביז..ביז...
די עבריינים, זענען געגאנגען און גויאישען קארט און אנגעקלאקט קהל יטב לב, אז קהל יטב לב לאזט נישט ארויף לייגען קיין אפקילונג סיסטעם אויף זייער דאך, וואס דאן האט קהל יטב לב באשלאסען, אז גענוג איז גענוג, 30 יאר ליידען פון ווערים און קרעטץ, איז די והותר, און האבן זאפארט אריין געגעבן א קאנטער קלאגע, וואס האט ציגעברענגט דאס וואס כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג, און די קרעשמע איז באשטימט געווארן אלס אומלעגאל, ביי די בהערדע, און איז בחסדי ה' פארשלאסען געווארן מיט שלאס און ריגל ביז משיח'ס טאג, חסדי ה' כי לא תמנו,
און די קרעשמע זיצער זענען געגאנגען און גלות אריין, באגלייט מיט א סורקוס, מען האט געבלאזען און טראמפייטערט, מיט קולי קולות, מען האט גענימען די הייליגע ספר תורה, און עס אריין געשטעלט און די הענט פון ווייס באבערבעלאע ליצים, און מען האט אויף געשטעלט באוויסטע קאמידיקער האלטען רעדעס, עכ''פ עס איז געווען פרייליך און די שטאט, און יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט זיך געהאלטען ביי די זייטען, פון די דאזיגע ליצים,
למעשה זענען די עבריינים אריין געפאלען און א שרעקליכען כעס, דאס בייזקייט האט זיי ב''ה בהערשט ביז צו משוגעת,
די ערשטע האבן זיי פראבירט צו מאכען א רעש און טימל, אז מען האט צוגעשפארט א שוהל, וואו להבדיל די בארבארן און די מיטלאלטער צייטען, און די נאציס ביי די צווייטע וועלטס קריג,
אבער יעדער נארמאלער מענטש האט זיי תיכף אפירגעהאלטען, ר' משוגענער, פארוואס זענט איר געגאנגען און גויאישען קארט, און געברענגט אויף אייער קאפ די דאזיגע צרה?
האבן די עבריינים און ליצים געזען אז די דאזיגע מהלך איז נישט קיין תכלית, האבן באשלאסען, אז מען גייט זיך נעמען צו דער בית השחיטה, וואס יעדער ווייסט אז יודישע קינדער האבן א סענסעטיווקייט צו כשרות הבשר, בפרט נאך דער טרויעריג בארימטע פינקל פרשה,
היידא, מען האט אריין געשמירט פארן אונטערנעט ראבינער הרב שטיין א פאר דאללאר, און די אונוועסמענט האט זיך אויסגעצאהלט שנעלער וואו געראכטען,
עס האט זיך געמאכט א פראבלעם און דער בית השחיטה, אז מען האט געשחטן בטעות, קאשקעס, וואס עס איז אנגענימען ביי א טייל יודען אז עס האט נישט קיין מסורה, און ווען מען איז אויפגעקימען מיטן טעות, האט מען תיכף געמאכט א ריקאל, מען האט ציריק געריפן די קאשקעס, און מפרסם געווען אז עס איז געשעהן א טעות,
נא? איז דאך גוט? נישט אזוי?
נא!!!, דער שטיין באטשי, האט זיך צוגעזעצט צום מחשב, און ער האט אנגעהויבן ארומצוקריכען, אויפן אונטערנעט, צו טרעפן עפעס זאפטיגס, און אז מען זיכט טרעפט נעם ער האט געטראפן ערגעץ אז די עופות זענען דורס, דעריבער מיז מען וואס טאן? איך ווייס נישט! איר קענט קאלן הרב שטיין!
עס איז געווען א טעות, און מען האט עס תיכף ציריק געריפן, וואס נאך וויל דער הרב שטיין? איין זאך! ריווענש, נקמה! ער וויל נאר נקמה, פארן פארטרייבען די ליצים פון די קרעשמע און גלות אריין!
צום גרויס כעס פון די לייצנישע עבריינים, אז די געפלאנטע פינקל קאמפיין וואס זיי האבן געוואלט לאנטשאן אויפן בית השחיטה, האט זיך אויס געלאזט מיט א פאטאלען בוידם, נאך מער יעדער האט מפליא געווען וואו אזוי די בעלי מכשירים פון די בית השחיטה, האבן בהאנדעלט די פראבלעם, מיטן מאכן א ריקאל, און זיך נישט געפירט וואו דו ליצים פון די ''לישכע ב''ד'' וואלטן זיך געפירט ביי אזא פאל,
האב די קארפען קעפ פון די זאליבאנישע געמיינדע, מיט זייערע שתפים די קרעשמע פארטריבענע, באשלאסען ארויס צו נעמען דאס לעצטע פארבליבענע וואפן פון די ארסענלען, ''סידר קדושין''
מען האט בליץ שנעל אויף גשטעלט א זאל, און פארשאפט עפעס צוויי קלים, וריקים, וואס זאלן א וועק געבען זייערע קינדער, פאר די מיסיע, און היידא, מען איז געלאפען צום שארמאשער גאון, וואס לעכעצט שוין אזוי אויף א סידר קדושין, און מען האט געשטעלט א חופה, און געשריגען מיט קלו קולות ''מקדשת'' און ויהו לפארפאלק,
און דערנאך האט מען געטאנצען חסדי ה' אז די מעכטיגע נקמה אקציע, איז געלונגען, מען האט צוגעפיקסט דעם הייליגען באשעפער, מען האט געוויזען אז מען קען אנפייפן א מרא דאתרא, מיט א דיין וואס איז פון די גדולי הדור, און רבינו הקוה''ט זי''ע האט אים געשטעלט פאר דיין און די שטאט,
זענדיג וואו דער גאנצער יודישע וועלט, שטימט עפעס נישט איין מיט די אלע שייגץ שטיק, און ביי זיי אייגענע רייען, קרימט מען מיט די נאז, אויף די נידריגע מעשים, וואס די עבריינים, ליצים, טיען אלס אפ,
האבן זיי זיך גענימען צו א נייע מהלך, ווארפן פאשקווילען, נאך שרייען רבינו שליט''א, מסור'ן און פייניגען יודן, וכו וכו'
וואס קימט נעקסט?
לכוארה גייען די עבריינים ליצים, זאגן הלל מיטן שם, דעם קימענדיגע ה' אייר, און חרדים,
דאן וועלן שוין די ארוינים טאקע שפרינגען, דאן ווען שוין די נקמה אקציע זיין פולשטענדיג, יענקל תרח, ווען ענדליך קענען כאפן דעם אטעם, און דער שארמאשער שילקרויט, ווען זיך קענען אומקערען, צו זיין בונקער, און דער טשאטער שרף וועט קענען מרביץ תורה זיין פאר די טויזענטער בחורים וואס זענען משכימים לפתחו מבוקר ועד ערב, און דאס פארפאלק וועלן קענען אויפ הערן שפילן הויז, און דער מסור יאשקע, וועט זיך ענדליך קענען שמד'ען בריש גלי,
און כלל ישראל וועט אפאטעמען, מיט פארלייכטערונג,
|
איך מיין אז סקאט האט א פוינט מיט די זאל זיי האבן שוין דע בילדיג א גיטע פאר יאר וואס זיי ניצען עס שוין פאר א חדר אבער א זאל האט זיך זיי קיינמאל נישט אויסגעארבייט אלע וואס האבן אנהויב געזאגט אז זיי גייען דארט חתונה מאכן האבן צירוק געצוגן אבער יעצט זענען זיי ווילד געווארן האבן זיי געטראפן מענטשן פאר געלט אין מענטשן וואס זענען גרייט חתונה צי מאכן דארט קען זיין אז סוואלט ממילא געווען אבער סוואלט נאך גענימען א לאנגע צייט
די ארויניס זענען דא אין זייער א קאמפליצירטע פאזיציע, אויף ענגליש הייסט דאס "ביטווין א ראק ענד א הארד פלעיס", פון איין זייט ווילן זיי אויף אלע געלטער אנהאלטן די רעלאטיווע רואיגקייט וואס האט אנגעהאלטן אין קרית יואל די לעצטע 10 יאר, אלעס זאל זיך פירן עולם כמנהגו, געווינען אלע וואלן, ר' אהרן זאל זיך פירן דארט כמלך בגדוד בשלום ושלוה, אבער פון די אנדערע זייט ווילן זיי זיך פארט נישט לאזן שפייען אין קאשע טעלער. ס'איז טאף, וואס זאל איך זאגן.
בנוגע די סידור קידושין, אוואדי האבן זיי אלס געהאלטן ביים עפענען א זאל, אבער זאל ציקימען לידי מעשה האט עס נאך געהאלטן זייער ווייט, ווייל וואס א יאר ס'געווארן רואיגער האבן זיי נישט געשפירט קיין שטיפ צו טאן אזא דראסטישע זאך און ס'וואלט מעגליך ווען קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה.
דער סידור קידושין האט געהאט געשריגן קלאר די ווערטער 'נקמה רביצין שול'. מ'דארף זיין א בלינדער בת היענה דאס נישט צו זעהן.
מ'האט זיי אויפגערעגט, און דא האבן זיי געהאט א זאפטיגע געלעגנהייט זיך אויסציגעבן זייער כעס און זיי האבן עס געכאפט מיט צוויי הענט.
(מיין חשד איז אז דער ר' יצחק שטיין וואס איז אויך ידוע אלס א בני יואל סימפאטיקער האט אפשר אויך אינזין געהאט נקמה געפילן וועגן די רביצין שול, איך זאג נישט אויף זעכער אבער זייער מעגליך)
לערנטס ענק א לעסן פאר נעקסט טיים: אפי' ווען מ'איז גערעכט, דארפן מען אויך טראכטן צו ס'לוינט.
|
צו עס לוינט? לוינט פאר וועם?
קלערסט אז אונז טוט פערזענדליך וויי אז זיי האבן א זאל? האבן די ארונים עפעס א פערזענדליכע פארדינסט ווען די רבי איז מסדר קידושין ביי די קרעציגע אויסגעשפראכענע שונאים? רעד דיך נישט איין אז עס קימערט איינעם 'מאראליש'. סך הכל איז עס א אידישליכע עוולה, און אוודאי נוצט מען אויס די מיטלען וואס רבינו הקדוש זי"ע שרייבט אויף אזא פאל. דאס אלעס.
די גמרא פארציילט אונז, אז ווען ר' יושע בן פרחיה, איז צירוק געקימען פון מצרים, האט אים באגלייט זיין תלמוד, דער אותו איש ימ''ש,
זיי זענען אנגעקימען צו אן אכסניה, און ר' יושע בן פרחיה האט זיך אנגעריפן כמה נאה אכסניה זו, האט זיך די אתו איש אנגעריפן עיניה טריטות, אז אירע אוגן זענען רידעכיג,
האט אים ר' יושע בן פרחיה געזאגט רשע בכך אתה עוסק?
האט איר אים מחרים געווען מיט 400 שופרות,
האט ער זיך געבעטן רבי נעם מיך ציריק, און ר' יושע האט נישט געוואלט,
איינמאל און מיטן קר''ש איז ער נאכאמאל געקימען בעטן פון ר' יושע בן פרחיה אז ער זאל אים ציריק נעמען, און ר' יושע בן פרחיה האט פונקט געהאלטען און מיטן קר''ש, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים,
פארציילט די גמרא אז דער אותו איש האט אויף גשטעלט א ציגל און ער האט זיך געביקט דערצו,
צום ענין יעדער ווייסט אז די קאשקע מעשה, מיט די סידור קדושין, אלעס איז א דירעקטע רעאקציע צו די פארשפארען דער קרעשמע,
ובכן? טיט מען אפ דעם הייליגען באשעפער? טרעט מען אויף די הייליגע תורה? דאס איז א תירץ? אפשר זאלן זיי זיך אלע אויסשמד'ען, ווייל מען האט צוגעמאכט די קרעשמע?
וואס האסטו געזאגט דא?
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/02/2010 00:32:06
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/02/2010 00:33:16
דער זאל נאך אלעם איז אין וואדבארי, פאליטיש גערעדט איז עס נישט קיין שום פראבלעם פאר קרית יואל אז די בני יואל מאכן א זאל אין וואדבארי און די זאליס מאכן א זאל נאכ'ן רוט 17
דער איינציגסטע פראבלעם מיט'ן מאכן סידור קידושין אין די גלילות איז אז ס'איז קעגן די הלכה.
קיינער נעמט נישט אוועק די טענה אז זיי ווילן נישט אז די רואיגקייט זאל אוועקגיין.
אבער באשולדוגן דוד עקשטיין אין די מצב, אז אביסל איבערגעטריבן.
אז אמעריקא שולדיג אז בין לאדין האט זיי אטאקירט ווייל זיי זענען געגאנגן אין מלחמה אין אפגאניסטאן?
ווען דוד עקשטיין פארמאכט נישט די קרעטשמע, וואלטן מיר אלע ג'עפענט א אשכול מיט'ן קעפל:
וויכטיג, עס איז די העכסטע צייט צו נעמען שריט...
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן געפייניגט רבינו בעל ברך משה?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן גע'הרג'ט רויזעלע?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען איינע פון די זעלבע פארשוינען האט אראפגעווארפן די רביצין פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש ווען זי האט געווארט צו האבן הענדי? (פון מאנסי)
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן געפייניגט אלע רבנים וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די גרופע ווערעמדיגע און קרעציגע האבן געטראפן א נייע מנהיג, הגז"ל?
איך בעין שטאלץ אז איך האב אזא געטרייע ראש הקהל. הלואי זאל די ווילידש זיך לערנען פון אים
דער ווילידזש ארבעט זייער שווער צו מאכן ארדענונג.
ס'איז איין סארדזשענט א רשע וואס מאכט גרויסע צרות פאר קרית יואל.
זיין נאמען איז פורבעק. ער איז אמאל געווען דא אין די סטעיט פאליס אבער מען האט אים משלח געווען אין 2002 ווייל ער האט גערודפט קרית יואל. ער איז גוט געווען מיט יוסף דוד הירש און מיט יאסל וואלדמאן. דעמאלטס האט מען געברענגט דעם פריינטליכן סארזשענט היין און זייט דעמאלטס זענען געווען זייער גוטע צייטן.
אבער די צרות האבן זיך אנגעפאנגען נאכדעם וואס היין איז פלוצלינג געשטארבן. די סטעיט פאליס האט באשלאסן צוריקצוברענגען דעם רשע. פאר א שטיק צייט האט ער זיך איינגעהאלטן אבער מיט אפאר חדשים צוריק איז ער געווארן זייער געפערליך און אנגעפאנגען זיך אויפצופירן אזוי ווי אין די אלטע צייטן.
די לעצטע פאר וואכן איז געווען ממש געפערליך, סיי מיט די ארעסטן און אויך מיט די הונדערטער טיקעטס וואס זיי האבן זיך גענומען טיילן אין די וועלט אריין.
האפנטליך וועט די צרה נישט אנהאלטן פאר זייער לאנג.
היצט קען משה לייב וויטריאל זאגן קדיש נאך דע גוטע צייטן, ער האט יעצט א ווארט ביי די ניו יארק סטעיט פאליס גלייך ווי יעדער ניו יארקער,
דע וואך ביי א וואנדעליזם אין טשאטער ביהמ"ד ווי מ'האט גערופן די פאליציי (אגב ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די וואנדילעזירער זענען געווען אידישע בחורים) און מ'האט זיי געפירט אין פאליציי סטאנציע איז דער מחותן משה לייב וויטריאל אריינגעקומען מיט זיין ברייטע חנופה'דיגע שמייכל אבער דאס מאל איז דער שמייכל נעבך געבליבן הענגען אין דער ליפט מ'האט אים געוויזן דעם טיר מיטן שמייכל אינאיינעם,
געליטן דא האבן די בחורים'לעך ווייל די פאליציי האט זיי בכוונה געהאלטן איינגעשפארט א גאנצע נאכט, מיט א מעסעדש אז דע געים איז אווער, די בחורים זאלן זיך נישט איינרעדן אז מ'קען אויסהאקן שויבן און געגאנגן ווייטער משה לייב וועט שוין קערנעמן... דעס איז היסטאריע,
ר' משה לייב, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וירושלים ומחה ה' דמעה מעל כל פנים
איך ליין און ליין און איך זעה דא נאר .....
ארונים!!! וואס גייט פאר, זייטס ענק מחזק, עס קומען "גיטע" צייטן