ר' אהרן טייטלבוים (געבוירן ה'תש"ח) איז אויפגענומען געווארן אלס סאטמארער רבי'ן דורך די טייל סאטמארע חסידים, וואס ווערן גערופן אהרונים. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער איז דער צווייטער קינד און עלצטער זון פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמארער רבי, פֿון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א פלימעניק פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרונדעט דאס שטעטל קרית יואל און די שטאט מאנרא, ניו יארק. זיין יונגערער ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים איז אויך א סאטמאר רבי, אנערקענט דורך די געריכטליכע פראדוצירן לטובת די זאליס און אויך פילע חסידישע אידן וואס האבן זיך פארפיינטעט אין ר' אהרן'ס רעקארד, ער איז אן איידעם ביי ר' משה יושע האגער, דער וויזיניצער רבי אין בני ברק.
זיין ערליכקייט.
קעגנער: ער ווערט קריטיקירט דורך זיינע קעגנער אלס זייער א פראסטער און נישט ערליכער מאן, וואס איז נישט ראוי צו זיין א מנהיג ווער רעדט נאך א רבי אויף סאטמאר.
אנהענגער: ווידער זיינע חסידים האלטן אים פאר דווקא אן ערליכן מאן און א צדיק פונעם היינטיגן דור; טייל זעהן אין אים אפילו א הייליגער מאן, וואס איז די מערסטע ראוי צו זיין א מנהיג ישראל.
זיין סאציאלע באנעמונג.
קעגנער: זיין סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, "דא בין איך רב: אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין".
אנהענגער: זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה'דיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן, ר' משה. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל.
אנדערע זאגען: געוויסע אנאליטיקער זאגן אז זיין גאות און איגנאריזם איז מער א תולדה פון תמימות און פארמאכטקייט, אנווייזענדיג לויט זיי אז ער איז פון קינדווייז אן געווארן איזאלירט און נישט געהאט די עקספיריענס פון זיין מעורב בין הבריות און אזוי זיך אויסארבייטן די מידות, ווייל די עלטערן, ספעציעל די רביצין, האבן איהם באהאנדלט ווי א פרינץ, און מ'האט זייער אויסגערומט קעגן די אייגענע געשוויסטער.
זיינע דרשות.
קעגנער: אויף זיין רעדן סטיל ווערט ר' אהרן אידענטיפיצירט דורך זיינע קריטיקירער פון די פילע דרשות וואס ער האט במשך זיין לעבן שוין געהאלטען איבער קאנטראווערסיאלע ענינים און די וועג ווי אזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט, טייל בענין פאליטיק, וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט מער ווי א סאלדאט ווי איידער א גענעראל, מיט לאזונגען און העצערייען פון מחלוקת וואס פאסט נישט, לויט זיינע קעגנער, פאר א איד, נאכדערצו א רב ומנהיג בישראל. דאס ווערט דורך זיינע קעגנער גענוצט ווי א פייל קעגן אים, אז ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער, וויבאלד ער קען נישט אכטונג געבן וואס ער רעדט ארויס פון מויל.
אנהענגער: זיינע אנהעגערס פארטיידיגן אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און אלעס איז נאר געווען לכבוד דעם טאטן ובשליחותו אים צו פארטיידיקן און נישט ח"ו זיך אליין.
אנדערע זאגן: אז זיין סטייל פון רעדן ווערט אויך נשפע פון זיין מאדנער שרייען און גריזשען העכער זיין נאטורליכער קאנטראל, וואס ער איז אזוי געווארן צוגעוואנט צוליב דעם וואס ראשית יארן ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט מען אים געשיקט צו א קול טעראפיסט צו קענען דאווענען און יענער האט אים אריינגעלייגט א קול וואס איז מער געאייגענט פאר אפזאגן אליינס זיינע ווערטער ווי א שליח ציבור וואס דאווענט פאר טויזענטע אידן. און ער האט דאס שוין אנגעהויבן נוצן אויף נארמאל דעריבער ביי זיינע דרשות קומט דאס ארויס מיט אזא קעמפערישע און אנכי ואפסידיגער טאן, און דאס ווייזט לאו דוקא אויף זיין אמת'דיגער מהות. זיין פרומקייט
דרשות בעניני צניעות.
קעגנער: בעיקר ווערט ער לעצטנס קריטיקירט אויף רעדן בעניני צניעות און תאווה, וואס לויט זיינע קעגנער איז עס נישט קיין איידעלע אויסדרוקן, און צו שטארק גראפיק און פיגוריטיוו, וואס קומט דערנאך אן צו אינגע בחורים און מיידלעך שלא טעמו טעם חטא, און דאס טוט זיי אויפקלערן לויט זיינע קעגנער. זיי זאגן אז ווען מען האט און סאטמער יא געשריגן איבער צניעות איז דאס געווען שובבי"ם ביי די שלוש סעודות תורה בדווקא, ווען עס הערשט א געוואלדיגער פחד און יראת שמים אן קיין אפענקייטן נאר בלויז דברי תשובה והתעוררות פון יענע מעשה' בלשון רמז אן ברייטקייט אויף יידיש נאר מיט תורה פראזן און וויינערייען. דאס רעדן אזוי רואיג און שטארק אויף צניעות איז נאך דערווייל נישט געהערט געווארן פון זיי און דאס איז א נייער איינשטעל פון ר' אהרן,
אנהענגער: די ארונים עטנפערן אז דאס איז גוט און ריכטיק.
פארוואס איז דאס גוט און ריכטוג איז דא א מיינונג פארשידנהייט ביי די אנהענגער.
1) לויט זיי האט ער מיט דעם נישט גענדערט פון זיינע פארגייער נאר מען דארף יא רעדן אפען ברייט און פרטית'דיג פון די מנובלושע ענינים אפילו פאר אינגערע, כדי עס איינצוצוימען בעוד מועד, און אז מען זאלען וויסען פונקטליך די חומר הענין נאך פון קינדווייז אן, און נישט זיך אפהאלטן פון רעדן גראב אלס פחד פון מעורר זיין זייער תאווה ווייל ביי נאטורליכע זאכן וואס זיי גייען סיי ווי געוואור ווערן דורך פארדארבענע זאלן זיי ענדערשט דאס געוואור ווערן דורך הייליגע לייט, און לויט די ארונים איז דאך ר' אהרן פארשטענדליך הייליג.
2) לויט זיי נעמט ער טאקע דעם וועג נישט פון זיינע פארגייער פארט אבער וויבאלד ער דינט אנדערשט ווי זיין טאטע און פעטער וואס זענען בלויז געווען רעביס און אדמורי"ם נאר ער זעהט זיך אלס רב פון קרית יואל אויכט טוט ער ביידע זאכן און מער פון זיינע פארגייער, און אויך צוליב דעם וואס זיין דרך איז אנדערשט ווי זיי מיט דעם וואס ער איז מער ווי א תורה און קעמפער פאר אידישקייט ווי זיין פעטער, אבער אויך מער ווי א פשטן ווי זיין טאטע, איז זיך מתמזג ביי אים אט דער פרט אנדערשט און מער ארגינעל ווי זיינע פארגייער.
3) לויט זיי האט מען טאקע נישט געהערט די שפראך קיינמאל בעפאר פארט בארעכטיגן זיי עס וויבאלד דער דור איז נידעריגער פעלט זיך אויס מער פרטית'דיג מעורר זיין אויף גראבע זאכן וואס איז אמאל נישט געווען שייך.
תוקן על ידי ychtzel ב- 03/02/2010 02:27:48