לויט ווי דער רעקארד באריכטעט מיט צוויי וואכן צוריק גייט גאנץ זיכער קומען א פרישע היציגע מערכה פון די קאונטי קעגן קרית יואל. נאך וואס דער וועד הקרי' האט איינגעגעבן דעם שאפינג סענטער און דעם ביזנעס סענטער יארן צוריק אלס "טעקס עקזעמפט" ווייל דאס געלט גייט פאר UTA, אבער יעצט האט די קאונטי באשלאסן אז וועד הקרי' קען נישט נוצן רעליגיע אלס תירוץ ווייל דער ארט ווערט פאקטיש נישט גענוצט פאר רעליגיעזע צוועקן.
זינט די רעדע איז פון צענדליגער טויזנטער דאלארן יערליך קען מען זיך לכאורה רישן אויף א לאנג פארצויגענעם געריכטליכן קאמף, וואס וועט נישט צופיל העלפן קרית יואל, וועלכע איז אזוי אויך אויף מעסער שטעך מיט די קאונטי וועגן דעם וואסער פייפליין.