מאדנע, דער היידפארק פוסק וויל זיך פארמעסטן מיט איינעם פון די גרעסטע גאונים בדורינו, אין דער זעלבער צייט וואס ער פארנעמט זיך מיט די היידפארק פוסקים...
יעדער 'ווייסט' אז דער וויליאמסבורגער רב איז נישט געווען ביים גאב"ד רעדן דערוועגן. און יא, יעדער ווייסט אז זינט כ"ק מרן רבינו שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה אין סאטמאר (און כ'מיין נישט תשס"ו) האט מען קיין איין איינציג מאל נישט טעראריזירט קיין איין איינציגן רב, אפילו פון די איינגעשטעלטע, אז ער זאל אונטערשרייבן א בריוו אדער קול קורא לטובת די קהילה וכדו'!
ר' יואליש מארגנשטערן האט דא פריוואטע נגיעות און איז באין אופן נישט בארעכטיגט דן צו זיין אין די טעמע, דאקעגן דער דיין שליט"א איז גוט באקאנט (ווער ס'ווייסט נישט קען פרעגן באלאנד) אז ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן קיין קול קורא'ס אדער בריוו וואס איז נוגע געווען די פאליטיק, אפילו דארט וואו ער האט קלאר געהאט זיין מיינונג להיתר/לאיסור, און דא איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט אליין באשלאסן ארויסצוקומען מיט אן עפנטליכן פסק בלויז דערפאר וואס בדעת תורתו האלט ער אז דאס וועט זיך ארויסשטעלן אלס שרעקליכער מכשול אינעם עתיד.
[און יעדער וואס האט שוין מיטגעהאלטן אמאל א חופה ביי בני יואל אין מאנסי, וואו ס'איז נישטא קיין געהעריגער שמש און קיין געהעריגער רב, וואס איך האב שוין איינמאל פערזענליך מיטגעהאלטן, האט זיך געקענט באשיינפערליך איבערצייגן ווי די גאנצע חופה איז געווען א צירקוס, וואו יעדער אפגעריסענער ווייטער קרוב האט אריינגעשריגן אן אנדערע מיינונג איבער וויאזוי צו האלטן דעם כוס, איבערגעבן די רינגל, ועוד כהנה וכהנה וואס טייל פון די פרטים זענען קריטיש לצורך הקידושין!]
תוקן על ידי - געגאנגען - 01/02/2010 05:48:07
_________________