היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הפוגע ברבינו שליט"א: "קאנג. ברוך טעם"

הפוגע ברבינו שליט"א: "קאנג. ברוך טעם"

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2751960

מנחם_מענדל » 31/1/2010 21:03

עס זעהט אויס אז דער עולם ווייסט אפשר נישט אז דער
פוגע אין כ"ק רבינו שליט"א
דעם פארגאנגענעם שב"ק ביינאכט (זייענדיגע אנגעווייטאגט אז ער האט געברויכט זיך שלעפן אין די ציטערדיגע קעלט מחזק צו זיין דעם נחש פורץ גדר....) וואס דאס איז יעקב ברוך טירנויער, האט א ביזנעס וואס טייל אנשי שלומינו נוצן אים, עכ"פ פלעגן אים ביז היינט נוצן. דאס איז:
קאנג. ברוך טעם
וועלכע שיקט ארום מעילינג'ס.

ידע הציבור...

גאנציגער » 31/1/2010 21:11

מנחם מענדל, עס קוקט אויס ווי דו ביסט אויפגעשטאנען פון חוני המעגל'ס שלאף, ר' יעקב ברוך איז נישט פון היינט א בני יואל, ער איז געווען פון די ערשטע. די ארונים האבן אים אייביג געוואלט בויקאטן, מען האט אבער נישט געקענט.

די שאלה איז פארוואס.

ווארט א מינוט, איך טוה מיך אן א האנטוך, ווייל איך ווייס אז עס גייט פליען אייער.

די סיבה איז: קיין איין אינדוסטריע איז נישט היינט אנגעוויזן אויף די ארונים. דער אייבישטער האט אריינגעלייגט בטבע הבריאה אז די ארונים פארנעמען 00000000000000000.0000000001 פון די מענטשליכע געזעלשאפט.

אויששש » 31/1/2010 21:28

גאנציגער אונזער מזל ווייל מיט נאך איין איינציגע זירא וואלסטו אונז ערלעדיגט
גיי שיין צוריק אין חדר מ'האט שוין געענדיגט פאזע..

מנחם_מענדל » 31/1/2010 22:08

די ק"י בולעטין גיט איבער אז לויט'ן חשבון אז יענקל ברוך פארדינט אויף יעדע דאלער וואס די בולעיטן פארדינט א 10000000000000000.0000000000 דאלער, שטייגט יענקל ברוך איבער בעל געיט'ס.

יענקל ברוך, אהער מיט דיין מעשר..

לעקסינגטאן » 31/1/2010 22:20

גאנציג. טאקע ממש א מיירעטיקע מייסע!!

גאנציגער » 31/1/2010 22:42

האלאו, נישט פארדרייען, וואס טוט זיך? מען גייט אים בויקאטן? הצלחה פוירניטשער זאגט אז אלע ארונים פאלגן סייווי די תקנות און קיינער קויפט נישט קיין טשיינע קלאזעטס האט די בויקאט גארנישט אויפגעטון. וואס גייט זיין מיט ברוך טעם?

יעקב_בער1 » 31/1/2010 23:24

גאנציגער שעפעלע.

איך וויל דיר מסביר זיין וואס כל העולם כולו איז.

געדענקסט אז נעכטן האט דיר מאמי געזאגט אז דו ווילסט קאלערן, נעם א קלינע פעיפער אז קאלער "נאר" דארט, ווייל אויב נישט וועסטו ווערן געפאנישט אין די קארנער??

אזוי אויך דא, אויב דו ווילסט זיך נעריש מאכן, זיכן אטענשן, ביטע נישט דא. דא איז נישט קיין פלאץ פאר דעם. גיי צו די קינדערגארטן (אידישע געדאנק) און קאלער דארט.

יעדע זאך האט זיך זיין שיעור, איך וועל דיר זאגן דעם אמת

"פיץ דיר אפ פון דאנעט" קיינער דארף דיר נישט. די ארונים שעמן דיך אז דו שרייבסט דא. די זאליס שעמן זיך אז דו פארטרעטסט זיי. JUST GET LOST!!!

רעכטער » 1/2/2010 00:37

דער סאטמאר'ער רבי שליט"א איז שוין "אימיונט" צו די זאכן. אנגעפאנגען נאך פון די אויבי איש אנשי ביתו פון רביה"ק בעדב"י זי"ע, און געענדיגט ביי די שרעקליכע רדיפות פון אויבי איש אנשי ביתו פון רביה"ק בעבר"מ זי"ע, און אלעס אינדערצווישן.

נישט מעגליך אראפצושרייבן די רדיפות נוראות וואס ער איז אלס דורך.

לולי ד' שהי' לנו בקום עלינו אדם.

rebyankel » 1/2/2010 01:44

גאנציגער וואס איז דיר שלעכט געווען דיין אלטע ניק'ס



תוקן על ידי rebyankel ב- 01/02/2010 01:45:59

גאנציגער » 1/2/2010 01:44

יעקב בער, איך וואלט דיר עכט געוואלט ענטפערן לויט דיין שפראך, האסט מיר אבער דערמאנט אז איך בין העכער פון דעם.

rebyankel » 1/2/2010 01:46

 
די וומ''ס בולעטין גיבט נאך עני טיים די סערוויס אין פרייז

לעקסינגטאן » 1/2/2010 01:51

גאנצי. איך בין העכער פון דיר איך בין העכער פון איעידעם טרא לא לי לי ליי לאם!!

בלומבערג » 1/2/2010 02:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 1/2/2010 02:25

צו עס איז אמת צו נישט
זאל דער צעטיל דינען אז דער רוף פאר אנ''ש צו שטיצען דווקא ר' יענקל שטיינמעץ ביי אלע אייערע מעילינגס

לעקסינגטאן » 1/2/2010 02:28

נוטראל. סוועטער נישט העלפן קיין סאך. ווי זאגט נאר מיידלעך שטערן. רבותי !! אונץ האמער א כוח. לאמער עס נישט פארפאסן.!!!

מנחם_מענדל » 1/2/2010 04:17

איך הער יעצט אז די "המספיק גאזעט" פלעגט ווערן ארויסגעשיקט דורך קאנג. ברוך טעם.

ווער עס האט א שייכות מיט די אראנדשירער פון די גאזעט ווערט געבעטן זיכער צו מאכן אז אונזער כבוד וועט פארשוינט ווערן מהיום והלאה...

נוטראלער » 1/2/2010 04:33

אזוי ווי איך זעה אז מיין תגובה איז אראפגעפאלען וועל איך עס איבערלייגן

אזהרה !  וואס דער מנהל נעמט אראפ לייגט מען נישט צוריק ארויף אן קיין רשות פין דער מנהל.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/02/2010 07:17:15

ראפאגאש » 1/2/2010 18:15

 

 

דער יענקל תרח, האט זיך געדרייט ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, און זיך אויפגעפירט דארט מיט  מיטן גרעסטען מאס זילזול, וואס איז נאר שייך,  חוץ פרעסן, און פאקען געלט און טאש, און טיילען מיט די פעשע פויסטען, מכות כדי להמית, מיט א רציחה נוראה, האט דעם גראבן לאבעץ יענקל תרח, גאר נישט אונטערסירט,

 

עס איז באוויסט א מעשה אז איין מאל בשנת תשכ''ז בערך, איז רבינו הקוה''ט זי''ע געגאנגען שפאצירן און און גאס, און דער נאכשרייער יענקל תרח, האט אים באגלייט, מיטאמאל איז א הינטעל געקימען צו לויפן, און דער פחדן, יענקל תרח, האט געמאכט פליטה, און איבערגעלאזט רבינו הקוה''ט זי''ע אליינס אויפן גאס, מיטן הינטעל,

 

 

ווען רבינו הקוה''ט זי''ע איז נישט געווען געזינט, האט ער געמיזט אנקימען צו פיזישע הילף, ווען אימער ער האט זיך נאר געוואלט אויף שטעלן, פון בענקל האט ער געהאט אזא גלעקל, צו קלינגען דערמיט, אז די משמשים זאלן וויסען אז ער וויל זיך אויף שטעלן,

 

 איינמאל ווען און שטוב זענען געווען א סאך מענטשען, און רבינו הקוה''ט זי''ע האט זיך געוואלט אויף שטעלן ער האט געקלינגען מיטן גלעקל, און יענל תרח, האט פינקט געהאלטען און מיטן פרעסען כדרכו, האט ער זיך אנגעריפן הויעך, ''זאל דער אלטער אביסל ווארטען'' רח''ל, די מענטשען וואס זענען געווען דערביי, זענען איינגעגאנגען פאר צער און עגמ''נ, צו צוזען וואו דאס הייליגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, איז ארום גענימען מיט שטעכעדיגע דערנער, כשושנה בין החוחים,

 

עס איז געוען הושענה רבה תשל''ח, ביי די הייליגע נעניעים פון רבינו הקוה''ט זי''ע, כמובן פאר די וואס געדענקן בימים ההם, האבן די סדרנים, זלמן לייב וואלד-מאן, שלמה יענקעל ( ער איז נאך דאן נישט געווען קיין שיינע יוד נאר א פראסטע שלעגער) יענקעל טרוך, געטיילט מכת רצח, מכות כדי להמית, פאר די דאזיגע וואס האבן זיך אויפגעשטעלט אויף די בענק מיט צו האלטען די הייליגע עבודה פונעם צדיק כל הדורות רבינו הקוה''ט זי''ע,

איז געווען א חשובער עסקן ער וואוינט היינט און לאנדן, א.י.ל. ער איז א גראדע א זאלי, וואס ער האט זיך אויף געשטעלט אויפן באנק, צו צוקיקען די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן זי'ע,

מיטאמאל, כאפט ער ציטער און א שרעק, וואס איז? יענקעל טרוך קימט צו לויפן, מיט אויסגשטרעקטע פויסטען, און מיט א בלוט פארלאפענעם פנים, צו זיין ריכטונג,

פארשטייט זיך אז ער האט תיכף אנגעהויבן זאגען ווידו, ווער עס האט אמאל טועם געווען פון די פעשע הענט פון יענקל
תרח, ווייסט וואס דאס מיינט,

מיטאמאל האט אים אויף געבליציט א געדאנק, יענקל
תרח קימט אן צו אים, הייבט ער אן מיט א ניגון: הושענא עשרת אלפים, הושענא,

מיט אמאל מאכט יענקל
תרח א יו טערן און ער הייבט אן צו אנטלויפן פון די נישט גוטע פון ויהו נועם, און ער לויפט נאך ביט איצט, ויהו לפלא!

חסידים ואנשי מעשה, האבן דערזען דעם נס גלו, וואו ער איז ניצל געווארען פון טועם זיין פון דו פעשע הענט, האבן זיך זייער געווינדערט, וואס פאר א לחש דער האט געזאגט, אז עס האט פארטריבען דעם שלעגער, האט ר' א.י. זיי פארציילט, גופא דעובדה מאי דהוה,

בומי קופמאן, האט אריין געטראגען פארן רבי'ן 10 אלפים פאר יו''ט, און דער רבי זי''ע האט עס אריין געלייגט און די גמרא און וואס ער האט געלערענט, און דער רבי זי''ע איז ארויסגעגאנגען אויף א מינוט פון שטוב, און ער קומט צירוק, און די 10 אלפים איז נישט דא, עס איז פארשווינדען געווארען, מען זיכט דא, און דא, והילד איננו די 10 אלפים איז ניקס צום האבען,

רבינו הקוה''ט זי''ע האט תיכף אנגעהויבן צו פארפירען, וואו דאס געלט איז אהין געקימען, מיטאמאל קימט די רעבצין צו לויפען, מיט די געלט און די האנט, און זו עקלערט, אז יענקעל
תרח האט איר געברענגט דאס געלט,

האט ר' א''י אויסגעפירט, יענקל
תרח האט געזען וואו דער רבי זי''ע וועט נישט איינזיצען, ביז וואו לאנג ער האט צירוק דאס געלט, האט ער בבושת פנים כגגנב הנומצא במחתרת, אפגעגעבן די גניבה פאר די רעביצען,

ווען מען האט אים דאס דערמאנט, ער האט געזען אז דער עולם ווייסט וואס פאר א גנב, און אונטערוועלטניק ער איז, איז ער געלאפען אויף אלע פיר,

 

א מאל שבעות, ביים קרעפל פשעטעל האט דער רשע געטיילט מכת כדרכו בקדוש, רבינו הקוה''ט האט דאס נישט געקענט פארליידען, און ער האט געוואלט פון דעם דאזיגען לאפעץ מאכען א ברוך שפטרני, גיבט איר א פרעג, זאג, די ווייסט ווואס טייטש פרוסבול, די ארימיגע האבן זיך צולאכט, און יענקל תרך, האט אויפגעהויבן די פעשע פוס, און געמאכט פליטה, און דער עולם האט אפגעאטעמט, מיט פארלייכטונג,

 

די בחורים וואס האבן פארברענגט מיט אים און גרינפעלד'ס פארק, פארציילען מיט נאסטאלאגיע וואו יענקל תרח, האט זיך א גאנצען טאג געדרייט מיט דעםן ערל, וואס האט געזויבערט דעם קעמפ, און מען האט אים קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זען דאווענען,

 

מען קען פארציילען און פארציילען פון דעם נידריגען בריה, א גאנצען טאג און א גאנצע נאכט,

 

עכ''פ, חסדי ה' אז ער איז שוין היינט בלויז  א ''הינט אן ציין'', (אזוי האט זיך דער ברך משה זי''ע אמאל אויסגעדריקט אויף דעם כלב)

 

דער הייליגער ברך משה זי''ע, האט נאך געליטען פון די ציין פון דעם כלב, דער יענקל תרח, האט אים צוזאם געשטויסען, און צוזאם געביסען, יעדעס מאל ווער ער איז געקימען זיך מסתופף זיין בצל תומר, פון דודו רבינו הקוה''ט זי''ע,

 

און ב''ה אז אויף  רבינו שליט''א האט נישט דער הינט קיין שליטה, מיט די ציין, ער קען בס''ה א ביסעל בילן, לאמיר האפן אז בקרוב ווען ער שוין בילן אויך נישט קענען, ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו,


רעכטער » 1/2/2010 18:55

קיינעם באדערט נישט אז ער בילט. זאל דער מסרב לדין הולך בערכאות בילן און בילן. זאל יעדער זעהן ווי דער שלעגער איז אנגעקומען.

לעקסינגטאן » 1/2/2010 22:38

הרב קריספי

גאנץ א פיינער ארטיקל אויף דעם אנגעפרעסענעם עם הארץ.
נאר עטליכע הערות
די מעשה פון פרוזבול איז א באקאנטער מעשה נאר מיט אנאנדערן נוסח - אמאל ווען די רבי האט פארהערט אין ישיבה. מהאט געלערנט דאעמאלטס די סוגיא פון פרוזבול - און דער ביק האט דאן קאמאנדעוועט און געבריקעט רעכטס און לינקס. די רבי נישט קענענדיג פארליידן דאס רשעות האט זיך אנגערופן יענקל טארעך וואס איז דאס פרוזבול? ער איז געווארן אלע קאלירן נישט געוואוסט וואס צוטאן הגם סאיז געווען ביי די פארהערס אונטערזאגערס ארויסצוהעלפן פאר בחורים וואס האבן געלערנט אז זיי זאלן נישט פארשעמט ווערן - אבער פאר דעם שייגעץ האט יעדער געקענט באשטיין ער זאל איינגיין פאר בושות -

איינער האט עם אבער געשוינט האט ער עם אונטער געזאגט פלוימען פלוימען - און דער גאון י. טארעך וועלנדיג צייגן גאונות רופט זיך אן הויך וואס הייסט? פלוימען!! און די רבי האצעך צושמייכעלט און די ארומיגע פחדדיג'ע אטמאספערע איז לייכטער געווארן.

אויך ווי באקאנט ווען די בחורים פלעגן אריינגיין צום רבין פלעגט ער אראפנעמען דעם ספר זרע קודש פונעם ראפשיצער מיטן נדה ביהודה אז די בחורים זאלן חלילה נישט נכשל ווערן

נאך א קליינער עפיזאד - איינע פון די נעכט חנוכה איז ער אהיימגעקומען נאך מעריב און אזוי מעשה תלמוד חכם - נוסח טובי' דער מילעכיגער געט ער א פרעג איינעם פון זיינע בנים די וויפלטע לעכט צינד מען היינט - רופט ער זיך אן וואס הייסט? די פערדע! נישט מער און נישט ווייניגער י טארעך דערלאנגט עם צוויי מערדעריש'ע פעטש און פנים !! היינט צינדסטו אן א ברכה!!

מקען אנפירקלען גאנצע מגילות איבער דעם פוסטן באק ואכמ"ל

bayis » 1/2/2010 23:16

ער פירט אן מיט קויפן די ווייץ פאר די מצה בעקערייען און לאנג איילאנד, און אלע סאטמארע דיינים פארלאזן זיך אויף דעם פויער, ער האט עס בירושה פון ר אלי דוד, און יעדעס יאר מאכט ער אפאר גראשן דערויף

לעקסינגטאן » 2/2/2010 02:14

דער אנגעפרעסענער טירנויער האט אויך אויסגעטיילט צרות פאר די נייע מקוה טהרה אין וויליאמסבורג

מדארף עם אפטרוקענען זיינע רעוועניוס!!

רבי_יונה » 2/2/2010 09:25

אן עקסטערע קאפיטל איז זיין רציחה און בלוט פארגיסונג וואס ער האט געטאן צו מענטשן.

ווי: א פראסק פאר ר' לייבוש לעפקאוויטש, אנגעמאקעלט ר' הירצקא יאקאבאוויטש, א פראסק פארן קיוויאשדער רב פון פלעטבוש, און נאך נאך און נאך

לעקסינגטאן » 2/2/2010 16:23

ר יונה דעטאליר דיינע רמזים דער יונגער עולם ווייסט נישט די אלע זאכן און כאפן נישט דורך רמזים

ראפאגאש » 2/2/2010 18:41

דער אמת איז, אז אזוי וואו דער ישמח משה זי"ע נישט קלענער געווארן ווען דער דיין אין אוהעל האט אויף אים געשריבן מיאוס... (עיין בדרשת רבינו הברך משה זי"ע בהכתרת רבינו שליט"א מוצש"ק וירא תשמ"ה אין קרית יואל, מ'קען עס הערן אויפן טעיפ).

און  רבי אלעזר ניסן זי"ע נישט קלענער געווארן ווען ער איז אנטלאפן מיט בזיונות פון סיגוט...

און דער ייטב לב זי"ע נישט קלענער געווארן ווען ער האט געמוזט בחרפות ובושות אנטלויפן אינמיטן די נאכט פון די שטאט, און מ'האט אים געווארפן א שטיין אין קאפ אינמיטן די איינצוגס דרשה...

און דער קדושת יו"ט זי"ע נישט קלענער געווארן ווען מ'האט אויף אים געשריבן כל דבר של גנאי ביי די סיגוט'ער מחלוקה...

און  דער עצי חיים זי"ע נישט קלענער געווארן ווען געוויסע "חסידים" האבן אים אונטערגעריסן און געקריגט מיט אים אין זיין גלילות...

און דער הייליגער רבי מרן רבינו הקדוש מהר"י ט"ב זי"ע נישט קלענער געווארן ווען:

דער "טראנסאלוואנישער צייטונג" האט אים באקרוינט אלס דער "היטלער פון דור".

אדער ווען חיים ליבערמאן שר''י האט געשריבן וועכנטליך אין פארווערטס און דאס דערנאך געדריקט אין ביכל "דער רבי מיטן שטן"...

אדער ווען  די איזרעלישע צייטונגען האבן אים געשאלטן אלס דער "שונא ישראל" נומער איינס, און געשאטן קיתונות של שופכין אויף הוד קדושתו...

און רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע אויף קיין האר נישט קלענער געווארן ווען חיים שאולזאהן האט אים באשריבן מדי שבוע בשבוע מיט די ארגסטע לשונות של גנאי...

דאס זעלבע איז חלילה נישט רבינו שליט"א, קלענער געווארען מיט א האר, ווייל יענקל תרח האט געבילט אויף אים,

נאר די עצם מציאות אז א אזא נידריגע יונגאטש, וואס איז מגושם און ליגט און תאוות עולם הזה, ביז איבערען קאפ, שרייט נאך מיט נידריגע ניוול פה,  א קדוש ה' וואס איז דבוק אונעם הייליגען באשעפער, כשרפי מעלה, און איז דער שר התורה בדורינו אלה, א מנהיג און רבי פון רבבות אלפי ישראל,  פאדערט א רעאקציע, און עס דארף ארויס געברענגט ווערן דאס שרעקליכע נידריקייט פון דעם נאך שרייער,

אויבן איז שוין געשריבען געווארן א טיפה מן הים, דא האט איר נאך א מעשה, וואס א יוד וואס האט געהאט די זכיה צו זיין בצל הקודש, פון רבינו הקוה''ט זי''ע און טוסאן, האט פארציילט,

עס איז באוויסט אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז קיינמאל נישט געפארן אויף קיין פליגער, צילוב דעם ווייל ער איז געווען א פחדן,

חוץ איינמאל איז רבינו הקוה''ט געפלויגען קיין טוסאן, א רעזארט שטעטעל און אריזאנע, דאן איז דער רבי יא געפארן מיט א פליגער,

א גאנצע ווועג איז דער רבי זי''ע געזיצען מיט גרויס פחד אוון שרעק, און ער האט נישט ארויס גערעד קיין איין ווארט, פאר פחד,

מיטאמאל דרייט זיך רבינו הקוה''ט זי'''ע אויס צו יענקל תרח, און ער מורמעלט אים עפעס אריין און אויער,

און דער טיפוש יענקל תרח, האט זיך ארום געדרייט מיטן קאפ און דער הייעך, אז רבינו הקוה''ט האט צו קיינעם נישט גערעד נאר צו אים, פרעגט אים איינער וואס דיר דער רבי געזאגט?,

ענפערט אים יענקל תרח, מיט שמחה, וואס הייסט? דער רבי האט מיר געזאגט בזה''ל:, יעקל ברוך נעם אראפ דיינע אויגן פון דער טמא'נע כלי,

דער רבי זי''ע האט באמערקט וואו דער יענקל תרח'ס אויגן איז צוגענאגעלט צום טעלעוויזע רח''ל, האט אים דער רבי זי''ע, געהייסען אז ער זאל אראפ נעמען די אויגען פון דער טעלערוויזיע,

און דער טיפוש יענקל תרח, איז נאך געווען שטאלץ דערמיט, אז נאר צי אים האט דער רבי גערעד,

 

 

 

 

 

 

 

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 02/02/2010 18:43:32

מנחם_מענדל » 2/2/2010 22:23

האט איינער אינפארמאציע ביי וועם "המספיק גאזעט" גייט למעשה מאכן זייער מעילינג?

איך גלייב זיכער אז זיי וועלן טאקע נישט שטיצן דעם רבין'ס אטאקירער. נישט מער ווי שכל.

לאפלאש » 3/2/2010 00:24

ווענדט זיך אויף וועמענס זייט ר' אהרן וועט זיין דעמאלס, צו ביי מאיר הירש צו ביי מאיר ווערטהיימער...

ראפאגאש » 3/2/2010 00:53

דער לאפלאש איז אלעמאל געווען א כיטרע ערל, ער האט אלעמאל געוויסט די אונסייד פון דער אונסייד, פארפאלען ר' לאפלאש, די האסט א גיטע נאניע!!!!