היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וואס איז די טעל # פין קול סאטמער (כת הסבלנים)

וואס איז די טעל # פין קול סאטמער (כת הסבלנים)

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2751918

יוספ7 » 31/1/2010 20:04

ביטע ארויף לייגן איך דארף די #


תוקן על ידי יוספ7 ב- 31/01/2010 20:04:52



תוקן על ידי יוספ7 ב- 31/01/2010 20:07:03

נוטראלער » 31/1/2010 20:47

212-444-9899

צו הערן די "געוואלדיגע" דרשות וואס איז געזאגט געווארן נעכטן נאכט מוצש"ק אין די ישיבה דריקט 651 פרק זאבעל אדער 661 פאר טעלער

נערמאלער » 31/1/2010 21:16

איך האב געוואלט אנאליזירן די צודרייטע דרשה פון דעם זאבעל אבער למעשה איז נישט מעגליך אין איין ארטיקל צו אנאליזירן א שעה צייט פון גראבע אפפאל, אבער מען דארף נאר הערן די העצערישע דרשה און עס רעדט פאר זיך אליינס...


תוקן על ידי נערמאלער ב- 31/01/2010 21:16:53

בכורשוטה » 31/1/2010 21:54

ווייסט איינער די נומער ווי מען קען הערן די שובבי"ם דרשות פון רז"ל .

נערמאלער » 31/1/2010 22:10

בכור שוטה גיי איינמאל אריין אין גרויסן בית מדרש אין וויליאמסבורג וועסטו קענען הערן די התעוררות'דיגע של"ס תורה פון רבינו שליט"א

איך קען א אינגערמאן וואס האט געלערנט אלס בחור אין צעירים אין קעי זשעי, און זיין טאטע האט איך דערנאך געשיקט אין קווינס לערנען, דער בחור איז אריין צום שיעור ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס לערנט טעגליך פאר מיט א מורא'דיגע חריפות און הסברה (יא דער מעכטיגע עם הארץ געט יעדן טאג א רייכן סוגיא שיעור),

דער בחור איז ממש געווארן צומישט, ער האט געהאלטן אין איין הערן אז דער זלמן לייב איז א משוגע'נע עם הארץ....  שלש סעודות תורה זאגט ער פון א צעטל..... ער קען נישט קיין ווארט לערנען.... און דא זעהט ער ווי לערנט פאר אזעלכע טיפע שיעורים מיט אזא געשמאקייט

דער בחור (שוין היינט א אינגערמאן) איז געווארן א פייערדיגע חסיד פונעם רבי'ן, איינזעענדיג די אלע באלאני מאקאראני וואס די ארויני מאשין פארקויפט, ער טענה'ט אז ער האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט פארשטאנען אזוי גיט א שטיקל גמרא ווי ווען דער רבי שליט"א האט דאס אים מסביר געווען