אז מען רעדט שוין פון "הלכות מרא שחורה".
איז געווען מקובל אין אלע דורות אז אויסער די ד' חלקי שו"ע איז דא פינפטע חלק, וויאזוי א רב בישראל דארף זיך אויפפירן.
ראט האט אמאל מחדש געווען ביי א דרשה, אז ס'איז דא א זעקסטע חלק וויאזוי זיך צו שלאגן מיט שונאים.
דעם פינפטן חלק האט ער קיינמאל נישט געלערנט, אבער ליידער האט ער זיך זייער שטארק פארלערנט אינעם זעקסטן חלק, אז ער האט פארגעסן פון די ערשטע פיר חלקים.
דאס איז געווען אנגענומען א כלל גדול אין אלע דורות, אז א רב וואס האט זיך אויפגעפירט ווי א חיה רעה איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען.
זאבעל האט נעבעך מסביר געווען פאר די בחורים, אז אייביג וועט מען זיך מיט זיי שלאגן!
און ער איז גערעכט, ווילאנג זיי האבן אזא סארט פירער\פארפירער וואס וועט זיך מיט יעדן שלאגן
אפשפארן בתי מדרשים און מאכן אומבאקוועם פאר הונדערער מתפללים טעגליך,
ארומפארן מיט טראקס מבזה זיין דעם צדיק העיר הגה"ק משארמאש שליט"א,
זאלן זיי זיין געראכטן אז מען וועט עס נישט פארשווייגן,
צי מען וועט זיך באנוצן מיט פונקטליך די זעלבע מיטלען ווי זיי איז שווער פון פאראויס צו וויסן,
אבער עס איז וויכטיג זיי זאלן גוט געדענקען, אז זיי שלאגן זיך היינט צו טאג מיט א ריזיגן ציבור לאלפים,
וואס וועלן דערביטערן דעם רא"ט'ס לעבן אויב זיי וועלן זיך וואגן צו טשעפען דעם שארמאשער רב.
טראקס קען יעדער דינגען.
ראט האט אויך א טעלעפאן וואו מען קען מאכן פאני קאלס, אדער קען מען קאלן סאשעס סעלפאון,
ראט מאכט אויך חתונה אייניקלעך, און מען קען אויך זיינע קינדער, (די וועלכע האבן גערופן אין קאורט זייער אייגענעם זיידן), משוגע מאכן א גאנצן טאג ביום החופה.
נישט אז מען זאל דאס חס ושלום טאן, פארוואס זאל מען די אידן מצער זיין?
ובכלל שטייט אין ספרים זייער הארבע זאכן אז מען זאל נישט מצער זיין א בעל שמחה בעת שמחתו.
עס איז בלויז וויכטיג צו געדענקען אז ווען די אהרונים לערנען דעם "זעקסטן שולחן ערוך",
ווערן אויך די אידן פון די קהילות היראים געוואויר פון די אינטרעסאנטע הלכות,
און מען קען עס אמאל נוצן צוריק קעגן זיי אליין...