היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אינטרעסאנטער שמועס פון הרה"ח ר' משה גבאי (פר"מ) שליט"א

אינטרעסאנטער שמועס פון הרה"ח ר' משה גבאי (פר"מ) שליט"א

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2751066

פארשטייצעך » 29/1/2010 09:03

במשך די פארגאנגענע וואך, האט ר' אהרן אונטערגענומען גענומען א מעכטיגע פאני קאל אקציע, טראכטנדיג אזוי אפצושטעלן די היסטארישע חתונה מיטוואך נאכט אין קרית יואל, ווען כ"ק הגה"צ משארמאש שליט"א האט מסדר קידושין געווען כדת משה וישראל, אינעם נייעם "עטרת מאיר צבי" זאל נעבן קרית יואל.

עפעס א בחור'ל האט אנגערופן דעם לאנג יאריגן משב"ק פון די סאטמאר רבי'ס הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א, און ר' משה האט זיך צו אים אראפגעלאזט, און געענטפערט אויף זיינע פראגען, כאטש יענער האט גערעדט אויף רא"ט שפראך, פול מיט צולאזקייט און דרך ארץ צו אן עלטערן מענטש.

וואס עס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט ווען ר' משה האט אים געזאגט ער זאל זיך גיין זעצן לערנען, און אים ארויסגערימט די מאנרא'ע ישיבה, אז ס'איז א פיינע ישיבה. איך דערפון געזען אז ר' משה איז א בעל אחריות, ער רעדט מיט א אהרונישן בחור, האקט ער נישט אויף זיין ישיבה, אדרבה ער רימט עס אויס, אפשר אזוי וועט זיך דער ליידיגיער פאניקאל-מאכער בחור, זיך וועלן זעצן לערנען.


צו הערן דעם אינטרעסאנטן שמועס.
206-984-5329

פארשטייצעך » 29/1/2010 09:09

נאך א אינטרעסאנטע זאך, מען זעט זיין געוואלדיגע געטריישאפט פאר'ן ברך משה,
כאטש עס קומט זיך דאך אויך אים אסאך קרעדיט פאר די געוואלדיגע הצלחה פון סאטמאר, אין די לעצטע צען יאר, וואס ער איז געווען דער ציל ברעט פון די באנדיטן, דאך האלט ער אין איין זאגן אז אלעס האט דער רבי דער ברך משה געטאן. אלעס איז דעם רבי'ס כח, אים קומט זיך נישט קיין שום קרעדיט.