היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » תנו כבוד לתורה, הונדערטער תושבי ק"י אין שארמאש'ער ביהמ"ד אוי...

תנו כבוד לתורה, הונדערטער תושבי ק"י אין שארמאש'ער ביהמ"ד אוי...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2751045

חיים_מענדל » 29/1/2010 05:43

תנו כבוד לתורה, הונדערטער תושבי ק"י אין שארמאש'ער ביהמ"ד אויף קבלת שבת.
דעם שבת קודש שבת שירה הבעל"ט, גייען הונדערטער תושבי קרית יואל יצ"ו זיך צאמנעמן לבית מדרשו פון שארמאש'ער רב שליט"א אויף תפילת קבלת שבת,

הונדערטער תושבי קרית יואל ובתוכם דיינים ורבנים חשובים גייען דעם שב"ק אפגעבן כבוד התורה פארן חשוב'ן רב שליט"א פאר זיין מקנא זיין קנאת ה' צבאות אזוי ווי דער הייליגער חתם סופר ז"ל בימיו, און מחזק זיין דעם רב שליט"א אויף ווייטער צו קענען פירן דעם ציבור הנאמנים לה' ולתורתו על מי מנוחות און זיך נישט לאזן פון די געמיינע טעראר וואס איז ליידער צוריק נתחדש געווארן אין קרית יואל.

די גבאים זענען יעצט פארנומען מיט ארויסנעמן די טישן און גרייט מאכן דאס ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס ווערט ערווארטעט לכבוד התורה ולומדיה, זמן מנחה ערש"ק 5:45 

וביום השבת קודש שישו ושמחו   
  

שיףרבי » 29/1/2010 16:06

וועט זיין א טענט?

כלהנערים » 29/1/2010 18:02

אויב ר' אהרן וועט קומען וועט מען עס צושטעלן לכבודו, דערווייל הייסט עס גייט מען דאווענען 'אין ביהמ"ד' כנהוג בכל תפוצות ישראל 

1satmar » 29/1/2010 22:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

1satmar » 29/1/2010 23:35

[בילד – נישט אפגעהיט]

1satmar » 29/1/2010 23:36

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_יאנקל » 31/1/2010 03:35

הערליכע שבת געווען