היסטארישע חופה פארטיג, הונדערטער אידן לאזן זיך ארויס אין א פייערליכן טאנץ
די היסטארישע חופה אין קרית יואל האט זיך געפערטיגט בשעה טובה ומוצלחת , הונדערטער אידן האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ חסדי השם כי לא תמנו, אין די נייע פראכטפולע חתונה זאל פון ק"ק בנ"י, די אידן האבן געטאנצט מיט אן עקסטאז לויבנדיג און דאנקענדיג השי"ת אז נאך אזויפיל לאנגע יארן מיט פלאגענישן און מיט שאלות אויף די ברכות החופה, האט מען היינט נאכט פייערליכערהייט געהערט די ברכות החופה אויסגעהאלטענערהייט און די שמחה איז געווען עד אין לשער
מען האט זוכה געווען צו גיין א טריט ווייטער מיט'ן מרבה זיין דעם כח הקדושה און זיך ארויסרייסן נאך א האנט פון דעם נאצישן רעזשים, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו כן יעזור ה' הלאה מרבה צו זיין דער כח הקדושה ווייטער און ווייטער