פאר רבינו שליט''א, ווי גלייך עס אינטרעסירט עם בכלל אז א בני יואל/זאליס זענען עובר אויף חז''ל, סע טיט עם פינקט אזוי וויי דער מחלל שבת פין קווינס ווי דער מהרס פין קרית יואל ביידע איז ביי עם גענוי אייניג.
אוודאי טוט אים נישט וויי אז אידן אין קווינס זענען מחלל שבת, אדער איז בני יואל זאליס זאל חלילה עובר זיין אויף חז"ל, פארוואס זאל אים וויי טאן? עס שאדט עפעס פאר זיין רעביסטעווע אדער פארטיי? אז א איד איז גורם צער השכינה וואס איז דאס זיין דאגה?,
זעסט דאס איז א טיפיקל בני זואל, די בני זואל מיינען אז זיי פיקסן צי כ''ק רבינו שליט''א וועט זיי טרעטן אויף די תורה, אבער דער פאקט איז אז סיטיט עם פינקט אזוי וויי ווי עס טיט עם עם וויי דער מחלל שבת פין קוינס, אין אוודאי טיט עם וויי אז א יוד אין קווינס איז מחלל שבת כל ישראל ערבים זה לזה, אבער קיין שלאפלאזע נעכט האט ער נישט דערפין פינקט ווי דער בעל דברי יואל האט אויך נישט גיהאט קיין שלאפלאזע נעכט פין דעם מחלל שבת אין קווינס צי אין פראנקרייך,
איר ווייסט ווען ס'וואלט עם וויי געטוהן? אויב למשל רבי אלי' סימאן שליט''א אין זיין גלייכן זאלן חתונה מאכן אין דעם גיאסערטן זאל
סתם פאר אינטרעסאנקייט, אלי' סימאן אין זיינס גלייכן, באשטייט זיין חשיבות ביי ענק נאר ווייל ער דינט די פארטיי, און רוב מענטשן וואס גייען חתונה מאכן אין דעם זאל, און שפעטער אין די ויואל משה זאלן, זענען אמאל געווען אזעלכע וואס וואלט געדארפט וויי טאן! און במשך הזמן האבן זיי איבערגעלאזט דעם ראט, אויב זאל אלי' סימאן ווערן ארויס אהרוני, טוט שוין דאס אויך נישט וויי.
קודם כל איז דאס נגד התקנות צי שרייבן אויף א רב א מחבר ספרים פלעין אזוי אלי' סימאן, כאטשיג א ר' דעזערווט ער, צווייטענס דער (ר') אלי' סימאן פאקט איין אין לומדות אלע דריי חותמים פין ענקער נייעם בית דין לליצנות ואס איר האט לעצטענס באשאפן, יעצט לענין, וואס הייסט פארטיי? איז דאס עפעס א נייעם נאמען פארן באשעפער? די חשיבות פין רבי אלי' סימאן איז אז ער דינט דעם "באשעפער"!, אין קען זיין אז ביי אייך מיינט דער באשעפער א פארטיי, אין צווייטענס לאמיר דיסטקאסן מהו אהרוני, וואס מיינט א אהרוני?, א אהרוני מיינט אז ער טיט נאר אלעס על פי התורה, מען דאווענט ערליך מע לערנט, מע פירט זיך על פי התורה, טאמער האט מען א סכסוך גייט מען צי א דין תורה אין אויב יענער וויל נישט גיין צי א דין תורה נעמט מען א היתר בית דין צי גיין לערכעות, דאס מיינט א אהרוני, אין יא רבי אלי'ס חשיבות איז אז ער איז א אהרוני, ער איז א ירא שמים א למדן עצום ודחיל חטאין, יעצט וואס הייסט א זאלי/בני יואל?, א זאלי/בני יואל מיינט, אז די תורה האט (חלילה) עקספייערט א טאג פאר דער איסור אויף בני יואל האט עקספייערט, בג''ץ איז א מצוה!, דין תורה איז יהרג ואל יעבור!, ארויס שלעפן ספרי תורות אין די גאס מיט א פרעכע ליצנית איז א מצוה חשיבה, מהודרדיגע פלייש איז טריפה, ממליחה ואילך פלייש איז א הידור מיצוה, שקר איז א מצוה מן המובחר, ליצנית איז זייער חשוב, בקיציר דאס הייסט א בני יואל/זאלי, אין יא אויב רבי אלי' סימאן וועט ווערן אויס אהרוני (ערלעכער איד) אין וועט ווערן א בני יואל/זאלי (א פושעי ישראל אין א מרים יד בתורת משה), וועט אינז אויך נישט וויי טין אויב ער וועט חתונה מאכן אין גיאסערטן זאל, אינז טיט נאר וויי אויב ערלעכע אידן טיען דאס אין נישט פורקי עול, מסיתים ומדיחים, אגב, לאמיר מאכן א שטיקל בעט, וואס מיינסטו גייט זיין מער, אהרונים וואס וועלן געבן דווקא פיש ביי די חתונות, אדער בני יואל/זאליס וואס וועלן נישט נעמען א צווייטן מסדר קידושין אין קרית יואל, (וויפיל זאליס סע ווילן ליגן מאחורי הגדר ווייסן מיר שוין!.
...אזא פערשוין מאכט חתונה... דאס טיט עם פינקט אזוי וויי ווי ווען יאשקע וואלדמאנס טאכטער זאל זיך אנטין הויזן.
גראדע נישט, ווען ר' יוסף וואלדמאן'ס טאכטער זאל זיך חלילה נישט אויפפירן ערליך, וואלט ער געטאנצן פאר פרייד, מיט זיין לייכטזיניגקייט וואלט ער הנאה געהאט ווען זיין שונא זאל אפפארן.
איך ווייס נישט צי מיין רבי וואלט זיך גיפרייט אבער איך זיכער...
אזוי אויך זענען זיי גאר בשמחה אז עטליכע אידן האבן בוחר גיווען צי געבן פיש ביי זייערע חתונות אנשטאט פלייש, אין דאס דארף צי זיין א פראסק פאר רבינו שליט''א,
דאס וואס ערליכע אידן האלטן זיך צוריק פון געבן "מופקרת" פלייש ביי זייערע שמחות, האט מען נישט געלאזט ביז לעצטנס, אבער אדאנק "עטרת מאיר צבי", קענען אנדערע אידן אויך אפאטעמען, און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס די אהרונים לאזן נישט געבן פלייש אין זייערע האללס.
מיינסט טאקע אז בית רחל פאראדייס גייט פארלירן איין קאסטימער פאר דעם מושחתים זאל פין די בני זואל? אפשר וויזניץ אין מאנסי וועט פארלירן קאסטאמערס אבער זיכער נישט בית רחל פאראדייס!
למעשה בלאבט אלעס ביים אלטן,
חוץ איין זאך טוישט זיך אז ביז יעצט האט מען געמוזט האבן דעם ראט פאר מסדר קידושין, און יעצט איז דאס אפשענאל.
ניין, גארנישט האט זיך נישט גיטוישט הלכהדיג!, די תורה איז א ניצחית אין מען דארף ווייטער נעמען דעם מרה דאתרא,
גיטוישט האט זיך נאר אז ביז יעצט האט איר גידארפט פארן קיין מאנסי אין האט כאטשיג נישט עובר גיווען אויף חז''ל אין פין היינט אן גייט איר בשאט נפש לאכן פין חז''ל אין אנפייפן די תורה הקדושה!
בני זואל/זאליס וועלן פארן אים שבת מיט א העם סענדוויטש אין פיסק אלעס באתרא דמר, על אפו וחמתו פין מרה דאתרא.
פארן ראט וועמען דו רופט מרה דאתרא איז בכלל נישט על אפו וחמתו אז אנדערע אידן זענען עובר חלילה אויף די תורה, אים איז נאר על אפו וחמתו, ווען די פאליטיק גייט נישט אין זיין וועג, ווען אנדערע אידן בויען תורה און אידישקייט אן דעם וואס זאל אים ברענגען כבוד ושררה, דאס איז על אפו וחמתו, ווען איינער טוט עפעס קעגן די תורה חלילה איז דאס נישט זיין געשעפט.
אויב קען ער עפעס בענעפיטן פאר זיך פערזענליך איז ער גרייט צו טראגן דעם באשעפער'ס דאגות אויך.
אין וועגן דעם ווייל ער קערט נישט איז ער זיך מוסר נפש פארן באשעפער טאג אין נאכט, וועגן דעם ווייל ער קערט נישט מאכט ער חתונה יתומים ויתומות אין סתם בני עניים אפילי פין זיינע גרעסטע שונאים , ווייל ער קערט נישט איז ער פארנימען יומם ולילה מיט הידירים אין בית השחיטה, אין טעקסעס ביי די שחיטה אין אריזאנא ביי די ווייץ, יא ער האט איין ציל אין זיין לעבן נאר להגדיל התורה ולהאדירה, אין דאס הייסט ביי עם פערעזעטליך בענעפיטן, מיט יעדן איד וואס שטייט אויף פארטאגס לערנען טיט ער פערזענדלעך בענעפיטן, מיט יעדן הידור אין בית השחיטה טיט ער פערזענדלעך בענעפיטן, אין וועגן דעם איז ער דער אנערעקענטער רבן של כל בני הגולה, וועגן דען איז ער דער רבן של ישראל (איך מיין די ערלעכע), אין וועגן דעם זענען אלע גדולי ישראל בדורינו (אין נאכאמאל איך מיין נאר די ערלעכע) אזוי שטארק מעריץ ומחשיב, אין דיינע ביקעס ווערן אראפ גיקיקט ביי יעדן רב, לאמיר נאר זען וויפיל רבנים אויזער די דריי פיר קרית יואלער פורקי עול וועלן דארט מסדר קידישין זיין, אין יא אז די בני זואל טשאזען צי זיין פורקי עול איז דאס נישט אינזער רבינס דאגה, דאס איז דעם הייליגן באשעפערס פראבלעם אין ער וועט זיך שוין א עיצה געבן,